פּאָליטיק

מיט אַריבער צוועלף יאָר צוריק האָבן מיר געקויפֿט אַ הויז אין אָקספֿאָרד, וווּ זינט יענער צײַט געפֿינט זיך דער צענטער פֿון אונדזער משפּחה-לעבן. אין דעם גאָרטן, וואָס איז אויך אַ מין סאָד, האָבן די פֿריִערידע בעלי-הבתּים איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך רויזן-קוסטעס און דרײַ עפּלביימער. הגם פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַם איך פֿון ייִדישע פּויערים, שטאַרקער זײַנען אין מיר, אַ פּנים, דווקא די שטעטלדיקע וואָרצלען, וואָס זײַנען פֿונעם טאַטנס צד — פֿון די קירזשנער אין קראַסילאָוו, ניט ווײַט פֿון פּראָסקוראָוו. אמת, אַפֿילו מײַן דאָרפֿישער זיידע איז געווען מער אַ סטאָליער ווי אַ פּויער. הקיצור, סײַ די הענט ליגן מיר ניט צו גערטנערײַ, סײַ איך האָב עס ליב נאָר פֿון דער ווײַטנס.

פֿון די רויזן זײַנען איצט פֿאַרבליבן נאָר די גרעסטע — אייניקע פֿון זיי זײַנען דאָך ווי ביימער, און קיין כאָלערע, אַפֿילו אַזאַ ווי מײַן ליימענע-הענט-בעלי-הבתּישקייט, נעמט זיי ניט. אויפֿן אָרט פֿון די קלענערע רויזן האָב איך פֿאַרפֿלאַנצט סתּם קוסטעס, וועלכע וואַקסן זיך און מע דאַרף זיי ניט יעדעס מאָל אונטערשערן. מיט די ביימער איז ערגער. אויסצוהאַקן זיי נעמט זיך עפּעס ניט אויף בײַ מיר די האַנט, כאָטש זיי ברענגען ניט ווייניק קלאָפּאָט. כ׳מיין — די עפּל, בפֿרט ווען אַלע דרײַ ביימער ווערן ממש באַשאָטן מיט פּירות און דערנאָך פֿאַלן זיי אויף דער ערד. וואַרפֿן מיר אַרויס פֿולע זעק, ווײַל וויפֿל קענען מיר אַויפֿעסן?

וועט איר זאָגן: "זײַ ניט קיין קמצן און צעטייל דײַן גערעטעניש צווישן אַנדערע מענטשן". וווּ געפֿינט מען הײַנט די דאָזיקע אַנדערע מענטשן? די עפּל, וואָס וואַקסן בײַ אונדז, זײַנען גאָר ניט שיינע, און זויערלעך זײַנען זיי אויך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ס׳רובֿ אונדזערע שכנים און באַקאַנטע האָבן אייגענע עפּל-ביימער. אַזוי אַז קיין גרויסע האָפֿענונג האָב איך שוין ניט געהאַט צו געפֿינען אַ גוטן עפּל-עסער. אָבער אַז מע לעבט דערלעבט מען.

דעם זומער האָט זיך, פֿונדעסטוועגן, יאָ געפֿונען אַ בעלן אויף אונדזערע פֿרוכטן. מײַן ווײַב האָט זיך צערעדט מיט אַ קאָלעגע, און יענע איז צוויי צי דרײַ מאָל אַוועק פֿון אונדז מיט פֿולע קיישלעך. איין מאָל איז מיר אויסגעקומען צו טרינקען טיי און רעדן מיט אָט דער בעלנטע. ווי איך האָב פֿאָרויסגעפֿילט (וואָס פֿאַר אַ מענשט קען וועלן אונדזערע עפּל!), האָט זי זיך טאַקע אַטפּלעקט ווי אַ שטיקל עקסצענטריקער. די ליבהאָבערין פֿון אונדזערע עפּל האָט דערציילט (זי האָט אַ סך דערציילט, אָבער איך קאָנצענטריר זיך אויף איין טעמע), אַז זי באַשעפֿטיקט זיך מיט מײַסטרעווען כּלערליי זאַכן — למשל, גרויסע קאָמפּאָזיציעס פֿון האָלץ, שמאַטעס וכ׳. בגדים אַרבעט זי אויך אויס. אמת, קיין איין "ווערק" האָט זי ביז עד-היום ניט פֿאַרענדיקט. יעדעס מאָל הייבט זי אָן אַ פֿרישן "פּראָיעקט", אָבער דערנאָך ווערט זי אָפּגעקילט און גייט אַריבער צו אַן אַנדער מיט טעכנאָלאָגיע.

אָבער ניט נאָר עקסצענטריקער, וועלכע עס ציט צו אונדזערע עפּל, באַשעפֿטיקן זיך מיט מאַכן כּלערליי זאַכן מיט אייגענע הענט. מײַן ווײַבס שוועסטער אַרבעט אויס פֿון וואָל אַזעלכע מײַסטער-ווערק, איצט, דער עיקר, פֿאַר אירע אייניקלעך, אַז מע קען זיך נאָר חידושן, וווּ זי נעמט געדולד, פֿאַנטאַזיע און צײַט. דאָך, איז מיר ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַרום אָט דער פּראָדוקציע פֿון גאָלדענע — און בדרך-כּלל ווײַבערישע — הענט, קען מען אויסבויען אַ גאַנצע פֿילאָסאָפֿיע.

עס לאָזט זיך אויס (ווי איך האָב פֿאַראַכטאָגן אויסגעלייענט אין "ניו-יאָרק טײַמס"), אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַנטי-קאַפּיטאַליסטישע קרײַזן, וועלכע גלייבן, אַז דורך סטימולירן בעל-מלאָכישקייט ווערט אָפּגעשוואַכט די אַגרעסיווע, מאָנאָפּאָלירנדיקע פֿאָרמען פֿון מאָדערנער עקאָנאָמיע. די רייד גייט וועגן די זעלבע קרײַזן, וועלכע האָבן פֿײַנט די ריזיקע קראָמען, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די "מאַקדאָנאַלדס" און "סטאַרבאָקס". זיי, די אַנטי-קאַפּיטאַליסטן, טענהן אויך, אַז אַ בעל-מלאָכה פּטרט ניט אַוועק אַזוי פֿיל ענערגיע ווי אַ גרויסע אונטערנעמונג, דאָס הייסט, אַז אויך פֿאַר דער נאַטור איז גוט צו האָבן אַלץ ווייניקער פֿאַבריק-געמאַכטע טאַנדעט-פּראָדוקציע.

ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די אינטערנעץ-תּקופֿה וועט אַרײַנבלאָזן אַ נײַ לעבן אין האַנטווערקערײַ. איר געדענקט, ווי דער עלטערער ברודער פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס האָט געפּרוּווט ווערן רײַך דורך מאַכן טינט, אָבער זײַן אונטערנעמונג האָט געפּלאַצט, ווײַל קיין קונים האָט ער אין זײַן שטעטל ניט געפֿונען. מיט אַזאַ פּראָבלעם קען זיך צונויפֿשטויסן יעדער בעל-מלאָכה — וווּ נעמט מען מענטשן, וועלכע זײַנען גרייט צו צאָלן פֿאַר דער האַנטווערקערישער פּראָדוקציע? הײַנטיקע טעג באַווײַזט זיך גאָר אַן אַנדער מעגלעכקייט, ווײַל די סחורה קען געפֿינען אַ קונה, וואָס וווינט טויזנטער מײַל פֿונעם מײַסטער, אפֿשר אַפֿילו אין אַן אַנדער לאַנד.

דעם סאַמע ברייטן אויסקלײַב פֿון אַזאַ פּראָדוקציע קען מען געפֿינען אין דעם אינטערנעץ-יריד www.etsy.org. למשל, אַ פֿרוי מיט אַ פּאָר גאָלדענע הענט, וואָס וווינט ערגעץ ניט ווײַט פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ, פֿאַרקויפֿט אַ רעמל פֿאַר בילדער, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן אויף ריין סאַן-פֿראַנציסקיש: Shayne Punim. די דאָזיקע מציאה, וועלכע וועט זיכער חרובֿ מאַכן אַ צענדליק קאַפּיטאַליסטישע אונטערנעמונגען, איז ביליק ווי באָרשט — אין גאַנצן 8.99 דאָלאַר. דעם זעלבן פּרײַז האָט אַן אַנדער רעמל, אויף וועלכן ס׳איז אָנגעשריבן אויף דעם זעלבן היגן לשון: Bube.

האָב איך אַ קוק געטאָן אויף דעם דאָזיקן אינטערנעץ-יריד, און אַ נאָוואַטאָרישער געדאַנק איז געבוירן געוואָרן אין מײַן קאָפּ: אפֿשר וועל איך וועסנעצייט, פֿונדעסטוועגן, זיך ניט פֿוילן און, סוף-כּל-סוף, אויסהאַקן די דרײַ עפּל-ביימער, כּדי אויף זייער אָרט פֿאַרפֿלאַנצן נייטראַלע, אייביק-גרינע ביימער. פֿונעם האָלץ פֿון די עפּל-ביימער קען איך עפּעס אויסמײַסטרעווען, ווי עס פֿלעגט טאָן מײַן זיידע דער סטאָליאַר (איידער ער איז געוואָרן אַ שוחט) — שאַפֿקעלעך, רעמעלעך וכ׳. דערנאָך וועל איך אָט די גאַנצע סחורה פֿאַרקויפֿן דורך www.etsy.org. די דאָזיקע אָפּעראַציע וועל איך דורכמאַכן ניט אַזוי צוליב געלט, ווי צוליב אָנטאָן שאָדן דער גאַנצער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. איך אַנטפּלעק איצט דעם דאָזיקן פּלאַן זיי זאָלן שוין אָנהייבן ציטערן — די בלויטזויגער-קאַפּיטאַליסטן.