פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריערדיקער פּרשה, האָט יוסף פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער, בנימין. זײַן אַנדער ברודער, יהודה, האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו באַפֿרײַען בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים.

דאָס ערשטע וואָרט אין דער הײַנטיקער פּרשה איז "ויגש" — "און ער האָט זיך דערנענטערט". לויט פּשוטן טײַטש, האָט יהודה זיך דערנעענטערט צו יוספֿן; לויט די חסידישע ספֿרים, איז דאָס וואָרט אויך מרמז אויף די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און באַשעפֿער. יהודה, דער אור־זיידע פֿון די ייִדישע מלכים און אַ סך גרויסע צדיקים, פֿירער פֿון גאַנצע דורות, סימבאָליזירט דאָס ייִדישע פֿאָלק; יוסף, ווי אַ שני־למלך, וועלכער האָט באַשלאָסן, וויפֿל שפּײַז זאָלן באַקומען די אײַנוווינער פֿונעם לאַנד, סימבאָליזירט דעם אייבערשטן אַליין. לויט אַזאַ סימבאָלישן אָפּטײַטש, באַדײַט דאָס וואָרט "ויגש" דאָס דערנעענטערן זיך צום אייבערשטן.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַזאַ אָפּטײַטש צום פּשוטן פּשט? ווי עס שטייט ווײַטער אין דער פּרשה, האָבן יוסף און בנימין זיך צעוויינט, ווען זיי האָבן דערקענט איינער דעם צווייטן. רש״י דערקלערט, אַז יוסף האָט געוויינט צוליב דעם קומענדיקן חורבן פֿונעם ערשטן און צווייטן בית־המקדש, וועלכע זענען געשטאַנען אינעם ירושה־לאַנד פֿון בנימין — פּינקטלע­כער, אײַנגעטיילט צווישן די לענדער פֿון יהודה און בנימין — און בנימין האָט געוויינט צוליב דעם חורבן פֿונעם משכּן־שילה, וועלכער איז געשטאַנען אויפֿן שטח פֿון יוסף.

שפּעטער, ווען יעקבֿ איז אָנגעקומען קיין מצרים, האָט זיך יוסף אויך צעוויינט, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן טאַטן; ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז יעקבֿ געווען אין יענעם מאָמענט פֿאַרנומען מיט זאָגן קריאת־שמע, דערפֿאַר האָט ער נישט געוויינט.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אויסגענוצט אַלע זייערע עמאָציעס פֿאַר עבֿודת־השם, אַרײַנגע­לייגט אין זיי טיפֿע כּוונה. ווען יוסף און בנימין האָבן זיך געטראָפֿן, האָבן זיי זיך צעוויינט, ווײַל זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זייער באַזעצן זיך אין מצרים איז בלויז דער ערשטער פּעריאָד פֿונעם קומענדיקן שווערן גלות, בעת וועלכן עס וועט חרובֿ ווערן דער בית־המקדש. יעדער ברודער האָט אָבער דווקא באַוויינט דעם צווייטנס צרות, פֿאַרוואַנדלענ­דיק זײַן ביטערקייט — געוויינלעך אַ נעגאַטיוו געפֿיל — אין דער מיצווה פֿון מיטלייד און זאָרג פֿאַרן צווייטן.

ווען יעקבֿ־אָבֿינו האָט דערזען יוספֿן, האָט ער דערפֿילט אַ שטאַרקע ליבשאַפֿט צום אייבערשטן — דעריבער האָט ער אָנגעהויבן צו זאָגן קריאת־שמע; ווען יהודה האָט זיך דערנעענטערט צו יוספֿן — אַ גרויסן האַר, וועלכער האָט פֿאַקטיש אָנגעפֿירט מיט גאַנץ מצרים — האָט ער דערפֿילט די גרויסקייט פֿון מלך־מלכי-המלכים — דעם באַשעפֿער.

אַלע מעשׂיות אין דער תּורה האָבן אַ שײַכות צו אונדזער אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן לעבן. אין דער הײַנטיקער פּרשה שפּילן אַ גרויסע ראָלע די עמאָציעס פֿון אָפּשיידונג און באַגעגעניש. יהודה איז פֿאַרזאָרגט וועגן בנימינס אַרעסט, און דווקא צוליב זײַנע טענות האָט יוסף זיך אַנטפּלעקט פֿאַר זײַנע ברידער; יעקבֿס משפּחה האָט פֿאַרלאָזן די היים און זיך באַזעצט אינעם מיצרישן גלות — דווקא צוליב דעם, אָבער, האָט יעקבֿ געפֿונען זײַן פֿאַרלוירענעם זון. דאָס רוחניותדיקע לעבן פֿונעם מענטש באַשטייט אויך פֿון אַ ריי "אָפּשיידונגען און באַגעגענישן": צומאָל פֿילט מען זיך דערווײַטערט פֿונעם אייבערשטן, פֿאַרלוירן אין דער וועלט, און צומאָל — דווקא לעבעדיק און דערהויבן; אין ביידע פֿאַלן, דאַרף מען שטרעבן, אַז אַלע לעבנס-דערפֿאַרונגען זאָלן זײַן אַ טייל פֿונעם שטענדיקן אינערלעכן "ויגש" — צו פֿאַראייניקן די צעברעקלטע "שטיקלעך" פֿון דער נשמה, און צו דערנעענטערן זיך צום באַשעפֿער.