- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין צום פֿערטן מאָל האָט דאָס ישׂראלדיקע קולטור־מיניסטעריום צונויפֿגערופֿן די טעאַטער־לײַטערס, טרופּע־פֿאַרוואַלטערס און אונטערנעמונג־אָרגאַניזירער פֿון דער גאַנצער וועלט צו אַ יערלעכן צוזאַמענקום אין דער מדינה, וואָס הייסט — "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", זיך צו באַקענען מיט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־וועלט. און צום פֿערטן מאָל האָט מען די "ייִדישפּיל"־טרופּע, די איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטער־גרופּע אין לאַנד, נישט אָנגערופֿן אויף דער רשימה פֿון טעאַטערס, וואָס דאָס מיניסטעריום האָט געעצעהט צו באַזוכן. האָט שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדישפּיל", מיט די מיטגלידער פֿון דער טרופּע אַרײַנמאַרשירט, נישט־פֿאַרבעטענערהייט, אינעם "תּמונה"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך אינעם לעצטן טאָג געטראָפֿן, מיט פּלאַקאַטן אויף אַלע שפּראַכן צו פּראָטעסטירן דאָס אויסשליסן זיי. אויף איין שילדל איז געשטאַנען "מע שעמט זיך מיט דער ייִדישער קולטור" און "ייִדיש לעבט!". עצמון האָט פֿאָרגעלייענט אַ פּראָטעסט־בריוו פֿאַרן גאַנצן עולם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט די ווערטער: "זײַט אונדז מוחל, וואָס מיר שטערן דער פֿאַרזאַמלונג, אָבער דאָס איז געווען דער איינציקער אופֿן אָפּצושאַפֿן דעם חרם, וואָס די אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג האָבן אַרויפֿגעלייגט אויף אונדז. מיר קענען נישט מסכּים זײַן מיטן געדאַנק, אַז די ייִדישע קולטור, וואָס ׳ייִדישפּיל׳ איז אַ טייל פֿון איר, קען ווערן אונטערדריקט און נישט האָבן קיין געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אירע ווערטפֿולע דערגרייכונגען, וואָס זענען גלײַך צו אַלע אַנדערע דערגרייכונגען פֿון די קולטורן אין ישׂראל". ער האָט ווײַטער געזאָגט, אַז די אָרגאַניזירערס פֿון דער אונטערנעמונג האָבן נישט קיין קלאָרע באַגריפֿן פֿון דעם, וואָס עס מיינט אַ ייִדישע אידענטיטעט און זיי "געבן אַ פֿאַלש בילד פֿון דער ווירקלעכקייט אינעם ישׂראלדיקן טעאַטער". דער דירעקטאָר פֿונעם פּראָיעקט "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", ערן באַניאל, האָט זיך פֿאַרטיידיקט, און געלייקנט אַזאַ "חרם" און געזאָגט, אַז דער באַשלוס, וועמען אַרײַנצונעמען און וועמען אויסצושליסן האָט מען געמאַכט נאָר אויפֿן סמך פֿון די קינסטלערישע קריטעריעס. אַרטור אַבֿנון, דירעקטאָר פֿון קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע ענינים בײַם אויסערן־מיניסטעריום האָט באַטאָנט, אַז צוליב באַגרענעצטע רעסורסן, דאַרף מען זיך אָפּגעבן מער מיט "ישׂראלדיקער קולטור" און ווייניקער מיט דער "ייִדישער קולטור". די "ייִדישפּיל"־טרופּע האָט אויסגעטיילט פֿלוגבלעטלעך די אָנטיילנעמער און זיי געבעטן זיי אַהיימצונעמען אין זייערע לענדער, מע זאָל האָבן אין זינען צו פֿאַרבעטן אויך אַ ייִדישע טעאַטער־טרופּע בײַ זייערע ווײַטערדיקע פּראָגראַמען. Yiddish iz a shtifkind in IsroelSubmitted by leonlab on Mon, 2007-12-17 08:32.
Di israelishe regirung vilt nisht onerkenen idish vail dos vet in frage shteln di gantze tzionistishe unternemung. Zei viln machn an onshtel az idish hot nisht kein mol ekzistirt un in loif fun di letzte 1,000 yor idn in Ost Eirope hobn geret hebreish un nisht idish. Dermit di regirung baleidikt file oislendishe idn vos hobn idish lib. Desvegn ich empfel az der Idishpil teatr bazucht erter vu zei noch redn idish - Birobidzhan tzum baishpil. Ich veis basheid az in Birobidzhan zei hobn a idish teatr un zei veln mit fargenign Idishpil bai zich empfangen. |