לעצטנס זײַנען אין אוזבעקיסטאַן פֿאָרגעקומען די פּרעזידענט־וואַלן, וווּ ס׳איז ווידער אויסגעוויילט געוואָרן דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט איסלאַם קאַרימאָוו. צו דער מאַכט איז ער געקומען מיט 18 יאָר צוריק, ווען אוזבעקיסטאַן איז נאָך געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אוזבעקיסטאַן איז הײַנט אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, וואָס איר פֿירערשאַפֿט — פּרעזידענט קאַרימאָוו און זײַן קליקע — האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע מאַכט. פּונקט ווי צוויי אַנדערע אַזיאַטישע לענדער, טאַדזשיקיסטאַן און טורקמעניסטאַן, איז אוזבעקיסטאַן הײַנט אַ געשלאָסן לאַנד, וווּ אַפֿילו די אינטערנעץ געפֿינט זיך אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל פֿון די זיכערהייט־כּוחות. פּרוּווט אומיסטן אַרײַנצוגיין דורכן GOOGLE אין "אוזבעקיסטאַן", אָדער "איסלאַם קאַרימאָוו", וועט איר גיך פֿאַרשטיין, אַז יעדע נעגאַטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן די צוויי "אָביעקטן" איז פֿאַרבלאָקירט.
די מלוכישע טעלעוויזיע און די צײַטונגען גיבן איבער נאָר די נײַעס וואָס עס לוינט דער מאַכט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די לויב־געזאַנגען לכּבֿוד קאַרימאָוון הערן נישט אויף צו קלינגען אויף אַלע טענער.
אוזבעקיסטאַן גרענעצט אויך מיט אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער, באַלד נאָך דעם ווי ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די אַנטי־טעראָריסטישע מלחמה קעגן דעם טאַליבאַן־רעזשים, האָט אַמעריקע אָנגעקניפּט סטראַטעגישע פֿאַרבינדונגען מיט דער אוזבעקישער רעגירונג. בוש און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן דעמאָלט פֿאַרמאַכט די אויגן אויף אַ סך אַנטי־דעמאָקראַטישע מעשׂים, וואָס פֿלעגן פֿאָרקומען אין אוזבעקיסטאַן. דעמאָלט האָט אַזוי געלוינט; און אַזוי איז אָנגעגאַנגען ביזן 14טן מײַ, ווען קאַרימאָוו האָט געשיקט קיין אַנדיזשאַן, אַ גרעסערע שטאָט אין דער רעפּובליק, טאַנקען, כּדי אָפּצושטעלן טויזנטער דעמאָנסטראַנטן, וואָס די אָפּאָזיציע האָט געבראַכט צו פֿירן צום הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט.
די דאָזיקע דעמאָנסטראַציע איז דערדריקט געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן. אַרום טויזנט מענטשן זײַנען דערהרגעט געוואָרן. די "יו־ען" האָט פֿאַראורטיילט די מעשׂים פֿון קאַרימאָנוון, און אַמעריקע האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעזאָגט אויף אַ קול איר "פֿע!".
קאַרימאָוו אַליין האָט דערקלערט זײַן באַפֿעל, ווי אַ געזעצלעכע אַקציע קעגן די איסלאַמיסטן, וואָס האָבן געוואָלט אויפֿהייבן אין אַנדיזשאַן אַ ווידערשטאַנד. ער האָט פֿאַרווערט דעם מערבֿ דורכצופֿירן אַן אומאָפּהענגיקע אויספֿאָרשונג, אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה טויזנטער זײַנע קענגנער פֿון דער אָפּאָזיציע און זיך ווידער אויסגעדרייט מיטן פּנים צו רוסלאַנד, וווּ מ׳האָט אים באַלד פֿאַרשטאַנען, באַרעכטיקט און געפּרוּווט ריינוואַשן אין די אויגן פֿון דער מערבֿ־וועלט.
איסלאַם קאַרימאָוו פּראַוועט מיט זײַן לאַנד, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אַזיאַטישן פֿירער. אַזוי האָט זיך געפֿירט טויזנטער יאָרן, בתוכם אין די סאָוועטישע צײַטן, און צו אַזאַ אָנפֿיר איז געוווינט, אַ פּנים, דאָס פֿאָלק. צי דאַרף דער מערבֿ זיך ווינטשן צו האָבן דאָרט אַ "בעסערן קייסער"? ערשטנס, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ נײַער פּרעזידענט, אַליין דערצויגן אין יענער סבֿיבֿה און וואָס קען גוט די נאַציאָנאַלע באַזונדערטקייט פֿון זײַן פֿאָלק, זאָל פֿאַר זיך אויסקלײַבן אַן אַנדער שיטה פֿון רעגירן. צווייטנס, קאַרימאַוו טראָגט טאַקע דעם נאָמען איסלאַם, אָבער די איסלאַמישע רעליגיע גופֿא, אַזוי ווי זי זעט אויס אין די שכנותדיקע לענדער און אַזוי ווי זי ווערט אימפּאָרטירט און פֿאַרשפּרייט אין אייניקע גענגטן פֿון אוזבעקיסטאַן, שרעקט אים און צווינגט אָנצונעמען ווײַט נישט קיין דעמאָקראַטישע מיטלען.
דאָס איז דער פּאַראַדאָקס און די אייגנאַרטיקייט פֿון דער ווירקלעכקייט, וואָס איז תּמיד געווען געקניפּט און געבונדן מיט די אָרטיקע היסטאָרישע און נאַציאָנאַלע טראַדיציעס, וואָס נישט רעכענען זיך מיט זיי, קאָן ברענגען צו רעגיאָנאַלע און צומאָל גלאָבאַלע קריזיסן און קאַטאַסטראָפֿעס.
די פּרעזידענט־וואַלן זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אויף אַ הויך־דיסציפּלינירטן אופֿן: 88.1 פּראָצענט אײַנוווינער פֿון אוזבעקיסטאַן האָבן זיך אין זיי באַטייליקט; די דרײַ אַנדערע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן במשך פֿון דעם גאַנצן קאָמפּיין געלויבט ביזן הימל קאַרימאָוון און געעצהעט צו שטימען פֿאַר אים.