פּאָליטיק

אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ איז דאָס וואַרטן און אויסוואַרטן געוואָרן איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם ישׂראלדיקן שטייגער. אָנהייבנדיק פֿון דעם אייביקן ביאת-המשיח — ביז צום קורצווײַליקן וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש און דערנאָך אויף ווינאָגראַדן — דעם פּרעזידענט פֿון דער קאָמיסיע וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, דעם ריכטער ד"ר אליהו ווינאָגראָד: ווער עס וואַרט אויף משיחן, ווער אויף דעם שלום, מען וואַרט אויף דער באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן; מע וואַרט, אַז די מנהיגים זאָלן פֿאַרווירקלעכן זייערע צוזאָגענישן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען צו דער מאַכט, און ווער עס וואַרט אויף סתּם אַ נס (כאָטש מען זאָגט, אַז אַלע נסים האָבן זיך שוין בײַ אונדז אויסגעלאָזט).

די רעגירונג וואַרט איצט אויף דעם פּרעזידענט בוש, וועלכער דאַרף קומען אַהער אין אַוועלכע צען טעג אַרום, און דער פּרעמיער אהוד אָלמערט וואַרט, שוין צום צווייטן מאָל, אויף ווינאָגראַדן, דאָס הייסט, — אויף דעם ענד-באַריכט פֿון דער קאָמיסיע, וואָס דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרום דרײַ־פֿיר טעג נאָך דעם וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט.

ווער עס נעמט ערנסט אויף דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש, וועלכער וועט די קומענדיקע וואָך אַרײַנטרעטן אין דעם לעצטן יאָר פֿון זײַן קאַדענץ, און וועט אין אַ יאָר אַרום שוין מער נישט זײַן דער בעל־הבית פֿונעם "ווײַסן הויז" — איז זײַן ישׂראלדיקער "פֿאַך-קאָלעגע", פּרעזידענט שמעון פּערעס. אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט אין ירושלים אַרבעט מען איצט פֿלײַסיק בײַם רעמאָנטירן און באַנײַען דעם בנין, מען פּוצט די טעפּיכער, מע וואַשט די טירן און די פֿענצטער, מען קוקט אויס אויף דעם הויכגעשטעלטן גאַסט און מע וואַרט מיט נײַגער אויף דער מתּנה, וואָס דער גאַסט וועט ברענגען דער מדינה.

דער פּרעמיער אהוד אָלמערט געפֿינט זיך אָבער אין אַ פֿאַרלעגנהייט צווישן די גוטע האָפֿענונגען און די ווייניקע גוטע רעאַלע דערוואַרטונגען. מיט אייניקע טעג צוריק האָט אָלמערט דערקלערט, אַז פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש איז פֿאַר ישׂראל דער בעסטער פֿרײַנד, פֿון אַלע ביז-איצטיקע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן. אויך בוש פֿלעגט לעצטנס אין אַ סך פֿון זײַנע עפֿנטלעכע אויפֿטריטן — און וועט עס אויך טאָן איצטער, בעת זײַן וויזיט אין ירושלים — דעקלאַרירן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט און זײַן זאָרג און פֿליכט פֿאַר דער זיכערהייט פֿון מדינת־ישׂראל.

דער באַריכט פֿון דעם פֿעדעראַלן אַמעריקאַנער אינפֿאָרמאַציע-דינסט, און די דערקלערונג פֿון בוש, אַז איראַן האָט שוין מיט פֿיר יאָר צוריק געהאַט אָפּגעשטעלט — אָדער אָפּגעלייגט — דאָס אַנטוויקלען די אַטאָמישע באָמבע, שטעלט אָבער מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטע ווענדונג אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, און האָט אין ישׂראל, אָנשטאָט צופֿרידנקייט, אַרויסגערופֿן אַנטוישונג ביז שיִער נישט, חלילה, דעם געפֿיל פֿון אַ קליינעם פֿאַרראַט. ווי דער איינציקער באַשיצער וואָלט איבערגעלאָזט זײַן באַשיצטן אַליין אויפֿן שטח קעגנאיבער דער איראַנישער געפֿאַר, אין אָנבליק פֿון אַכמעדינעדזשאַדס ווילדע דראָונגען.

אויף דעם אופֿן האָט זיך די גוטע האָפֿענונג פֿאַרוואַנדלט אין אַ זאָרגפֿולער דערוואַרטונג. וואָס פֿאַר אַ מתּנה קאָן ישׂראל שוין דערוואַרטן פֿון דעם חשובֿן גאַסט — אויב נישט דעם שנעלצוג פֿאַר דער "מאַפּע פֿון די וועגן", וואָס זאָל דערפֿירן צום שלום נאָך אין משך פֿון דעם יאָר 2008, דהײַנו, ביז צום סוף פֿון זײַן קאַדענץ ווי דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן?

למעשׂה וואָלט אַזאַ מין ווירטועלער "שנעלצוג" געדאַרפֿט זײַן פֿאַר מדינת-ישׂראל די שענסטע מתּנה — און גאָר באַזונדערס דער פּרעמיער אָלמערט וואָלט געדאַרפֿט זײַן מיט איר גליקלעך — ווען דאָס וואָלט נישט געווען, דאָס מאָל, ווי אַ חלום אויף דער וואָר אין די באַדינגונגען פֿון די הײַנטיקע טעג. די צרה איז נאָר, וואָס זי געהערט צו יענעם סאָרט מתּנות, אין וועלכע דער באַשענקטער איז מחוייבֿ זייער שווער צו האָרעווען, כּדי צו קענען פֿון איר געניסן...

עס איז פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט — און וועגן דעם האָט שוין געגעבן אָנצוהערן די מלוכה-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס — אַז פּרעזידענט בוש וועט דאָ פֿאַנאַנדערשפּרייטן אויפֿן טיש פֿון אָלמערטס אויפֿנעם-סאַלאָן זײַן "וועגן-מאַפּע". דאָס איז דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענטס צערטל-קינד, וואָס ער האָט מיט פֿינף יאָר צוריק געשאָנקען דעם פֿריִערדיקן פּרעמיער אַריאל שרון, און וואָס האָט געזאָלט ווערן רעאַליזירט און ברענגען דעם פֿולן שלום מיט דער אָנגעזאָגטער פּאַלעסטינער מדינה ביז דעם סוף פֿון 2005.

מיט צוויי יאָר צוריק, ווי מיר געדענקען, איז אָבער ישׂראל נאָך נישט געווען בשלום מיט זיך אַליין, ווײַל אין דעם יאָר איז פֿאָרגעקומען דער צוריקטריט פֿון עזה און פֿון די צוויי ייִשובֿים אין צפֿון-שומרון, און די איינזײַטיקע אָפּשיידונג פֿון די פּאַלעסטינער. עס האָט געהייסן, אַז דאָס ווערט געמאַכט אין די ראַמען פֿון בושס וועגן-מאַפּע", וואָס ישׂראל האָט בשעתו געהאַט אָנגענומען, כאָטש מיט די שוין לאַנג פֿאַרגעסענע דרײַצן באַוואָרענישן.

די אַמעריקאַנער האָבן אָבער נישט פֿאַרגעסן און נישט אויפֿגעגעבן די "וועגן-מאַפּע". זי איז דאָך סוף-כּל-סוף געבליבן זײַן לעצטע קאָרט פֿאַר דער וויזע צום פּאַנטעאָן פֿון דער געשיכטע, נאָך זײַנע דורכפֿאַלן אין איראַק און אין איראַן. דער "שנעלצוג", וועלכן דער פּרעזידענט וועט ברענגען פֿאַר אָט דער מאַפּע, וועט זײַן — און אויך אויף דעם האָט שוין קאָנדאָליזאַ רײַס מרמז געווען — די פֿאָדערונג, אַז ישׂראל זאָל צוהעלפֿן און געבן אַ שטויס דעם שנעלצוג צום שלום, כּדי ער זאָל זיך ענדלעך לאָזן אין וועג אַרײַן: דאָס איז די פֿאָדערונג, אַז מדינת-ישׂראל זאָל רעאַליזירן איר חלק אין דעם ערשטן פּונקט פֿון דער "וועגן-מאַפּע", אויף איר ערשטער סטאַדיע, וועלכע פֿאַרלאַנגט — ליקווידירן איינצײַטיק סײַ דעם פּאַלעסטינער טעראָר און סײַ די אומגעזעצלעך אויפֿגעשטעלטע פֿאָרפּאָסטנס אויף די באַזעצטע טעריטאָריעס.

די פֿליכט צו רעאַליזירן דעם ערשטן טייל פֿון דעם פּאַראַגראַף, דאָס באַקעמפֿן דעם פּאַלעסטינער טעראָר, איז, נאַטירלעך, אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אויף דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון איר פּרעזידענט, דעם פּרעזידענט פֿון פּל"אָ, אַבו-מאַזען. פֿון ישׂראל איז פֿאַרלאַנגט געוואָרן אויפֿצולייזן און באַזײַטיקן די אַזוי גערופֿענע "מאחזים", דאָס הייסט, די "אָנהאַלט-פּונקטן", וואָס זענען געוואָרן אויפֿגעשטעלט און צעזייט איבער די באַזעצטע שטחים זינט 2001.

אין די איבער פֿינף יאָר זינט בוש האָט געבראַכט אַהער די "מאַפּע פֿון די וועגן", ביז צו דער שלום-קאָנפֿערענץ מיט בערך אַ חודש צוריק אין אַנאַפּאָליס, זענען פֿאָרגעקומען אַ סך וויכטיקע זיגזאַגישע אַנטוויקלונגען אין דעם ראַיאָן. אַנטוויקלונגען, וואָס האָבן דעם שלום נישט נאָר ניט דערנענטערט, נאָר אַפֿילו אים היפּשלעך דערווײַטערט און דעם פּאָליטישן פּראָצעס נאָך מער באַשווערט. די צווייטע אינטיפֿאַדע פֿון נאָך שרונס דעמאָנסטראַטיוון אויפֿטריט אויפֿן הר-הבית און נאָכן דורכפֿאַל פֿון "קעמפּ דייוויד" — האָט זיך ביסלעכווײַז אויסגעלאָשן, אָבער אָנשטאָט דעם איז געקומען, נאָך די וואַלן אין דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, די "כאַמאַס"-איבערקערעניש אין עזה-פּאַס, די צווייטע לבֿנונישע מלחמה אויפֿן צפֿון און דער "קאַסאַמען"-טעראָר אויפֿן דרום.

עס איז אָבער אין אָט דער צײַט אויך פֿאָרגעקומען די צווייטע מלחמה אין איראַק, און עס איז אויסגעוואַקסן אין דעם ראַיאָן דער איראַנישער גולם, וואָס האָט מיט זײַן אַטאָמישער געפֿאַר באַדראָט — און, פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַראייניקט — דעם פּראָ-אַמעריקאַנישן בלאָק פֿון די אַראַבישע מדינות אין דעם ראַיאָן. אין דעם זכות איז מיט פֿינף יאָר צוריק געקומען די שלום-איניציאַטיוו פֿון סאַודיע, וואָס האָט אַ סוף געמאַכט צו די פֿאַרהייליקטע "דרײַ לאו'ן" פֿון כאַרטום (1967) און צו דער טאָטאַלער נעגאַציע פֿון דער עקזיסטענץ-רעכט פֿון מדינת-ישׂראל אין דער ראַיאָן. ישׂראל האָט אין משך פֿון די פֿינף יאָר איגנאָרירט די דאָזיקע וויכטיקע איניציאַטיוו, וועלכע האָט באַקומען דעם שטעמפּל פֿון דער אַראַבישער ליגע און האָט פֿאָרגעלייגט ישׂראל אַ שלום מיט אַלע, אָדער כּמעט אַלע, אַראַבישע לענדער, אויף דער באַזע פֿון דער "גרינער ליניע" — די וואָפֿנשטילשטאַנד-גרענעצן פֿון 1949 ביז יוני 1967. די דאָזיקע סאַודישע איניציאַטיוו האָט, פֿון דער אַנדערער זײַט, אין די ראַמען פֿון דער אַמעריקאַנער "וועגן-מאַפּע", באַקומען די צושטימונג פֿון 90 מדינות פֿון דער וועלט, וואָס זייערע פֿאָרשטייער האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס.

דער וויכּוח אַרום דער פֿראַגע: וואָס קומט פֿריִער — די הון, צי דאָס איי? — האָט די אַלע יאָרן געדינט ווי דער שטרײַט-פּונקט און דער תּירוץ פֿאַר ביידע פּאַרטנערן אין זייער באַציִונג צו דעם ערשטן פּאַראַגראַף פֿון דער "וועגן-מאַפּע". נאָך דער גרויסער שטראָף-אָפּעראַציע — "חומת-מגן" ("שוץ-מויער") אין 2003 — האָט דער דעמאָלטיקער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון צה"ל, רבֿ-אַלוף משה יעלון ("בוגי") טריומפֿאַל דעקלאַרירט, אַז צה"ל האָט מנצח געווען דעם טעראָר. דער נצחון איז אָבער געווען אַ קורצדויערנדיקער — די קאָלעקטיווע רעפּרעסיעס האָבן נאָך מער פֿאַרשטאַרקט די מאָטיוואַציע פֿון די פּאַלעסטינער און דער טעראָר האָט צוריק זיך צעפֿלאַקערט אין אַ נאָך שטאַרקערן פֿאַרנעם. פֿאַרלאַנגענדיק פֿון דעם טענעט-פּראָיעקט א חודש פֿון אַבסאָלוטער רו, כּדי צו רעאַליזירן די אַנדערע פּאַראַגראַפֿן פֿון זײַן שלום-דאָקומענט, און אין אַ צווייטן פֿאַל צען אָדער אַפֿילו זיבן טעג — האָט יעדעס מאָל דאָס לעצטע וואָרט געהאַט אַ טעראָריסט פֿון "כאַמאַס". אַ פּאַלעסטינער טעראָר-אַקט, אַ פֿאַרלעצונג פֿון דעם "אַבסאָלוטן שטילשטאַנד" אין זײַנע לעצטע טעג, האָט יעדעס מאָל געדינט ווי אַ גוטער תּירוץ פֿאַר שרונען מבֿטל צו מאַכן יעדע שלום-איניציאַטיוו און האָט אים "באַפֿרײַט" פֿון מקיים צו זײַן די ישׂראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען אין די ראַמען פֿון דער "וועגן-מאַפּע".

די פּאַלעסטינער פֿון זייער זײַט האָבן געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע שטראָף-אָפּעראַציעס האָבן באַוווּסטזיניק צעשמעטערט סײַ די עקאָנאָמישע און סײַ די מוניציפּאַלע און אַלע אַנדערע מאַכט-אינסטאַנצן, און האָבן נישט דערמעגלעכט דער אויטאָנאָמיע צו באַקעמפֿן דעם טעראָר. איז דאָך אויך דער שטאַרקער הערשנדיקער כּוח פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי נישט מצליח געווען, און איז נישט מצליח דעם טעראָר צו באַקעמפֿן. דאַקעגן, האָבן זיי געטענהט, וועט נאָר דאָס ליקווידירן אָדער צוימען די קאָלאָניזאַציע אויף די באַזעצטע טעריטאָריעס, דאָס אויפֿלייזן די הונדערטער קאָנטראָל-פּאָסטנס און דורכגאַנג-פֿאַרצוימונגען אויף די וועגן און אָפּשטעלן דאָס בויען די שיידונגס-מויער — פֿאַרשטאַרקן דעם צוטרוי צו די פֿרידלעכע כּוונות פֿון די פּאָליטישע איניציאַטיוון.

דער דאָזיקער וויכּוח אַרום "וואָס קומט פֿריִער?" האָט אַלע יאָרן, ווי אַ תּירוץ, אויפֿגעהאַלטן דעם שלום-צוג און אָנגעלייגט שטיינער אונטער זײַנע רעלסן. דער בולטסטער מוסטער פֿון דער דאָזיקער טאַקטיק איז — דער גורל פֿון דעם באַריכט פֿון אַדוואָקאַט טליה שׂשׂון, וועלכן דער פּרעמיער שרון האָט בײַ איר באַשטעלט און דערנאָך פֿאַרשלאָסן אין אַ שופֿלאָד פֿון זײַן טיש. טליה שׂשׂון האָט געפֿונען אַזעלכע 109 אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטן, וואָס געניסן פֿון די פֿולע מלוכישע באַדינונגען. נישט געקוקט אויף שרונס פֿאַרפֿליכטונג פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, איז ביז איצט קיין איינער פֿון די דאָזיקע פֿאָרפּאָסטן נישט געוואָרן אויפֿגעלייזט און באַזײַטיקט — אין דער צײַט, ווען די פּאַלעסטינער אויפֿן מערבֿדיקן ברעג האָבן געלייגט דאָס געווער.

ווי באַוווּסט, האָט אהוד אָלמערט געירשנט פֿון שרונען די אָנפֿירונג פֿון דער "קדימה" און דעם רודער פֿון דער רעגירונג, מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו עוואַקויִרן בערך 75 טויזנט קאָלאָניסטן פֿון די פּאַלעסטינער שטחים אויפֿן מערבֿדיקן ברעג. דער אויסברוך פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט אים צוריקגעקערט צו דער ווירקלעכקייט און ער האָט מוותּר געווען אויף אָט דעם פֿאַנטאַסטישן געדאַנק, וועלכער לאָזט זיך נישט רעאַליזירן אויפֿן באָדן פֿון דער פֿאַרשטאַרקטער רעכטער ראַדיקאַליזאַציע פֿון דער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל און דער קאָנסעקווענט אָנגייענדיקער פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער קאָלאָניזאַציע, מיט דער שטילער הילף פֿון דער אַרמיי און פֿון די אַנדערע ישׂראלדיקע מאַכט-אָרגאַנען.

אויב די קאָלאָניזאַציע פֿון די שטחים שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערן מיכשול פֿאַר אַ טעריטאָריאַלער פּשרה, שטעלט אָבער פֿאָר מיט זיך דער נאַציאָנאַלער און רעליגיעזער קאָנפֿליקט אַרום דער צוקונפֿט פֿון ירושלים אַ פֿיל מאָל גרעסערע שטרויכלונג אין דעם פֿאַרמעסט איבער דער פֿאַרהייליקטער שטאָט.

אין אָט דער סיטואַציע, ווען "דאָס פֿענצטער פֿון דער געלעגנהייט" האָט זיך ברייט צעעפֿנט, אָבער די צוויי פּאַרטנערן זענען זיך צו ברייט צעוואַקסן, כּדי צו קענען אין אים זיך אַרײַנקוקן — וואַרט איצט אהוד אָלמערט אויף בושן. ער ווייסט אָבער נאָך אַלץ נישט וואָס עס וואַרט אויף אים דרײַ-פֿיר טעג שפּעטער מצד ווינאָגראַדן — און זײַן באַריכט, וואָס ווער ווייס, וואָס ער וועט מיט זיך ברענגען.

תּל־אָבֿיבֿ, 30סטער דעצעמבער 2007