סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "דער וויכּוח". פֿון רעכטס: סעם גונצלער און ראובֿן ראַסל |
איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿונעם Museum of Jewish Heritage (מוזיי פֿון ייִדיש־גײַסטיקער ירושה). אַהין אָנצוקומען איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. ס׳איז אין די אויסרײַסענישן פֿון דרום־מאַנהעטן, וואָס מען רופֿט "באַטערי־סיטי", בײַם ברעג פֿון האָדסאָן־טײַך; ממש בײַם שפּיץ ברעג, וווּ מען זעט די באַרימטע פֿרײַהייט־סטאַטוע. דאָרט האָט מען אויסגעבויט אַ גאַנצע שטאָט מיט וואָלקנקראַצער און גאַסן. דאָרט קאָן מען שוין נישט געפֿינען קיין אָרט וווּ אַוועקצושטעלן דעם אויטאָ. דאָרט רוכעוועט זיך מיט אויטאָבוסן און מיט פֿאַרקער־ליכט וואָס בײַטן זיך אַזוי פּאַוואָליע, אַז מ׳קאָן דערווײַל כאַפּן פֿיש אין האָדסאָן־טײַך. איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, איך האָב געלייענט אַז מ׳גייט אינעם מוזיי שטעלן אַ פּיעסע וואָס רופֿט זיך "דער וויכּוח", אונטער דער פּען פֿון דוד ברענדײַס און יוסף טאַלושקין, באַזירט אויפֿן פֿילם "דער וויכּוח". האָב איך דאָך פֿאַרשטאַנען דערפֿון, אַז מען גייט דאָ אויפֿפֿירן חיים גראַדעס "מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער".
איך האָב דעם "וויכּוח" געלערנט מיט סטודענטן אויף דרײַ קאָנטינענטן: אין ישׂראל, אין אָקספֿאָרד און אין אַמעריקע. יעדע שורה איז מיר באַקאַנט, יעדער אַלעגאָריע איז מיר געבליבן שטעקן אין מוח. איך האָב זיך ספּעציעל אַוועקגעזעצט מיט איבער צוויי צענדליק יאָר צוריק מיט אַ תּלמיד־חכם — אַ ייִד וואָס הייסט ר׳ יהושע אייבושיץ — און מיט אים אײַנגעקנעלט די פּסוקים, די רבנישע אויסדרוקן, יעדעס לשון־קודש וואָרט, וואָס איז מיר נישט געווען באַקאַנט. אַזוי, אַז איך האָב חיים גראַדעס עסיי אַדורכגעאַקערט פֿון אויבן ביז אַראָפּ. און אַזוי ווי איך לערן גראַדעס עסיי אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אין מײַן אַוואַנסירטן ייִדיש־קלאַס אין אָריגינאַל — אויף ייִדיש, הייסט עס — האָב איך אַלאַרמירט מײַנע סטודענטן און זיי אָנגעזאָגט ס׳לעבן צו גיין דאָס זען, ווי אַ דראַמאַטישע עקספּאָזיציע פֿון דעם וואָס זיי לייענען און לערנען. זײַנען זיי געקומען. דער מוזיי פֿאַרמאָגט אַ פּרעכטיקן טעאַטער־זאַל. עס האָט זיך דאָ באַקוועם געמאַכט אַ פֿײַנער און אָנשטענדיקער עולם: אַ סך יונגע־לײַט און מיידלעך, אַ היפּש ביסל פֿרומע ייִדן מיט בערד און קאַפּעלעך. אַ סימן, אַז די צושויער זײַנען געווען באַקאַנט מיט חיים גראַדעס ווערק. אַזוי האָב איך זיך געטראַכט. ווי זאָגט מען אָבער בײַ אונדז: אַלע סימנים זײַנען נאַראָנים. אויף דער בינע זײַנען געשטאַנען צוויי ווײַס־געמאָלענע אײַזערנע פּאַרק־בענק, וווּ חיים און הערש האָבן זיך געדאַפֿט באַגעגענען. צוויי חבֿרים, וואָס האָבן זיך געלערנט אין דער מוסר־ישיבֿה אין נאָוואַרעדאָק, צוויי געראַטעוועטע: הערש — פֿון די טויט־לאַגערן, און חיים — אין רוסלאַנד. הערש בלײַבט געטרײַ זײַן אמונה און חיים פֿאַרלאָזט דעם רבינס הויף און ווערט אַ פֿרײַדענקער, אַ ייִדישער פּאָעט, אַ שרײַבער, אַ דענקער און אַ רעדנער מיט אַ כּוח־הדיבור.
די בינע איז פֿינצטער. עס באַווײַזן זיך צוויי פֿיגורן: איינער שטייט בײַ אַ וואַנט, אויסגעדרייט צום עולם, און שאָקלט זיך. אַ סימן אַז ער דאַוונט. דאָס, האָב איך פֿאַרשטאַנען, מוז זײַן הערש ראַסײַנער (ראובֿן ראַסל). און זײַטיק שלײַכט זיך אַרײַן אַן אויסגעפּוצטער יונגער־מאַן מיט אַ קאַפּעליוש (סעם גונצלער) און שפּילט זיך מיטן קאַפּעליוש; זאָל ער אים טראָגן, צי זאָל ער אים אויסטאָן. ער גייט אַרום בגילוי ראָש. אין דעם הער איך פֿרעמדע רייד. מילא — אויף ענגליש. אָבער פּראָזאַיִש, גאָרנישט אַזוי פּאָעטיש ווי בײַ חיים גראַדען. די פּיעסע הייסט טאַקע "וויכּוח", אָבער חיים גראַדע וואָלט מסתּמא רעאַגירט דערויף. ער איז בכלל געווען, בטבֿע, אַ רעאַגירנדיקער און צעקאָכטער בעל־הדיבור. דער עיקר, ווען ער זעט ווי לײַכט עס קומט אָן צו פֿאַרפֿירן זײַן ליטעראַריש ווערק. און אַזוי ווי די פּיעסע האָבן אָנגעשריבן צוויי — סײַ טאַלושקין און סײַ בראַנדײַס — איז זי אינעם גײַסט פֿון דער דראַמע געוואָרן "אויסגעבעסערט און אויסגעטײַטשט"; ווי מען זאָגט עס אויף שעקספּירס ווערק — פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט. און פּונקט ווי אין פֿילם, זײַנען דאָ פֿאַראַן נישט געשטויגענע און נישט געפֿלויגענע עלעמענטן — ווי פֿרויען, וואָס עקזיסטירן בכלל נישט בײַ גראַדען אין עסיי. אַ חוץ דעם, איז חיים גראַדע געווען אַ ווילנער און נישט קיין קאָוונער. דערצו, האָט ער יאָ איבערגעלאָזט זײַן פֿרוי מיט דער מאַמען אין ווילנע, ווען ער איז אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד. אָבער פֿון וואַנען האָבן זיך גענומען צו אים צוויי זינדלעך, ווען קיין קינדער האָט ער נישט געהאַט. דאָ שפּילט זיך אָפּ אַ מעשׁה מיט הערש ראַסײַנערס טאַטן: קאָנפֿליקטן און מעלאָדראַמאַטישע שטיק, אויסגעזויגן פֿון פֿינגער. און די שפּראַך — חיים גראַדעס וווּנדערלעכע פּשוטע, און אין דער זעלבער צײַט גײַסטיק דערהויבענע, שפּראַך — האָט מיט אַ מאָל אָנגעוווירן איר עלעגאַנץ און איר טיפֿע חכמה, געוואָרן באַנאַל און אויסגעדראָשן.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, כּדי צו באַאַרבעטן אַ ווערק פֿון גרויס חשיבֿות, אַ ווערק וועגן וועלכן עס האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט פּראָפּעסאָר אוירווינג האַו, אַז "׳מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער׳, איז דאָס צווייטע קלאַסיש־ליטעראַרישע ווערק נאָך ׳האַמלעט׳," מוז מען צוגיין דערצו מיט זײַדענע הענטשקעלעך. ערשטנס, מוז מען עס קענען לייענען אין אָריגינאַל — אויף ייִדיש, הייסט עס — ווײַל דערין שטעקט אַ וועלט מיט טיפֿקייט, חכמה, אַלעגאָריע; און דער עיקר, דער וויכּוח צווישן די פֿרומע און פֿרײַע, וואָס האָט זיך בײַם הײַנטיקן טאָג פֿאַרוואַנדלט אין אַן איבעררײַס; ס׳הייסט, דער פֿרומער פֿליגל האָט זיך אָפּגעשײַדט, דער פֿרײַער איז ווי אויסגערונען.
איז ווי האַלטן מיר נאָך אַזאַ וויסטן חורבן? דאָס איז דער טראָפּ אויף וועלכן חיים גראַדע שפּרײַט אויס זײַן טעזע. ווער האָט אונדז באַשיצט? זײַנען מיר געווען אויף הפֿקר פּעטרישקע סײַ בײַ גאָט און סײַ בײַ די אומות־העולם? וווּ איז געווען גאָט? וווּ איז געווען דער אידעאַליזם, וואָס די וועלט האָט אונדז פֿאַרבלענדט דערמיט די אויגן? וועמענס אמונה איז געווען מער אויסגעהאַלטן? דאָס אַלץ האָבן די צוויי חבֿרים געווויגן און געמאָסטן און געדאַרפֿט אַנטשיידן נאָכן חורבן.
ראַבײַ טאַלושקין, וועלכער איז אַ מחבר פֿון אַ מנין ביכער, שמט ממש מיט זײַן כּוח־הדיבור און פּראָליפֿערישקייט, שטייט פֿאַר אַ נסיון. ער וויל נישט בלויז פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט זײַנע ביכער וועגן הומאָר און ייִדישקייט. אים גלוסט זיך אויך צו זײַן אַ דראַמאַטורג; און אַן ערנסטער דראַמאַטורג דערצו. ווײַל צו נעמען זיך צו חיים גראַדעס ווערק מיינט מען "ביזנעס". ער האָט אָבער גראַדעס עסיי געלייענט אויף ענגליש, אין דער איבערזעצונג פֿון מילטאָן הימלפֿאַרב. און אַזוי ווי איך האָב מיט מײַנע סטודענטן אָפּגעגעבן איין סעמעסטער צו פֿאַרגליײַכן די ענגלישע איבערזעצונג מיט דעם אָריגינאַל, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מילטאָן הימלפֿאַרב האָט נישט איבערגעזעצט גאַנצע פּאַראַגראַפּן רבניש לשון. און, דער עיקר, האָט ער געמאַכט אַ גראַנדיעזן טעות וואָס מוז פֿאַרריכט ווערן. האָב איך טאַקע גענומען אַ וואָרט נאָך דער פֿאָרשטעלונג און געמאַכט אַ באַמערקונג דעם פּאַנעל, אַז עס איז פֿאַראַן בײַ גראַדען אַ זאַץ וואָס זאָגט:
"איך וועל אײַך געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך והנזיר".
וואָס דער טײַטש דערפֿון דאַרף זײַן:
I will tell you a parable about the prince and the hermit
אַנשטאָט דעם איז בײַם איבערזעצער אַרויסגעקומען אַזאַ מין טײַטש:
I will tell you a parable about the Prince of Nazarene
האָבן מײַנע סטודענטן גענומען אײַנרײַסן וועלטן, ס׳טײַטש, ווי קומט גראַדע צו יעזוסן? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט יעזוס צום גאַנצן ענין? האָב איך זיי באַרויִקט און געזאָגט, אַז דאָ איז מסתּמא אַרײַנגעפֿאַלן אַ ביטערער טעות און לאָמיר עס אַדורכלאָזן ביז מ׳וועט עס קענען פֿאַרריכטן. דעריבער קען מען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף קיין איבערזעצונגען.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט ראַבײַ טאַלושקין אָפּגעהאַלטן אַ מין פֿראַגע און ענטפֿער סעסיע וווּ ער האָט געפֿרעגט דעם עולם:
"וויפֿל פֿון אײַך האָבן געלייענט די איבערזעצונג פֿון חיים גראַדעס "וויכּוח"?
כּמעט קיינער האָט נישט אויפֿגעהויבן די האַנט. הייסט עס, אַז דער עולם איז געקומען נישט וויסנדיק אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. איין יונגע פֿרוי האָט זיך אָפּגערופֿן און געזאָגט, אַז זי האָט דווקא יאָ געליינט חיים גראַדעס ווערק אין אָריגינאַל — אויף ייִדיש — און אַז זי שטימט נישט אײַן מיטן אָפּווענדן זיך פֿון דעם ווערק, און אַז די פּיעסע פֿאַרלירט די ענלעכקייט צו חיים גראַדעס ווערק. אַן אַנדערער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז אים שטאַרק געפֿעלן די פּיעסע און אַז זי באַהאַנדלט די הײַנטיקע סיכסוכים צווישן די פֿרומע און די פֿרײַע. די מעשׂה איז אָבער געווען, אַז ראַבײַ טאַלושקין האָט פֿאַרזען צו דערמאָנען אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט, אַז דאָס ווערק געהערט צו חיים גראַדע. ער האָט טאַקע געשריבן דעם סוזשעט, באַזירט און אַדאַפּטירט די פּיעסע אויף גראַדעס "וויכּוח".
איינע פֿון די צושויערינס האָט גענומען אַ וואָרט און האָט ציטירט פֿון פּרקי־אָבֿות: "כל האומר דבֿר בשם אומרו מבֿיא גאולה לעולם". און דער טײַטש דערפֿון איז, אַז יעדער וואָס פֿאַררופֿט זיך אויפֿן מחברס נאָמען ברענגט די דערלייזונג אויף דער וועלט. און זי האָט געבעטן די דראַמאַטורגן, אַז דאָס צווייטע מאָל זאָל מען למען השם נישט נאָר דערמאָנען חיים גראַדעס נאָמען, נאָר אויך אַרײַנשטעלן אין דער פּראָגראַמקע זײַנע ביאָגראַפֿישע שטריכן, דער עולם זאָל זיך באַקענען מיט חיים גראַדעס ראָלע אין דער ייִדיש־ייִדישער ליטעראַטור.
דער אַקטיאָר ראובֿן ראַסל (הערש) האָט אונטער זיך אַ שלל מיט ראָלעס וואָס ער האָט אויפֿגעפֿירט סײַ אויף דער בינע, סײַ אין פֿילמען. און אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, גיט ער אַ קלאַס אין טעאַטער־קונסט אין סטערן־קאַלעדזש (ישיבֿה־אוניווערסיטעט). ער האָט אויפֿגעפֿירט זײַן ראָלע באַגלויביק און קינסטלעריש־אויסגעהאַלטן. עס זעט אויס, אַז ער קען זיך אַן עצה געבן אין די קליינע אותיותלעך, ווײַל ס׳איז אים נישט שווער אָנגעקומען צו ציטירן פֿון חומש און גמרא. זײַן טעמפּאָ איז געווען אַ קאַפּיטשקע צו שנעל. אָבער אַלץ אין איינעם, האָט זײַן שפּילן געטויגט. סעם גונצלער (חיים) האָט אונטער זיך אַ שלל מיט ראָלעס; אויסצורעכענען זיי וואָלט נישט געסטײַעט דאָ קיין אָרט. איך האָב אים ערשט געזען און געשריבן וועגן אים אין "גאָלדמאַן פּראָיעקט". ער איז געווען צוגעפּאַסט צו זײַן ראָלע ווי חיים, כאָטש אַ קאַפּיטשקע צו נערוועיִש, אָבער אויסגעהאַלטן. און אַזוי ווי איך האָב געקאָנט חיים גראַדען פּערזענלעך — ער איז געווען אונדזער שכן ווען מיר האָבן געוווינט אין דער בראָנקס — איז סעם גונצלער געווען אַ שענערע געשטאַלט פֿון אויסנווייניק. אין דער אמתן, איז חיים גראַדע געווען פֿון נידעריקן וווּקס, ברייטע פֿלייצעס און אַ ריזיקן גרויסן קאָפּ אויף די פֿלייצעס; צווישן דעם קאָפּ און די פּלייצעס געדענק איך נישט קיין קאַרג. יאָ, ער איז געווען אַ שטורמישע באַשעפֿעניש, אַ ברויזנדיקער און אַ ייִדיש־קוואַליקער. אָבער דאָס וואָס ער האָט געהאַט צו זאָגן איז אַלעמאָל געווען אַ מיטל פֿון אויפֿשטאָפּן דיר דעם קאָפּ, אײַנזען עפּעס וואָס דו האָסט ביז אַהער דאָס נישט געטראַכט. און דער עיקר איז פֿון אונדז אַוועק אַ שריפֿטשטעלער און פּאָעט, וועלכער האָט אויף די ברייטע פּלייצעס, אינעם ריזיקן קאָפּ אויפֿגעהאַלטן נישט נאָר די ייִדישע שפּראַך, נאָר קאַטעגאָריש די מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּרודלדיקע ייִדישע קולטור און מיט זיך מיטגענומען דאָס שעפֿערישסטע, דאָס טיפֿזיניקסטע, דאָס אינטעלעקטועל־פֿילאָסאָפֿישסטע, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרמאָגט. דעריבער מוז מען אים לייענען און שאַצן לויט ווי ער האָט זיך פֿאַרדינט.