ראָבערט צוקערמאַן |
שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע פֿרײַנד, אַז הײַנט צו טאָג איז נאָך פֿאַראַן אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם, וועלכער איז גרייט צו זען נישט נאָר אַן ערנסטע פּיעסע, נאָר אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיטן חורבן. מ'קאָרמעט דאָך דעם עולם מיט פּאַפּע, מיט קונסטלאָזער וואַרע, מיט פּוסטער קליאָטשע, און זיי לאַכן און פּאַטשן און פֿרייען זיך. קומט צו גיין אַן אונטערנעמונג וואָס רופֿט זיך "בלו העראָן טיִעטער," צוזאַמען מיט אַדעל סטרײַקער, נעמען און שטעלן אַזאַ פּיעסע ווי "דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש." געשריבן האָט די פּיעסע זשילעס סעגאַל, איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש האָט עס סאַראַ אָ'קאַנאָר, און דער זאַל פֿון "אַרקלײַט־טעאַטער", וואָס געפֿינט זיך אויף דער 201 וועסט־זיבעציקסטער גאַס לעבן בראָדוויי, פֿירט עס אויף. אַ סימן — מ'טאָר נישט אַראָפּלאָזן די פֿליגל.
ווער איז דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש? אַ טראַגישער פּאָרטרעט פֿון אַ קאַצעטניק, וועלכער הייסט פֿינקלבוים (ראָבערט צוקערמאַן). ס'איז אים געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿון אַ טויטלאַגער, און זיך באַזעצן אויף אַ בוידעם אין בערלין, בײַ אַ ווירטין, אָדער קאָנסיערזש (סוזען טאָרען). זי האַלט אין איין קלאַפּן אין זײַן טיר און הערט אים נישט אויף צו לאָזן וויסן, אַז די מלחמה האָט זיך געענדיקט נאָך מיט פֿינף יאָר צוריק, און ער מעג שוין עפֿענען די טיר און אַרויסגיין פֿראַנק־און־פֿרײַ אין גאַס, אָבער פֿינקלבוים גלייבט איר נישט. ער פֿאַרבינדט זיך מיט איר דורך צעטעלעך וואָס ער לייגט אונטער דער טיר פֿון זײַן בוידעם־שטיבל. די צעטעלעך זײַנען ליסטעס פֿון פּראָדוקטן אין וועלכע ער נייטיקט זיך, און זי קויפֿט פֿאַר אים אײַן. זי הערט נישט אויף צו האַקן אים אַ טשײַניק, אַז די מלחמה האָט זיך שוין געענדיקט מיט פֿינף יאָר צוריק אָבער ער וויל איר נישט גלייבן.
זי פֿרעגט אים: "ווי אַזוי קען איך אײַך איבערצײַגן אַז די מלחמה האָט זיך געענדיקט?"
ענטפֿערט ער איר: "אפֿשר ווען סטאַלין קומט און זאָגט עס מיר פּערזענלעך."
זעט זי דאָך שוין מיט וועמען זי האָט דאָ צו טאָן. ברענגט זי אים אַ חבֿרה־מאַן וואָס זעט אויס ווי סטאַלין (דניאל דאָמינאָ).
"מיסטער פֿינקלבוים," רעדט צו אים די ווירטין פֿון קאָרידאָר, "ער איז דאָ."
"ער איז דאָ? ווער איז דאָ? דער משיח?" — פֿרעגט פֿינקלבוים פֿון דער צווייטער זײַט טיר.
"זאָגט מיר ניט אַז סטאַלין האָט אָפּגעלייגט אַלע זײַנע געשעפֿטן און געקומען אַהער מיר ברענגען די בשׂורה אַז די מלחמה האָט זיך געענדיקט."
"איך ווייס נישט ווי ער הייסט," זאָגט די ווירטין, "אָבער ער איז פּונקט אַזוי אָנגעלייגט ווי סטאַלין."
זי בעט דעם רוסישן סאָלדאַט זיך אידענטיפֿיצירן.
"מיכאַיִל אַנדרעיעוויטש פּאָפּאָוו, זעקסטער אינפֿאַנטעריע־באַטאַליאָן. הײַנט געפֿינט מען זיך אין בערלין."
פּאָפּאָוו פֿאַרזיכערט פֿינקלבוימען אַז די מלחמה האָט זיך שוין פֿון לאַנג געענדיקט, דריפּטשעט אַרויס אַ פּאָר רוסישע ווערטער, אָבער ס'העלפֿט ווי אַ טויטן באַנקעס. פֿינקלבוים קען זיך שוין אויף אירע קונצן. זי ברענגט אים פֿאַר דער פֿאַרשלאָסענער טיר אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט, אַ דאָקטער, אַ רבין, וועלכע דאַרפֿן פֿינקלבוימען איבערצײַגן אַז די מלחמה האָט זיך שוין פֿון לאַנג פֿאַרענדיקט. אָבער פֿינקלבוים האָט מורא צו עפֿענען די טיר. ער מיינט נאָך אַלץ אַז מ'קומט אים נעמען אויף דאָס נײַ.
בײַ אים, אויפֿן בוידעם־שטיבל, שפּילט זיך אָפּ די אמתע טראַגעדיע. ער גרייט צו עסן פֿאַר זיך און פֿאַר זײַן פֿרוי, וועלכע ליגט אין בעט און רירט זיך נישט. ער גרייט אָן פֿרישטיק פֿאַר איר, צערטלט זי און טיילט זײַן פֿרייד מיט איר. די פֿרייד פֿון ניצול ווערן, די פֿרייד פֿון ליבע. די פֿרוי ליגט ווי אַ פּלאַדער צו בעט. ער בעט זיך בײַ איר אײַן זי זאָל עפּעס עסן. נאָך אַלעמען, זי טראָגט דאָך זײַן קינד, אַ ייִנגעלע און אָט־אָט דאַרף זי גיין צו קינד. אָבער זײַן רחלע רירט זיך נישט. די ווירטין זאָרגט זיך: "איר האָט מיר געזאָגט אַז אײַער פֿרוי פֿילט זיך נישט אַמבעסטן."
"ס'איז איר שוין אַ סך בעסער," ענטפֿערט איר פֿינקלבוים פֿון דער צווייטער זײַט טיר. זי ברענגט אַ דאָקטער. אָבער פֿינקלבוים פֿאַרזיכערט אים אַז זי פֿילט זיך שוין געזונט. און ווען ער דעקט אויף די קאָלדרע, דערזעט מען ערשט אַז דאָ ליגט גאָרנישט קיין לעבעדיק באַשעפֿעניש, ס'איז אַן אויסגעבעטע פּופּע, מיט וועלכער ער טיילט דאָס בעט אינעם בוידעם־שטיבל. ער מאַניפּולירט אירע באַוועגונגען, קושט אירע פֿינגער, דערמאָנט זי וואָס זיי זײַנען אַדורכגעגאַנגען, די שרעק, די פֿאַרפֿאָלגונגען, די שוועריקייטן, און איצט איז זיי גוט. זי וועט האָבן זייער קינד און די פֿרייד וועט זײַן גרויס.
ס'נעמט מיך אָן אַ שוידער. דאָס בילד שילדערט דעם גײַסטיקן צושטאַנד פֿון אַ געראַטעוועטן, וועלכער איז אַדורך אַזאַ דערנער־וועג, איידער ער איז אַנטלאָפֿן פֿון טויטלאַגער. ער טראָגט אַ נומער אויף זײַן אָרעם, און זײַן וועלט איז צעשמעטערט, צערודערט, צעקרישלט. עס שפּילט זיך אָפּ פֿאַר אונדזערע אויגן זײַן שפּיל פֿון ייִאוש און פֿאַלשער האָפֿענונג, פֿאַרפֿאַלענעם גלויבן אין מענטש און אין גאָט. ער האַלט אין איין פֿרעגן, וווּ איז געווען גאָט? ווי האָט ער עס געקענט דערלאָזן? און זײַן ענטפֿער איז, אַז ס'איז גאָר נישטאָ קיין גאָט, ס'איז אַ הפֿקר־וועלט, און די בעסטיע שטייט בײַם רודער. ווי קען ער אַרויסגיין פֿונעם בוידעם־שטיבל, אַז דער אָפּגרונט שפּרייט זיך אונטער זײַנע פֿיס.
אַמאָל איז פֿינקלבוים טאַקע געווען דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש, און זיך פֿאַרנומען מיט אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער. הײַנט ציט ער איבער אַ שטריק איבערן בוידעם־שטיבל און נעמט אַרויס די מאַריאָנעטן פֿון דער שאַפֿע, פֿון די וואַליזקעס, פֿון די קעסטלעך און הענגט אויף זײַנע מאַריאָנעטלעך אויף דער שטריק. זיי גייען אָנגעטאָן אין די קאַצעט־פּאַדזשאַמעס, און עס לעבט אויף בײַ אים אויף דאָס נײַ דער גרויל פֿון די שיסערײַען, די תּליות, די הריגה, דאָס שמײַסן די טויטע קערפּער אין די גריבער. דאָס גאַנצע בוידעם־שטיבל פֿאַרוואַנדלט זיך אין איין פֿינצטערער פּופּנלאַגער־קאָשמאַר, און מיר האַלטן אין איין טראַכטן — איז דער מענטש אַראָפּ פֿון זינען, אָבער מיר קענען דאָך אַזוי פֿיל געראַטעוועטע. זיי זײַנען אונדזערע מענער, שוועסטער און ברידער, קרובֿים, אונדזערע פֿרײַנד. וואָס טוט זיך בײַ זיי אין האַרצן ווען מיר לאָזן אַראָפּ דעם פֿאָרהאַנג פֿון טאָג, ווען עס פֿאַלט צו די נאַכט, ווען זיי זײַנען מיט זיך אַליין פּנים־אל־פּנים?
דער אמת איז אַז מיר זײַנען נישט געוווינט צו זען אַזעלכע פּיעסעס. איך הער שוין פֿון לאַנג, אַז דער עולם איז מיד פֿונעם חורבן. דער עולם וויל לאַכן און זיך משׂמח זײַן די פּאָר שעה וואָס ער גייט אַרויס פֿאַרברענגען, און דאָ אין מיצקע דרינען דער וועלט־צער, דער חורבן שבחורבן. איז ווי לאַנג קען מען זיך פֿאַרשיכּורן מיט די טענצע און געזענגע, און פֿאַרגעסן פֿון דער ייִדישער וועלט־געשיכטע. צי לויערן אויף אונדז נײַע שטראָף־אַוואַנטורעס? די געדאַנקען באַפֿאַלן דיך ווי מוראַשקעס נאָך אַ זאַווערוכע. בלײַבט די פֿראַגע — זײַנען מיר שוין פּטור פֿון יענע וועלט־פֿאַרזעענישן? און אויב די דײַטשן, די פּאָליאַקן, די אוקראַיִנער און די ליטווינער מיינען, אַז זיי האָבן זיך נישט גײַסטיק אָנגעשטעקט פֿון זייער אָנטייל אין דעם אַכזריותדיקן מוסטער־אומגליק, וואָס זיי האָבן געברענגט אויף דער וועלט און צוגעהאָלפֿן אויספֿירן, קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז זיי זײַנען פּונקט אַזוי גײַסטיק צערודערט, און אפֿשר טאַקע מער פֿונעם געראַטעוועטן ייִדן, וואָס האָט זיך אַדורכגעשמוגלט דורך זייערע בלוטדאָרשטיקע נעגל.
מענטשן ווילן לאַכן און פֿאַרברענגען אַפֿילו בעת עס קומען אָן ראַנירטע און גײַסטיק־צערודערטע סאָלדאַטן פֿון איראַק. ווער פֿון זיי וועט שילדערן זייער אומגליק? זייער גײַסטיקן צושטאַנד? מיר האָבן שוין כּמעט פֿאַרגעסן די הריגה־פֿעלדער פֿון וויעטנאַם, שוין אָפּגערעדט פֿון רואַנדאַ און דאַרפֿור, סודאַן און אַפֿגאַניסטאַן. מיר לעבן זיך הײַנט אין אַן אייער־שאָלעכץ, און מיינען, אַז אַלץ איז ווויל מיט דער וועלט.
דער דראַמאַטורג, זשילעס סעגאַל, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע, אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס ווי אַ יונג בחורל. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט גראַדויִרט פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, מיט אַ דיפּלאָמע אין פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט געשפּילט צוזאַמען מיטן מימיק־מײַסטער מאַרסעל מאַרסאָו, וועלכער איז, אַגבֿ, געווען אַ ייִד. סעגאַל האָט געשריבן און רעזשיסירט אַ סדרה פּאַנטאָמימעס פֿאַר מאַרסאָו און זשאַן־לויִ באַראָט. ער האָט אויך געשפּילט אין זשול דאַסאַנטס (אויך אַ ייִד) פֿילם "טאָפּקאָפּי," און אויפֿגעטראָטן אין מער ווי אַ טוץ פֿילמען און טעלעוויזיע. די פּיעסע איז אויטאָביאָגראַפֿיש און גוט געשריבן. די פֿיר אַקטיאָרן פֿירן אויס זייערע ראָלעס מײַסטערהאַפֿט. ראָבערט צוקערמאַן ווי פֿינקלבוים איז אויסגעצייכנט. סוזען טאָרען ווי די ווירטין, איז אַ העכסט טאַלאַנטירטע אַקטריסע וואָס פֿילט זיך באַקוועם אין אַלערליי ראָלעס. דניאל דאַמיאַנאָ, שפּילט אַ גאַנצע ריי טיפּן, און פֿירט זיי אויס עלעגאַנט. הערבערט רובענס שפּילט די ראָלע פֿונעם פֿרײַנד, וועלכער איז אַדורך דעם קאַצעט צוזאַמען מיט פֿינקלבוימען. ער איז דער יעניקער וועלכער העלפֿט אים אַנטלויפֿן פֿון קאַצעט. זײַן שפּילן איז רירנדיק און שטאַרק באַגלייביק, ווײַל בײַם סוף... אָבער איך וועל אײַך נישט אויסזאָגן דעם סוף. רעזשיסירט די פּיעסע האָט ברוס לעוויט. ער איז גאָר אַ פֿעיִקער רעזשיסאָר און האָט גוט פֿאַרשטאַנען די טעמע. איך רעקאָמענדיר אַלע מײַנע לייענער וואָס געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק און אַרום, נישט אַדורכצולאָזן די פּיעסע. מען שפּילט זי אין אַרקלײַט־טעאַטער, 201 וועסט־זיבעציקסטע גאַס. איר קענט זיך פֿאַרבינדן מיט זיי אויך טעלעפֿאָניש: 3346־362 (212).