מיטגלידער פֿון "ייִדישפּיל" דעמאָנסטרירן אין |
שוין צום פֿערטן מאָל האָט דאָס ישׂראלדיקע קולטור־מיניסטעריום צונויפֿגערופֿן די טעאַטער־לײַטערס, טרופּע־פֿאַרוואַלטערס און אונטערנעמונג־אָרגאַניזירער פֿון דער גאַנצער וועלט צו אַ יערלעכן צוזאַמענקום אין דער מדינה, וואָס הייסט — "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", זיך צו באַקענען מיט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־וועלט. און צום פֿערטן מאָל האָט מען די "ייִדישפּיל"־טרופּע, די איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע טעאַטער־גרופּע אין לאַנד, נישט אָנגערופֿן אויף דער רשימה פֿון טעאַטערס, וואָס דאָס מיניסטעריום האָט געעצעהט צו באַזוכן.
האָט שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדישפּיל", מיט די מיטגלידער פֿון דער טרופּע אַרײַנמאַרשירט, נישט־פֿאַרבעטענערהייט, אינעם "תּמונה"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך אינעם לעצטן טאָג געטראָפֿן, מיט פּלאַקאַטן אויף אַלע שפּראַכן צו פּראָטעסטירן דאָס אויסשליסן זיי. אויף איין שילדל איז געשטאַנען "מע שעמט זיך מיט דער ייִדישער קולטור" און "ייִדיש לעבט!".
עצמון האָט פֿאָרגעלייענט אַ פּראָטעסט־בריוו פֿאַרן גאַנצן עולם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט די ווערטער: "זײַט אונדז מוחל, וואָס מיר שטערן דער פֿאַרזאַמלונג, אָבער דאָס איז געווען דער איינציקער אופֿן אָפּצושאַפֿן דעם חרם, וואָס די אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג האָבן אַרויפֿגעלייגט אויף אונדז. מיר קענען נישט מסכּים זײַן מיטן געדאַנק, אַז די ייִדישע קולטור, וואָס ׳ייִדישפּיל׳ איז אַ טייל פֿון איר, קען ווערן אונטערדריקט און נישט האָבן קיין געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אירע ווערטפֿולע דערגרייכונגען, וואָס זענען גלײַך צו אַלע אַנדערע דערגרייכונגען פֿון די קולטורן אין ישׂראל". ער האָט ווײַטער געזאָגט, אַז די אָרגאַניזירערס פֿון דער אונטערנעמונג האָבן נישט קיין קלאָרע באַגריפֿן פֿון דעם, וואָס עס מיינט אַ ייִדישע אידענטיטעט און זיי "געבן אַ פֿאַלש בילד פֿון דער ווירקלעכקייט אינעם ישׂראלדיקן טעאַטער".
דער דירעקטאָר פֿונעם פּראָיעקט "אינטערנאַציאָנאַלע באַקאַנטמאַכונג", ערן באַניאל, האָט זיך פֿאַרטיידיקט, און געלייקנט אַזאַ "חרם" און געזאָגט, אַז דער באַשלוס, וועמען אַרײַנצונעמען און וועמען אויסצושליסן האָט מען געמאַכט נאָר אויפֿן סמך פֿון די קינסטלערישע קריטעריעס. אַרטור אַבֿנון, דירעקטאָר פֿון קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע ענינים בײַם אויסערן־מיניסטעריום האָט באַטאָנט, אַז צוליב באַגרענעצטע רעסורסן, דאַרף מען זיך אָפּגעבן מער מיט "ישׂראלדיקער קולטור" און ווייניקער מיט דער "ייִדישער קולטור".
די "ייִדישפּיל"־טרופּע האָט אויסגעטיילט פֿלוגבלעטלעך די אָנטיילנעמער און זיי געבעטן זיי אַהיימצונעמען אין זייערע לענדער, מע זאָל האָבן אין זינען צו פֿאַרבעטן אויך אַ ייִדישע טעאַטער־טרופּע בײַ זייערע ווײַטערדיקע פּראָגראַמען.