קונסט
דזשאָרדזש בעלאָו "דעמפּסי און פֿירפּאָ", 1924
דזשאָרדזש בעלאָו "דעמפּסי און פֿירפּאָ", 1924

אין דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון קינסטלער, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. "דעם לעבנס פֿאַרגעניגנס און די ׳אַשקאַן׳—קינסטלער 1895 — 1925" באַהאַנדלט, דער עיקר, אַ גרופּע מאָלער, באַקאַנט ווי "די אַכט", ווײַל זיי האָבן אויסגעשטעלט צוזאַמען אין 1908 אין אַ ניו־יאָרקער גאַלעריע, און קריטיקער האָבן זיי באַהאַנדלט, פֿון דעמאָלט אָן, ווי אַ נײַע ריכטונג אין דער קונסט. מיט דער צײַט האָט מען די גרופּע, און זייערע יורשים, גערופֿן די "אַשקאַן"־שול פֿון קונסט. "אַשקאַן" איז טײַטש מיסטקאַסטן, און די קינסטלער האָבן געמאָלן אויף אַ סאָציאַל־רעאַליסטישן אופֿן — אַרויסגעכאַפּט סצענעס פֿון דער גאַס, פֿון בעטלער, פֿון בורלעסק־הײַזער, פֿון ספּאָרט־מענטשן, ווי אויך פֿון דער נגידישער געזעלשאַפֿט. דער טראָפּ האָט מען נישט געלייגט אויף ראָמאַנטישקייט אָדער אויף דער שיינקייט פֿונעם בילד; די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער האָבן נישט פֿאַרשענערט די מענטשן אָדער סצענעס. אָראָמע און רײַכע האָט מען געמאָלט רעאַליסטיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, סײַ גוטע, סײַ שלעכטע. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק צו כאַפּן דאָס קאָלירפֿולע לעבן פֿון דער שטאָט.

צווישן די מער באַקאַנטע בילדער אין דער אויסשטעלונג קען מען זען: דזשאָן סלאָנס בילד פֿון "מיקסאָרליס קרעטשמע" אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן (די קרעטשמע איז, אַגבֿ, נאָך פֿאַראַן, די עלטסטע אין ניו־יאָרק); באַקאַנטע בילדער פֿון באָקס־מעטשן פֿון דזשאָרדזש בעלאָו, און ווילאַם קוואַקינס מאָלערײַ פֿונעם נאַכטקלוב "מאָקין".

די איצטיקע אויסשטעלונג פֿון דער "מיסטקאַסטן"־קונסט האָט נישט אַרײַנגענומען די בילדער פֿון די סאַמע מיאוסטע סצענעס פֿון דער שטאָט, נאָר פֿון די שטאָטישע פֿאַרווײַלונגען וואָס זיי האָבן געמאָלן. עס ווערן צעטיילט די בילדער לויט פֿאַרווײַלונג־טעמעס — "בײַם עסן" (סײַ אין קרעטשמעס, סײַ אין עלעגאַנטע רעסטאָראַנען, סײַ אין נאַכטקלובן;) "בײַם טעאַטער" (דאָס נעמט אויך אַרײַן צירקן, קאָנצערטן, ירידן); "אין פּאַרק" (פּאַרקן־סצענעס ווי אויך גאַסן־סצענעס); "בײַם וואַסער" (בילדער פֿון קוני־אײַלאַנד, בײַ דער פּלאַזשע, און די דאָקן פֿון ניו־יאָרק) און "ספּאָרט" (בייסבאָל, פּאָלאָ, פֿערד־פֿאַרמעסטן, באָקס). אין די ערטער האָבן די קינסטלער געפֿונען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע באַפֿעלקערונג, מיט קינדער און עלטערע לײַט, אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשיידענע קאָלירן און קלאַסן, און דאָס האָט זיי אינספּירירט אויפֿצוכאַפּן די "נשמה" פֿון דער צײַט.

די גרופּע האָט זיך פֿאָרמירט אַרום דעם קינסטלער און לערער ראָבערט הענרי און האָט אַרײַנגענומען: דזשאָרדזש בעלאָוס, וויליאַם גלאַקענס, דזשאָרדזש לוקס, עווערעט שין, דזשאָן סלאָן, מאָריס פּענדערגאַסט, גי פּענע דו בואַ און אַנדערע. אַ סך פֿון זיי האָבן אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי אילוסטרירערס פֿון צײַטונגען, האָבן זיי שוין גוט געקענט דאָס גאַסן־לעבן און זיך גוט אויסגעלערנט ווי גיך צו צייכענען און אָפּכאַפּן דעם מאָמענט.

פֿונעם אַרכיוו פֿון דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" האָט מען צוגעגעבן צו דער אויסשטעלונג — פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּלאַקאַטן, מעניוען, פּאָסטקאַרטלעך, פּראָגראַמען און צײַטונג־אויסשניטן וואָס פּאַסן זיך צו צו די טעמעס פֿון די בילדער. דערצו ווײַזט מען אַלטע שטום־פֿילמען פֿון טאָמאַס עדיסאָן פֿון אַלטע ניו־יאָרקער גאַסן און וואָדעוויל. אין אַ דערבײַיִקער גאַלעריע ווערן אויסגעשטעלט מוסטערן פֿון צײַטונג־פּירסום אין דער זעלבער צײַט ווי די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער, צו ווײַזן ווי די עסטעטיק פֿון דער פּירסום־קונסט האָט זיך אויך געביטן אין יענער צײַט, אַ דאַנק דעם רושם וואָס די גרופּע קינסטלער האָט געמאַכט אויף דער געזעלשאַפֿט.

עוועריט שין "טעאַטער־סצענע", 1906
עוועריט שין "טעאַטער־סצענע", 1906

די אויסשטעלונג גיט אויך אַ בליק אויף דער אַלטער ניו־יאָרקער געשיכטע. מע דערוווּסט זיך, למשל, אַז די געגנט וווּ דער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט, איז בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַ צענטער פֿאַר נאַכטקלובן און קרעטשמעס. אַגבֿ, אויף די בילדער פֿון די רעסטאָראַנען זעט מען די השפּעה פֿון די פּאַריזער מאָלערס ווי עדגאַר דעגאַ און עדוואַרד מאַניי, וואָס האָבן געמאָלן דאָס נאַכט־לעבן פֿון זייער שטאָט צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

געוויסע פּאַראַלעלן מיט דער קונסטוועלט פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון יענער צײַט זעט מען אויך. אין ייִדישע צײַטונגען ווי "דער גרויסער קונדס" האָבן די קאַריקאַרטורן אָפּגעשפּיגלט דאָס שפּרודלדיקע לעבן פֿון די ייִדן אין שטאָט. אַ ביסל שפּעטער אין די 1920ער יאָרן האָבן אַזוינע קינסטלער ווי רפֿאל סויער און זײַנע ברידער, זיך געלערנט בײַ די "אַשקאַן"־מאָלער (גי פּענע דו בואַ איז געווען זײַן לערער) און סויער איז געבליבן רעאַליסטיש און סאָציאַל־געשטימט, אַפֿילו ווען ס'רובֿ קינסטלער האָבן געמאָלט מער אַבסטראַקט. די טונקעלע פֿאַרבן אין זײַנע בילדער האָט ער געירשנט פֿון די ערשטע "מיסטקאַסטן־קינסטלער". גי פּענע די בואַ, רפֿאל סויערס לערער אין דער קונסטשול — "אַרט סטודענט־ליגע" — איז געווען אַ זשורנאַליסט און אילוסטרירער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע אָבסערוואַציעס פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַלע טיפּן.

צווישן די אַנדערע קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג פֿונעם "צווייטן דור" זעט מען עטלעכע בילדער פֿון דזשעראָם מײַערס (1867 — 1940), וועלכע האָט געמאָלט ייִדישע אימיגראַנטן אויף דער איסט־סײַד. די טעמע האָט ער שוין אָנגעהויבן אין 1887, יאָרן, איידער די גרופּע מיסטקאַסטן־קינסטלער האָט זיך געשאַפֿן. ער האָט ספּעציעל ליב געהאַט צו מאָלן קינדער שפּילנדיק אין גאַס און בײַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען. אַנדערע ייִדישע קינסטלער אין דער אויסשטעלונג זענען מאָריס שטערן, געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען מעמעל אין דער ליטע, 1878. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָגראָמען קיין מאָסקווע, און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער איז מער באַקאַנט ווי אַ מאָדערניסט, זעט מען אין זײַן מאָלערײַ פֿון באַלעט־טענצער, אַז רעאַליסטישע בילדער פֿון דער שטאָט האָט ער אויך געקענט מאָלן.

די "אַשקאַן"־קינסטלער האָבן רעבעלירט קעגן ראָמאַנטישקייט, קעגן נאַטור־לאַנדשאַפֿטן, קעגן נאָסטאַלגיע. די גרופּע האָט אויך אַרײַנגענומען פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעקבֿ ריס, וואָס האָט דאָקומענטירט דאָס שווערע אימיגראַנטישע לעבן. כאָטש עס ווערן ווייניק ייִדישע קינסטלער אויסגעשטעלט אין דער זאַמלונג, האָט "אַשקאַניזם", פֿאָרט, אַ ייִדישן טעם און דערמאָנט אין דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע פֿון דער צײַט, וואָס האָבן זיך מער און מער פֿאַרנומען מיטן ניו־יאָרקער לעבן.

דער אַדרעס פֿון New York Historical Society איז 170 צענטראַל־פּאַרק וועסט, ראָג 79סטע גאַס אין מאַנהעטן.