ס׳איז נישט קיין סוד, אַז צו זײַן אַ לערער איז אַ בכּבֿודיקע מלאָכה, אָבער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ברעגט עס נישט. לערערײַ איז אין אַלע צײַטן געווען אַ ביטער שטיקל ברויט, הגם דער לערער גופֿא האָט זיך זעלטן ווען געקלאָגט. נישט אומזיסט פֿלעגט מען זאָגן: יעדער מלמד איז אַ שטיק שלימזל.
וועט איר זאָגן: אַזוי איז געווען אַמאָל. אין גלות. דער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל — סײַ פֿון די לערער אין די שולן און סײַ פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן — איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז וואָס שייך לערערײַ, איז דער מצבֿ פֿון די מאָדערנע מלמדים ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. דער שטרײַק פֿון די לערער אין מיטעלע און עלטערע קלאַסן גייט שוין אָן אָט צוויי חדשים; דער היזק באַטרעפֿט אַרום 7 מיליאַרד שקלים. דאָס אומקערן די פֿאַרלוירענע לערן־שעהען וועט פֿאַלן אויפֿן חשבון פֿון די פּסחדיקע און זומער־וואַקאַציעס.
די פּשרה, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן צווישן דעם פֿאָרזיצער פֿון דער לערער־אַסאָציאַציע, רן ערז, און דעם פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, איז זייער וואַקלדיק; בפֿרט, אַז צווישן די רעגירונגס־גדולים האָט שוין נישט איין מאָל פּאַסירט, אַז הײַנט גיט מען אַ וואָרט, און מאָרגן נעמט מען עס צוריק.
אונדזער צײַטונג האָט פֿריִער געשריבן וועגן דעם טרויעריקן מצבֿ פֿון דער ישׂראלדיקער בילדונג־סיסטעם, ווען יעדעס לערן־יאָר ציטערט מען, צי עס וועט זיך אָנהייבן ווי בײַ לײַטן, אָדער מיט אַ שטרײַק? צי וועט דער איצטיקער שטרײַק זײַן דער לעצטער אין דער בילדונג־סיסטעם, און צי וועט די בילדונג־סיסטעם גלײַך אָנהייבן אַרבעטן בעסער, אויב די לערער וועלן באַקומען אַ ממשותדיקן צוגאָב צו זייער געהאַלט?
אַוודאי איז אַ קלענערע צאָל תּלמידים אין קלאַס בעסער ווי צו פֿירן די לימודים אין אַן איבערגעפֿולטן קלאַס; ס‘איז אָבער וויכטיק אויך, אַז מיט די תּלמידים זאָלן לערנען קוואַליפֿיצירטע לערער, וואָס לערערײַ איז זייער באַרוף. דער פּרעסטיזש פֿון אַ לערער וואַקסט נישט נאָר צוליב זײַן געהאַלט; ער וואַקסט אַרויס פֿון זײַן אַרבעט, פֿונעם פֿאָרשריט, וואָס זײַנע תּלמידים מאַכן. אייגנטלעך, ווי בײַ יעדער שעפֿערישער אַרבעט: אינעם ווערק דערקענט זיך דער מײַסטער.
וואָס זשע איז געווען די פּשרה, אויב נישט קיין שריפֿטלעכע, איז כאָטש אַ מינדלעכע? ערשטנס, איז אָפּגערעדט געוואָרן, אַז די נײַע שול־רעפֿאָרם, מיט וועלכער עס האָט געסטראַשעט די בילדונג־מיניסטאָרין, יולי תּמיר, און וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ קעגנערשאַפֿט בײַ די לערער, וועט נישט דורכגעפֿירט ווערן. צוריק גערעדט, וועט אויך דאָס געהאַלט בײַ די לערער געהעכערט ווערן בלויז אויף 10 פּראָצענט, נישט אויף 36 פּראָצענט, ווי די לערער האָבן געפֿאָדערט; די איבעריקע 26 פּראָצענט וועלן במשך פֿון 5 יאָר אויסגעגעבן ווערן אויף צו פֿאַרקלענערן די צאָל תּלמידים אין קלאַס.
אויב מיט די שול־לערער האָט מען דערווײַל דערליידיקט די פּראָבלעם, בלײַבט די פֿראַגע מיט דער ישׂראל־פּראָפֿעסור אָפֿן. הײַנט גייט די רייד, אַז דאָס לערן־יאָר אין די אוניווערסיטעטן קאָן אין גאַנצן אָפּגעשאַפֿן ווערן. ביידע צדדים — סײַ די פּראָפֿעסאָרן און סײַ דאָס פֿינאַנץ־מיניסטעריום — האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט.
אויף די פּלאַקאַטן פֿון די שטרײַקנדיקע פּראָפֿעסאָרן האָט מען געקאָנט איבערלייענען: "די צוקונפֿט פֿון דער מדינה — איז אין פֿאָרשונג". איז אפֿשר שוין געקומען די צײַט, אויסצופֿאָרשן וואָס קומט דאָ פֿאָר אינעם ייִדישן לענדל מיט דער "בעסטער סחורה" — מיט תּורה? פֿאַר וואָס געשעט עס אַזוי, אַז יעדער נײַער בילדונג־מיניסטער, וואָס איז מער אַ פֿונקציאָנער פֿון זײַן פּאַרטיי, איידער אַ מענטש, וואָס איז אַ מבֿין אין דערציִונג, הייבט אָן זײַן קאַריערע פֿון צעשטערן דאָס פֿריִערדיקע, האָבנדיק אַ שוואַכן פֿאַרשטאַנד ווי אַזוי אָנצוגיין ווײַטער?
בײַ ייִדן זאָגט מען: פֿאַר דרײַ האָט גאָט צוגעגרייט אַ באַזונדער אָרט אין גן־עדן — פֿאַר רבנים, נאמנים און מלמדים; אָבער עד־היום שטייט עס נאָך ליידיק. וואַקאַנסיעס זײַנען דאָ. עס פֿעלט נאָר אַחריות פֿון אַלע פֿאַראינטערעסירטע צדדים.