|
מענדי כּהנא |
|
צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע איז די וואָך געקומען פֿון ישׂראל דער זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי כּהנא. ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל פֿאַרנעמט ער הײַנט אַן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יענע וואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט" — אַ יערלעכע ווינטער־פּראָגראַם אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מרים קאָראַל. דאָס יאָר האָט די פּראָגראַם געהייסן "אַ קוש פֿון ייִדיש" און מענדי כּהנא, האָט צווישן אַנדערע, גערעדט וועגן בדחנות און ייִדישע חתונות. צו אונדזער מזל איז ער, נאָך דעם, געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ בר־מיצווה אין ברוקלין און באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל.
מענדי כּהנא איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער משפּחה אין אַנטווערפּן און איז געפֿאָרן קיין ישׂראל זיך לערנען. אינעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" האָט ער שטודירט די אַלטע פּורים־שפּילן פֿון אַמאָל. ער האָט אויך מחבר געווען אַ ביכל אויף ענגליש "מגלית מתיאס" אין 2004, אַ פּאָסט־מאָדערניסטיש ווערק, וואָס באַווײַזט כּהנאס קענטעניש סײַ אין דער ייִדישער, סײַ אין דער וועלט־ליטעראַטור. מענדי טרעט אויף ווי אַ זינגער מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס, בפֿרט "ייִדיש־עקספּרעס", מיט וועלכער ער האָט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטדיסק.
דאָס קליינע, היימישע אָרט פֿון "יונג־ייִדיש" אין ירושלים אויף דער ירמיהו־גאַס 52, עקזיסטירט שוין יאָרן און פֿירט רעגולער דורך פּראָגראַמען פֿון געזאַנג, קלעזמער־מוזיק, פֿאָרלייענונגען, פֿאָרשטעלונגען, וכּדומה. אַ פֿײַנע ביבליאָטעק פֿאַר די מיטגלידער איז אויך פֿאַראַן, ווי אויך אַ לייענקרײַז, וווּ מע טרעפֿט זיך צו לייענען די ווערק פֿון שלום־עליכם אויף ייִדיש און העברעיִש, און מע רעדט אַרום דעם טעקסט. אַן אַנדער לייענקרײַז האָט מענדי כּהנא אָנגעפֿירט אויף דער טעמע "חדר"; ער האָט ביכער אַראָפּגענומען פֿון די פּאָליצעס אין דער ביבליאָטעק און אָנגעוויזן דעם עולם וווּ מע קען נאָך לייענען וועגן דעם. אין נאָוועמבער האָט "יונג־ייִדיש" אָנגעהויבן אַ נײַע פּראָגראַם — אַ סעריע פֿרײַע קאָנצערטן פֿאַר די נישט־פֿאַרמעגלעכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין לאַנד.
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט "יונג־ייִדיש" געעפֿענט אַ ריזיק אָרט אויפֿן פֿיפֿטן גאָרן אויף דער נײַער סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ. כּדי צוצוציִען אַ ייִדיש־עולם אין תּל־אָבֿיבֿ דאַרף מען אויסאַרבעטן אַן אַנדער סטראַטעגיע ווי אין ירושלים, האַלט כּהנא. געוויסע פּראָגראַמען פֿון דעם ירושלימער "יונג־ייִדיש" ווערן אויך פֿאָרגעשטעלט אין תּל־אָבֿיבֿ, אָבער עס וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אָבֿיבֿ שבת־נאָכמיטאָגן — אַ לעקציע, אַ פֿילם, אויסשטעלונגען, וואָס פּאַסן פֿאַר אַזאַ גרויס אָרט.
מענדי כּהנא הייבט אַרויס, אַז עפֿנטלעכע ייִדישע קולטור־פּראָגראַמען קומען פֿאָר זעלטן לעצטנס, און "יונג־ייִדיש" שפּילט אַ מער וויכטיקע ראָלע אין דעם פּרט. ייִדיש־קלאַסן ווערן יאָ דורכגעפֿירט בײַ אַנדערע אינסטיטוציעס וווּ זיי האָבן אַ גוטע אַנטוויקלונג.
וואָלונטירן קומען העלפֿן אין "יונג־ייִדיש" פֿון אוניווערסיטעט, גראַדואַנטן פֿון אַמאָליקע זומער־פּראָגראַמען. די חבֿרה פֿון "יונג־ייִדיש" אין ירושלים קומען העלפֿן אויפֿצושטעלן די פּאָליצעס, וואָס וועלן האַלטן אַן ערך 40,000 ביכער. די ביכער אינעם ירושלימער לאָקאַל, אַן ערך 7000 בענד, זענען שוין אויסגעסדרט, אָבער אין תּל־אָבֿיבֿ דאַרף מען נאָך אַרבעטן אויף דעם.
ווי יונג דאַרף מען זײַן צו קומען אין "יונג־ייִדיש"? "די יונגקייט שטעקט אין ייִדיש" — ענטפֿערט כּהנא. ער האָט געשפּילט ייִדיש טעאַטער מיט בנימין צמח, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ טרופּע צו 94 יאָר מיט אַ יונגטלעכן גײַסט, און דאָס האָט אינספּירירט מענדי אָנצורופֿן די גרופּע "יונג־ייִדיש". "דער כּוח פֿון ייִדיש איז צו מאַכן יונג" — זאָגט ער ווײַטער. ער איז אויך שטאָלץ מיט דעם וואָס אין "יונג־ייִדיש" ווערן צונויפֿגעבראַכט די יונגע און אַלטע. אין ישׂראל האָט מען גוואַלדיקע טאַלאַנטן און כּוחות פֿון פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות — נײַע רוסישע עולים, עלטערע אימיגראַנטן, פֿרומע פֿון בני־ברק. אויך סאַברעס פֿון אַן עלטער פֿון 50 אָדער 60 יאָר דערנענטערן זיך צו ייִדיש און זענען אויך אַ טייל פֿון "יונג־ייִדיש".
די לעצטע צוויי יאָר איז מענדי כּהנא געווען דער אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ, און איז געבליבן צופֿרידן פֿון דער פּראָגראַם. ער וויל נאָר, אַז די ייִדישע קולטור־וועלט זאָל אַרײַנלייגן אַזוי פֿיל מי און כּוח פֿאַר דער קולטור במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, און נישט נאָר זומער, דער סטודענט זאָל געניסן פֿון ייִדישע קולטור־פּראָגראַמען אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר.
צווישן זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער, דערציילט כּהנא וועגן אַן אויסשטעלונג, וואָס ער וויל צוגרייטן לכּבֿוד 60 יאָר פֿון דער מדינה — "60 מאָמענטן פֿון ייִדיש אין ישׂראל", צווישן די "מאָמענטן" וואָלט ער אַרײַנגענומען: איציק מאַנגער, בן־גוריון, חוה אַלבערשטיין, מיט קלאַנג, ווידעאָ, זשורנאַלן, בריוו פֿון דער גניזה, מיט היסטאָרישער טיפֿקייט.
"יונג־ייִדיש" אין תּל־אָבֿיבֿ האָט אײַנגעפֿירט אַ לידל אַ "דזשינגל" אויף דער סטאַנציע, וואָס אַלע פּאַסאַזשירן הערן עס — "ווילט איר הערן אַ ייִדיש וואָרט אָדער אַ ביסל ייִדישע מוזיק... קומט צו ׳יונג־ייִדיש׳, וווּ ייִדיש לעבט, טראַכט און לאַכט." מיר ווינטשן אונדזער גאַסט, מענדי כּהנא, נאָך אַ סך כּוח און שאַפֿערישקייט אין זײַן אַרבעט, מע זאָל ווײַטער טראַכטן און לעבן אין ייִדיש.