- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז צו זײַן אַ לערער איז אַ בכּבֿודיקע מלאָכה, אָבער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ברעגט עס נישט. לערערײַ איז אין אַלע צײַטן געווען אַ ביטער שטיקל ברויט, הגם דער לערער גופֿא האָט זיך זעלטן ווען געקלאָגט. נישט אומזיסט פֿלעגט מען זאָגן: יעדער מלמד איז אַ שטיק שלימזל. וועט איר זאָגן: אַזוי איז געווען אַמאָל. אין גלות. דער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל — סײַ פֿון די לערער אין די שולן און סײַ פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן — איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז וואָס שייך לערערײַ, איז דער מצבֿ פֿון די מאָדערנע מלמדים ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. צי קען אַ מענטש ענדערן זײַן כאַראַקטער? דאָס איז אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן, און אויך זיי זענען נישט געאייניקט אין דעם ענין. אָבער וואָס שייך די מנהיגים פֿון דער מדינה, איז דאָס שוין געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿראַגע, וואָס דער ענטפֿער אויף איר איז לרובֿ אויך אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אײַנשטעלונג. גאָר באַזונדערס איז דאָס געקומען צום אויסדרוק נאָכן אויסוואַל פֿון אריאל שרונען ווי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און נאָך אים — מיטן צוריקקערן זיך פֿון אהור ברקן אויף דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי פֿון דאָס נײַ צו דעראָבערן די מאַכט. פֿון "יד-ושם" האָט מען געשיקט אַ פֿאַרבעטונג אין אוקראַיִנע. מע רופֿט קאָמפּעטענטע אוקראַיִנישע היסטאָריקער, זיי זאָלן קומען קיין ירושלים און זיך באַקענען דאָרטן מיט די אַרכיוו-מאַטעריאַלן מכּוח דער מערדערישער טעטיקייט פֿונעם גענעראַל ראָמאַן שוכעוויטש-טשופּרינקאַ — ער האָט אין די 1940ער יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער אַזוי-גערופֿענער אוקראַיִנישער אויפֿשטאַנד-אַרמיי. לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער. שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע פֿרײַנד, אַז הײַנט צו טאָג איז נאָך פֿאַראַן אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם, וועלכער איז גרייט צו זען נישט נאָר אַן ערנסטע פּיעסע, נאָר אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיטן חורבן. מ'קאָרמעט דאָך דעם עולם מיט פּאַפּע, מיט קונסטלאָזער וואַרע, מיט פּוסטער קליאָטשע, און זיי לאַכן און פּאַטשן און פֿרייען זיך. קומט צו גיין אַן אונטערנעמונג וואָס רופֿט זיך "בלו העראָן טיִעטער," צוזאַמען מיט אַדעל סטרײַקער, נעמען און שטעלן אַזאַ פּיעסע ווי "דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש." געשריבן האָט די פּיעסע זשילעס סעגאַל, איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש האָט עס סאַראַ אָ'קאַנאָר, און דער זאַל פֿון "אַרקלײַט־טעאַטער", וואָס געפֿינט זיך אויף דער 201 וועסט־זיבעציקסטער גאַס לעבן בראָדוויי, פֿירט עס אויף. אַ סימן — מ'טאָר נישט אַראָפּלאָזן די פֿליגל. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריערדיקער פּרשה, האָט יוסף פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער, בנימין. זײַן אַנדער ברודער, יהודה, האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו באַפֿרײַען בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים. דער הײַיאָריקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, אין ירושלים, איז געווען גרויס־פֿאַרנעמיק און רײַך אין אינהאַלט. קרובֿ צו 120 לענגערע און קורצע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן האָט מען געוויזן אויף די עקראַנען פֿון דעם 1טן ביזן 7טן דעצעמבער, אין דעם לעצטנס באַנײַטן און אויסגעברייטערטן בנין פֿון דער ירושלימער סינעמאַטעק, און אויך אין אַ צאָל אַנדערע פּלעצער אין ירושלים. שוין צום פֿערטן מאָל האָט דאָס ישׂראלדיקע קולטור־מיניסטעריום צונויפֿגערופֿן די טעאַטער־לײַטערס, טרופּע־פֿאַרוואַלטערס און אונטערנעמונג־אָרגאַניזירער פֿון דער גאַנצער וועלט צו אַ יערלעכן צוזאַמענקום אין דער מדינה, וואָס הייסט — "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", זיך צו באַקענען מיט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־וועלט. און צום פֿערטן מאָל האָט מען די "ייִדישפּיל"־טרופּע, די איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטער־גרופּע אין לאַנד, נישט אָנגערופֿן אויף דער רשימה פֿון טעאַטערס, וואָס דאָס מיניסטעריום האָט געעצעהט צו באַזוכן. די ענגלישע אויסגאַבע פֿונעם בעסטן ראָמאַן פֿון איינעם פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּוילישע ייִדישע מחברים יהושע פּערלע (1888—1943), "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", איז ממשיך די ביכער־סעריע "נײַע ייִדישע ליטעראַטור", וואָס איר ציל איז צו באַקענען דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין 1938 האָט דער דאָזיקער ראָמאַן, אין איינעם מיט צוויי אַנדערע ביכער, אַהרן צייטלינס "ברענענדיקע ערד" און לייב ראַשקינס "מענטשן פֿון גאָדלעבאָזשיץ", באַקומען די פּרץ־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם וואַרשעווער ייִ צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַסצינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. משה נאַריד אין זײַן לענגערער פּאָעמע "ריווינגטאָן־סטריט" פֿרעגט רעטאָריש בײַם לייענער — "צי איך קען ריווינגטאָן־סטריט?" הײַנט וואָלט מען אים רויִק געקענט ענטפֿערן — ניין, ר׳ משה, איר קענט נישט ריווינגטאָן־סטריט! ווײַל דאָרט אויף דער באַוערי, צווישן סטאַנטאָן־גאַס און ריווינגטאָן האָט זיך די טעג געעפֿנט אַ היפּער־מאָדערנער מוזיי — "דער נײַער מוזיי פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט". די איצטיקע איסט־סײַד איז נישט וואָס ס‘איז אַמאָל געווען און דאָס בויען פֿונעם מוזיי דאָרטן איז אַ סימן, אַז אַלע ליידיקע ערטער אין מאַנהעטן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען, האָבן באַקומען אַ ווערט פֿאַר בויערס, ווי אויך טוריסטן. אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע. |