- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַסצינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. אַזאַ "ייִדישע עקאָנאָמיע" האָט מען געשאַפֿן, ווײַל די באַדינגונגען פֿאַר ייִדן זײַנען געווען אַנדערע. וועגן דעם וועל איך שרײַבן באַזונדער. איצט בין איך אויסן צו באַטאָנען אַן אַנדער ענין, דהײַנו: דעם פֿאַקט אַליין פֿון ייִדישער אַקטיווקייט אין אַנטוויקלען כּלערליי פֿאָרמען פֿון עקאָנאָמישן לעבן. נאָך מער: די קאָאָפּעראַטיוון האָבן געפֿירט אויך אַנדערע מינים טעטיקייט, וועלכע זײַנען געווען ווייניק פֿאַרבונדן מיט דער עקאָנאָמיע גופֿא. מע האָט געשאַפֿן, למשל, ביבליאָטעקן, געשטיצן לערן-אַנשטאַלטן וכ׳. אין די ערטער, וווּ די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט איבערגעהאַקט אָט די טראַדיציע, האָבן ייִדן געהאַט אַ רײַכע אינסטיטוציאָנעלע סטרוקטור פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. ווען מע לייענט וועגן ווילנע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, זעט מען דאָרטן צענדליקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זײַנען געווען טעטיק אין פֿאַרשיידענע געביטן. אַפֿילו אין די סאָוועטישע צײַטן האָבן די ווילנער ייִדן זיך ניט באַרויִקט און געשאַפֿן אַמאַטאָרישע טרופּעס, אַ ייִדישן אָפּטייל אין ביבליאָטעק, אײַנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט פֿרײַנד אין פּוילן און אַנדערע לענדער. אין די סאָוועטישע צײַטן פֿלעגט מען זאָגן, אַז יעדע איניציאַטיוו ווערט באַשטראָפֿט. געמיינט האָט מען דערמיט אַז די מלוכה האָט פֿײַנד געהאַט, ווען אַן איניציאַטיוו איז געקומען ניט פֿון אויבן, נאָר פֿון דער באַפֿעלקערונג. די אַזוי גערופֿענע "געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס" — ווי אַ שטייגער פֿון פֿילאַטעליסטן צי ביכער-ליבהאָבער — זײַנען אויך געווען גאָר ניט אומאָפּהענגיק. זיי האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון דער זעלבער מלוכה, מיט דער זעלבער קאָמוניסטישער אָנפֿירערשאַפֿט, אונטער דעם זעלבן אויג פֿון דעם אומעטומיקן "קאַ-גע-בע" (אָדער "קיי-דזשי-בי", ווי מע זאָגט עס אויף ענגליש). און דאָך האָבן ייִדן געשאַפֿן אין אָט דער טאָטאַליטאַרער סבֿיבֿה אומאָפּהענגיקע (אויף וויפֿל זיי האָבן געקענט זײַן אומאָפּהענגיק) אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטורן. אַמאַטאָרישע טעאַטראַלע גרופּעס האָבן זיך באַוויזן ניט נאָר אין ווילנע, נאָר אויך אין אַזעלכע שטעט ווי קעשענעוו און לענינגראַד. אַן אומאָפּהענגיקע טעטיקייט האָבן געפֿירט די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרשפּרייטער פֿון דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אַ באַזונדערע נעץ פֿון קאָנטאַקטן האָט זיך געשאַפֿן צווישן אַקטיווע סאָוועטישע ייִדן און די רעדאַקציעס פֿון ייִדישע צײַטונגען אין וואַרשע, פּאַריז און בוקאַרעשט. מע פֿאַרגעסט זייער אָפֿט וועגן דער גאָר אייגנאַרטיקער אַרבעט פֿון די לײַט, וועלכע האָבן ממש דורכגעבראָכן ביוראָקראַטישע ווענט און — ניט מיט גוטן, איז מיט בייזן — פֿלעגן סוף-כּל-סוף אויספּועלן דערלויבענישן אויף אויפֿצושטעלן מעמאָריאַלן לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן. אַ חוץ די דערלויבענישן, האָט מען געמוזט צונויפֿקלײַבן געלט, געפֿינען מענטשן וואָס זאָלן אויספֿילן דעם טעכנישן טייל פֿון דעם פּראָיעקט און זיך באַשעפֿטיקן מיט כּלערליי "קלייניקייטן" פֿון דעם ענין. און דערנאָך — אָרגאַניזירן יערלעכע צונויפֿקומענישן פֿון לאַנדסלײַט, וועלכע זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבערן לאַנד. נאָר די וואָס ווייסן די סאָוועטישע באַדינגונגען קענען ווי עס דאַרף צו זײַן אָפּשאַצן אָט די ממש העלדישע אַרבעט. איך רעד שוין ניט וועגן די סעמינאַרן און גרופּעס, וואָס האָבן זיך באַוויזן צווישן די רעפֿיוזניקעס. ווי איר פֿאַרשטייט, האָט עס פֿאַר זיי די מלוכה ניט געשאַפֿן. אָבער מענטשן האָבן אײַנגעשטעלט קאָנטאַקטן צווישן זיך און אָפֿט מאָל אויך מיט אויסלאַנד. מע האָט געפֿירט שפּראַך-קלאַסן, ווי אויך אַנדערע מינים אינטעלעקטועלע אַקטיוויטעטן. דער אונטערשייד צווישן ייִדן און רוסן האָט זיך געפֿילט אַפֿילו אין דער באַציִונג צו קאָאָפּעראַטיווע דירות. ס׳רובֿ דירות האָט דאָך צעטיילט די מלוכה אומזיסט, אָבער ס׳איז געווען אויך אַ מעגלעכקייט אויסצופּועלן אַ דערלויבעניש אויף צו קויפֿן אַ קאָאָפּעראַטיווע דירה. ס׳איז געווען באַוווּסט, אַז די קאָאָפּעראַטיווע בנינים זײַנען געווען פֿול מיט ייִדן (און די קאַווקאַזער, וועלכע זײַנען אויך קיין פֿאַרשלאָפֿענע ניט געווען), בעת אַ דורכשניטלעכער רוס האָט געהאַלטן פֿאַר גלײַכער צו וואַרטן יאָרנלאַנג, ווען עס וועט קומען זײַן ריי צו באַקומען אַ מלוכישע דירה. פֿאָרמען פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט זײַנען געווען בדרך-כּלל פֿרעמד דער רוסישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַפֿילו צווישן די אוקראַיִנער איז עס געווען מער אַנטוויקלט. די רוסן זײַנען אָבער צוגעוווינט געוואָרן, אַז די מלוכה, דער צאַר מוז פֿאַר זיי טאָן אַלצדינג. פֿון מאָל צו מאָל — אַזוי איז געווען אין דער רוסישער געשיכטע — הייבט זיך אָן אַ מרידה. אָבער געוויינטלעך — וואַרט מען. און מע האָפֿט, אַז עס וועט קומען אַ גוטער פֿירער. דורך אָט דער פּריזמע קוק איך אויף די געשעענישן אין רוסלאַנד. ס׳איז דאָך אַן אַלטע צינישע חכמה: יעדעס פֿאָלק פֿאַרדינט צו האָבן די מלוכישע סיסטעם, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין לאַנד. Di naie rusenSubmitted by leonlab on Tue, 2007-12-18 01:51.
Es vaizt zich ois az di rusishe menshen zainen nisht azoi "tumovate" vi men denkt. Itzt es zainen faran in Rusland plotzem toisende fun milioneren un s'rov fun zei zainen echte rusen. Keiner ken meer nisht zogn az zei zainen "farshlofn". |