- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע. די פֿאַרגאַפֿטע אויגן ווערן פֿול מיט נײַגער, די אויערן — אָנגעשפּיצט, מיט גרויס עקשנות פּרוּווט מען זיך אויסלערנען פֿרעמדע ווערטער. מען יאָגט, לויפֿט, פֿון שטאָט צו שטאָט, פֿון לאַנד צו לאַנד — ס'איז אַלץ נאָך דער מאָדע. ווי דען? וואָס נאָך? ראשית־חכמה הייבן זיך אָן באַקאַנטשאַפֿטן און אָפֿט טרעפֿט, ווען מען איז שוין אַזוי זאַט מיטן גוטן לעבן אַז דער מוח ווערט פֿאַרפּאָראָשעט און מען פֿאַרליבט זיך ביז איבערן קאָפּ. לינקע ליבע איז בלינד. מען פֿאַרגעסט, אַז דערנאָך, די שעה זאָל ניט קומען, קען מען האָבן אָפּגעשניטענע יאָרן און מיט אַ ווערטל, אַז אַ פֿערד אויף פֿיר פֿיס ספּאָטיקעט זיך, הײַנט אַ מענטש — וועט איר ניט אָפּקומען. עס וועלן פֿאַרבײַ זמנים און יאָרן און מען וועט עס דיר האַלטן אין איין אויסוואַרפֿן. וואָס נאָך? חזר איך איבער די פֿראַגע און זעץ פֿאָר: אַ קמצן, וואָס געוויינלעך טרייסלט ער זיך איבער אַן איין און איינציקן שקל (אַ פֿערטל דאָלאַר), וואָס האָט קיין מאָל קיין נדבֿה ניט געגעבן, — ער, דער קאַרגאַטש, וואַרפֿט זיך מיט הונדערטער און צו מאָל נאָך מער. עס באַקומט זיך, ווי ער זאָל אין זיך אַליין נקמה נעמען. דערנאָך וועט ער זיך כאַפּן, זיך שלאָגן על־חטא, נאָר עס וועט שוין זײַן צו שפּעט. דער מוסר־השׂכּל איז אַזאַ: אַפֿילו פֿאַר קליינע עבֿירהלעך קומט אויס צו צאָלן. און דאָך, וואָלט אַלץ געווען פֿײַן, נאָר די פֿיס, אוי, די פֿיס. צו זיי, קומט אויס, איז פֿרעמד די מידה פֿון רחמנות. מען פֿאַרגעסט, אַז כּדי היטן די פֿיס דאַרף מען גיין מיט קאָפּ. זיי דאַכט זיך, אַז פֿון דער יאַזדע וועלן זיי נישט אַרויס קיין לעבעדיקע. פֿון שרעקלעכער מידקייט, ווייטיק ווילט זיך זיי אין אָנמאַכט קרעכצן און אַפֿילו חלשן. ווען די פּײַניקונגען איז שוין נישט צום אויסהאַלטן, דאַן איז אויס פּאַניבראַטישקייט מיט זייער באַלעבאָס, וואָס האָט ליב קאָמאַנדעווען. זיי מעלדן אַ שטרײַק, וואָס פּלאָנטערט איבער אַלע פּלענער און וווּ? אין אַזאַ צויבער־לאַנד. ווי איר שטויסט זיך שוין אָן, וועט דער הער טוריסט מוזן פֿאָלגן. אַן אַנדער ברירה האָט ער? מוז מען זיך אָפּזאָגן פֿון נאָך אַן עקסקורסיע אין אַ וועלט־באַרימטן מוזיי, אין אַ פֿאַרצײַטיקן פּאַלאַץ. ליגט מען אויף אַ זאַמדיקן פּליאַזש, אַז כאָטש פּאַטש זיך אין בײַכל. מען זיצט אין אַ רעסטאָראַן, אין אַ קאַפֿע און מען שמועסט געמיטלעך. וואָס איז דאָ אַ סך צו ברײַען. צו מאָל דאַכט זיך, אַז זייער פֿיל אַרומפֿאָרן איז כּמעט דאָס זעלבע וואָס זײַן די גאַנצע צײַט אויף איין אָרט. מיר מעג זיך דאַכטן, נאָר דעם טוריסט איז דערווײַל גוט, וואָס גוט הייסט. בײַ אים האָבן נאָך די יאָרן ניט אָפּגעבליאַקעוועט, ניט פֿאַרלוירן זייער גלאַנץ, איז זאָל אים אויך ווײַטער ווויל זײַן. שלעכט ווערט, ווען די עלטער קומט אָן. “עלטער", סאַראַ טיפֿער זין עס ליגט אין דעם וואָרט. דער שיינער זאָג, אַז אַלט זאָל מען ווערן, נאָר ניט זײַן, האָט קיין ווערט ניט. ס'איז פּוסטע חלומות. ס'הייסט, אײַנרעדן קען מען זיך, ס'איז אָבער ניט מער ווי זיך אַליין אָפּגענאַרט. מען דאַרף זיך ניט שטאַרק מיִען צו באַמערקן, ווי דו פּרוּווסט אײַנהאַלטן די יאָרן און זיי לאַכן פֿון דיר שאַרף און בײַסיק. ווילסט אויסטרינקען אַ קעלישעקל ווײַן און גלײַך טוסטו זיך אַליין אַ קאָמאַנדעווע: “ניט וואַג! וועסט זיך מוזן באַגיין מיט אַלקאָהאָל־פֿרײַען מאַראַנצן־זאַפֿט". אוי, די יאָרן! וואָס עלטער מען ווערט, אַלץ גיכער אַנטלויפֿן זיי. מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד, דער שרײַבער יוסף ראַבין, האָט אַמאָל אַ זאָג געטאָן: “געבוירן דאַרף מען ווערן שוין זײַענדיק זייער אַן אַלטער מאַן און אויב שוין שטאַרבן, איז זײַענדיק אַ פּיצל קינד". ס'איז גוט געזאָגט, נאָר ווען דער רבונו־של־עולם זאָל אויף דעם אײַנגיין. אָן אים איז די וועלט ניט צום איבערמאַכן. ס'הייסט, מען האָט שוין געפּרוּווט און ניט איין מאָל, נאָר ס'איז אומזיסט די טירחה. איז וואָס, ווי אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, אַראָפּלאָזן אָנמעכטיק די הענט און אין דער גרויער טאָג־טעגלעכקייט מער ניט טרוימען, ניט וועלן? זאָגט אײַך וואָס איר ווילט, נאָר ניין און ווידער ניין! עס טרעפֿט, ווען עס ווילט זיך פֿאַרבלײַבן אַליין מיט די אייגענע רעיונות און זיך פּרוּוון אָפּגעבן אַ שטיקל חשבון־הנפֿש, אָבער וויפֿל קען מען אַזוי. צו מאָל דערגייט עס, אַז מען פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט זיך אַליין. קען מען דאָך אַראָפּ פֿון זינען און ווער וויל עס? אין פֿרעמדע ווײַטע לענדער איז שוין ניט צום דערקלײַבן זיך, איז נעמט די “דריטע פֿוס", געמיינט דעם שטעקן, און לאָזט זיך וואָס אָפֿטער אַהין, וווּ עס שמעקט מיט פֿריש־געשניטענעם היי, וווּ מען קען מיט באָרוועסע פֿיס באַטראָטן די פֿאַרטויעטע גראָזן, וואָס ערשט מיט שעהען צוריק האָבן זיי געהאַלטן אין איין סמאָקען דעם לעצטן זאַפֿט פֿון דער איבערגעטריקנטער ערד. רעגנס בײַ אונדז טרעפֿן אַזוי זעלטן, אַז יעדער טראָפּן איז ווי אַ פּערל פֿון הימל. דאָס איז אַזוי, און דאָך, איז ניטאָ קיין שטוב אָן אַ שיין גערטנדל. מײַן טאַטע ז"ל, אַ ייִדישער פּויער, האָט מיט אונדז, זײַנע זיבן קינדער, אײַנגעטענהט, אַז עפּעס שענערס אויף דער ערד, ווי זי אַליין, איז ניט אויסצוזוכן. צײַטן בײַטן זיך און זי בלײַבט ווי געווען. אויב ס'איז איבערגעטריבן איז ניטאָ זיך וואָס צו חידושן. ניט נאָר אין פּאַריז, לאָנדאָן, פּראָג, וואַרשע האָט ער ניט געקענט זײַן, נאָר אין קיין איין גרויסער רוסישער שטאָט איז זײַן טראָט ניט באַטראָטן. די סיבה? אויסער דעם וואָס ער איז שטענדיק געווען אַ גרויסער אָרעמאַן, האָבן דאַן, אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּויערים ניט פֿאַרמאָגט קיין פּאַספּאָרטן און אָן אַ געהעריקער צײַגעניש האָט מען ניט געקענט פֿון אָרט זיך רירן. צום קאָלווירט איז מען געווען ווי מיט קייטן צוגעשמידט. אַזוי ווי אין די צײַטן פֿון לײַב־אייגנטום. פֿאַר די וואָס האָבן דאַן ניט געלעבט אין יענעם לאַנד, איז עס ניט צום פֿאָרשטעלן זיך, ניט צום באַנעמען. נאָר זאָל זײַן גענוג מיט דעם וואָס אַמאָל. וואָס געווען איז געווען. אַלטע לײַט, וואָס צו מאָל קענען זיי שוין ניט אָן עמעצנס הילף פֿון שטוב אַרויסגיין, בלײַבט נאָר זיך פֿאַרנעמען מיט נשמה־גריבלערײַ, מיט עקסקורסן אין דער קינדהייט, אין רײַפֿע יאָרן, ווען געלעבט האָבן מיר אין דער פֿרעמד. מען פּרוּווט אַריבערצוּוואַרפֿן אַ בריק צווישן נעכטן, הײַנט און, גאָר באַזונדערס צו דעם ניט האָפֿערדיקן מאָרגן. מיט דער צײַט ווערט עס אַ געוווינהייט וואָס פֿון קאָפּ ניט אַרויסצושלאָגן. זאָל עס אײַך, יונגע, ניט חידושן. די צוגעוווינטע צו שטענדיקער פֿאַרנומענקייט, קומט דערנאָך אויס זיך אַרומדרייען פּוסט־און־פּאַס אָן אַ שטאָק אַרבעט. וואָס יאָ, אַלטקייט קען מען צו מאָל אָפּרוקן. “צו מאָל", ווײַל ווײַט ניט שטענדיק איז עס פֿון דיר אָפּהענגיק. * * * באַוועגונג, זאָגט מען, באַטײַט לעבן. מיר, פֿיר פּענסיאָנערן, מען קען זאָגן אַ קאָמפּאַניע גוטע־ברידער, האָבן באַשטימט זיך לאָזן וווילגיין און זיך צונויפֿגערעדט מיט אַ באַלעבאָס פֿון אַ מיקראָ־אויטאָבוסל, אַ דערפֿאַרענעם עקסקורסיע־פֿירער, ער זאָל פֿאַר אונדז אויסאַרבעטן אַ פּאַסיקן מאַרשרוט, וווּ מיר זאָלן קענען זיך אָנזעטיקן מיט זויערשטאָף, מיט די שיינקייטן פֿון דער נאַטור און דער עיקר, ער זאָל אונדז באַקענען מיט אַ קיבוץ. די מעשׂה ווי זעקס ייִדן מיט צעשרויפֿטע נערוון האָט זיך אײַנגעגעבן קומען צו איין באַשלוס, וועלן מיר איבערהיפּערן. ס'הייסט, וואָס צו דערציילן איז פֿאַראַן איבערגענוג, נאָר ניט דאָס איז דער עיקר און צוליב וואָס זיך אַליין פֿאַרשעמען. זקנים לייגן זיך געוויינלעך שלאָפֿן אין איינעם מיט די הינער, נאָר גיי טו עפּעס, אויב עס שלאָפֿט זיך ניט. ס'איז אַ קרענק, וואָס "טפֿו" זאָל עס ווערן. זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן נאָך ביז דעם ווי אַ קאַיאָריקע ראָזקייט האָט אַרויסגעקוקט אויפֿן ראַנד פֿון הימל. די מאַשין האָט אײַליק געמאָסטן די לענג פֿון די נאָך דרעמלענדיקע גאַסן און געסלעך. דערווײַל איז ניט געווען צו באַמערקן קיין סימן פֿון אַ מענטשן. כ׳האָב אַ קלער געטאָן: ס'איז אַ רחמנות אויף די וואָס ליגן נאָך אין די בעטן און די שיינקייטן וואָס דערוואַרטן אונדז, קומען צו זיי ניט אַפֿילו אין חלום. איז אַדרבא ואַדרבא: טרײַבט אָפּ פֿון זיך דעם שטאַרקן שלאָף, צעעפֿנט די אויגן, פֿאַרלאָזט די געלעגערס און יאָגט זיך אויך נאָכן בעסטן. קיין שלעכטס וועט דערפֿון ניט אַרויסקומען און גוטס איז קיין מאָל ניט צו פֿיל. ווער זשע זײַנען זיי, מײַנע דרײַ מער ווי גוט באַקאַנטע מיטפֿאָרער? בײַנאַנד מיט מיר זיצט דאָקטער זאַלצמאַן, שלמה זאַלצמאַן. דער רופֿא לעבט אין אים שטענדיק און אומעטום. מיר איז ער נאָענט מיט זײַן דענקען. ס'וועט ניט זײַן, מיין איך, איבערגעטריבן, אויב כ'וועל אים פֿאָרשטעלן ווי אַ ליכטיקע פּערזענלעכקייט. געבוירן איז ער אין ביאַליסטאָק, געלערנט אין חדר. ער אַליין איז פֿונעם נאַצישן גיהנום אַרויס אַ לעבעדיקער, נאָר זײַנע עלטערן זײַנען אַוועק מיטן אַש צווישן די זעקס מיליאָן. קיין פּאַריז האָט ער אָנגעטראָפֿן נאָך זײַענדיק אַ יונג בחורל. שטודירט מעדיצין אין אוניווערסיטעט פֿון נאַנסי און מיט דערפֿאָלג געאַרבעט אין אַ באַוווּסטער קליניק. אין לעבן טרעפֿט צו מאָל אַזוינס, וואָס לאָזט זיך ניט דערקלערן. דאָקטער זאַלצמאַן האָט זיך “אַ ביסעלע" ספּאָטיקעט, אָבער, לאָמיר זאָגן, זיך באַנאַרישט און פֿאַרביטן פּאַריז אויף מאָסקווע. צו ערשט, האָט מען אים אויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס. אויך אין מאָסקווע איז אים ניט שטענדיק געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ. צו ערשט... פֿאַר זײַנע שווערע זינד (יאָ, יאָ — אַ שפּיאָן) האָט ער זײַנס באַקומען. צוויי און צוואַנציק חדשים, וואָס האָבן זיך געצויגן לענגער ווי יאָרן, האָבן אים אָפּגעהיט תּפֿיסה־וועכטער. שוין זײַענדיק אָן אַ שטראַל האָפֿענונג, האָט מען אים אומגעריכט באַפֿרײַט. קיין אַנטשולדיקונג האָט בײַ אים קיינער ניט געבעטן, נאָר געמאָלדן האָט מען אים, אַז ס'איז דערלאָזט געוואָרן אַ פֿעלער און ניט אים האָט מען באַדאַרפֿט מישפּטן און אַרעסטירן. אויב איר ווילט נאָך עפּעס וויסן וועגן מײַן פֿרײַנד שלמה זאַלצמאַן, איז קען איך מיטטיילן: זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן נירן־היפּערטאָניע האָט נאָך ביז הײַנט ניט פֿאַרלאָרן איר ווערט. געהיילט האָט ער טויזנטער מענטשן און נאָר זיך אַליין קען ער ניט אויסהיילן. ער איז שוין “אָפּגעגליקט" מיט אַ צווייטן האַרץ־אַטאַק. באָריס דוטשינסקי איז אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו. געווען אַ בעקער, אַ שאַכטיאָר. געטרוימט צו זײַן אַ מיליטער־מאַן און זײַנס זיך דערשלאָגן. דעמאָביליזירט האָט מען אים אין ראַנג פֿון אַן אינזשעניר־פּאָלקאָווניק און פֿון דער אַלטער היים באַקומט ער אַ היפּשע פּענסיע. דוטשינסקי דערציילט, אַז ביז זײַן קומען קיין ארץ־ישׂראל האָט ער געלעבט מיטן שטראָם פֿון דער צײַט און ס׳איז שוין בײַ אים ניט געווען צו אויסזוכן אַ קערנדל פֿון ייִדישקייט. דאָ האָט ער תּחילת געלעבט אין אַ קיבוץ, געוואָלט אויסלערנען עבֿרית, נאָר בײַם וועלן איז ער פֿאַרבליבן. מאַמע־לשון דערמאָנט ער זיך צו ביסלעך. דוטשינסקי, אַ מיטלוווּסקסיקער מיט נאָך אַלץ ברייט־צעוואָרפֿענע אַקסל, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ קרעפֿטיקן מאַנספּאַרשוין, האָט פֿאַרהיט זײַן מיליטערישן שטעל, פֿאַרנעם, און ווען אין אים צערעדט זיך דער אַלטער סאָלדאַט, איז אים ניט צום אָפּשטעלן. אָפֿט טוט אים אַ נאָג אַ בענקשאַפֿט נאָך יענע יאָרן און ביז הײַנט דערלויבט ער זיך צו מאָל קאָמאַנדעווען. איין קלייניקייט — פּאָלקאָווניק! פֿון אים שפּאַרט מיט שטורעמדיקן טעמפּעראַמענט, קיין שאַרפֿזין פֿעלט אים ניט. פֿון זײַנע אַנעקדאָטן, ווערטלעך ווערט גרינגער אויפֿן האַרצן און דער עיקר: ער איז זייער אַ גוטער און ווען אים גיט זיך אײַן העלפֿן אַ מענטשן, איז ער דער גליקלעכסטער פֿון אַלע גליקלעכע — אַ מעלה, וואָס וועגט איבער אַלע חסרונות, וועגן וועלכע ס'איז בעסער פֿאַרשווײַגן. אָט אַזאַ איז ער, באָריס דוטשינסקי. אויך יוסף יופֿע, דער פֿערטער פֿון אונדזער חבֿרותא, פֿאַרדינט מען זאָל אים אָפּגעבן כּבֿוד. פֿון אים האָט נאָך קיינער קיין גראָב וואָרט ניט געהערט. ער איז צווישן אונדז דער ייִנגסטער און ניט די יאָרן דערקוטשען אים. ער זיצט דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט, דורך און דורך פֿאַרזונקען אין זײַנע מחשבֿות: אונטער די אויגן, וואָס זײַנען פֿאַרצויגן מיט אַ טרויער־הײַטעלע — אָנגעאָדערטע בײַטעלעך. מיט נחת פֿון די קינדער, אייניקלעך איז ער ניט באַווירצט, געווען און מיט צוויי יאָר צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט זײַן לעבנס־באַגלייטערין. יוסף איז פֿאַרבליבן אַן אַלמן. איר טויט האָט געמאַכט אַ תּל פֿון זײַן לעבן. איך וואָלט עס אַרויסגעבראַכט נאָך שטאַרקער: ער איז געוואָרן אַ קאַליקע אין לעבן. וואָס ווײַטער אַלץ געדיכטער, שווערער ווערט זײַן איינזאַמקייט. אַבי ניט זיצן אַליין אין דער היים און האָבן פֿאַר וועמען דאָס האַרץ אויסצורעדן איז ער גרייט זיך לאָזן אין אויסרײַסעניש. יופֿע האָט גראַדויִרט דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. אַדוואָקאַטור וואָלט בײַ אים געווען אַ ירושה־זאַך (ייִדישער ייִחוס) און לעבן וואָלט מען געקענט אין דער זעט, נאָר דער ביסן וואָלט פֿאַרבליבן שטעקן אין האַלדז. פֿאַלשע יוסטיץ. אַרונטערפֿאַלן אונטערן געריכט און פֿאַרנעמען אַן אָרט אויף דער באַשולדיקונגס־באַנק האָט מען געקענט אָן אַ פֿאַרוואָס און אָן אַ פֿאַרווען. נאָר זעלטן ווען די גערעכטיקייט האָט גענומען די אייבערהאַנט. אמת איז געוואָרן אויס אמת. דער גוטער נאָמען פֿון אַדוואָקאַט האָט קיין שום ווערט ניט געהאַט, סײַדן ער זאָל הכנעהדיק קושן די רוט וואָס שלאָגט. דער יונגער אַדוואָקאַט איז געווען מיט האָנאָר און ניט געוואָלט ס'זאָל אים פּײַניקן דער געוויסן. הקיצור, ער האָט פֿאַרענדיקט אַ לערער־סעמינאַר און פֿיל יאָר געקנעלט מיט תּלמידים פֿון די עלטערע קלאַסן. אַ שווערע, נאָר נייטיקע מלאָכה. קיין ישׂראל איז יוסף יופֿע עולה געווען אין יאָר 1996. ישׂראל ווי אַ ייִדיש לאַנד, וואָס איז געווען ניט צום דערגרייכן, איז אים שטענדיק טײַער געווען, נאָר זאָגן, אַז ער האָט גלײַך ליב באַקומען דאָס לאַנד, מיט אַלץ און מיט אַלעמען, וועט זײַן שטאַרק איבערגעטריבן. חידושן זיך איז ניטאָ וואָס. אויף דער עלטער איז שווער אָנהייבן פֿון בראשית. אַפֿילו אָפּגעוווינען זיך פֿון מישן פֿליישיקס מיט מילכיקס קומט אָן ניט אַזוי גרינג. אונדזער גיד: שמשון רופֿט מען אים, נאָר אויף דעם באַרימטן ייִדישן העלד פֿון תּנ״ך, “שמשון הגיבור" איז ער ניט ענלעך. דאַר איז ער ווי אַ וואָבלע*. אמת, געבויט זעלטן אין דער מאָס — ניט הויך, ניט נידעריק. בײַ אים זײַנען קורצע, שטאַרצנדיקע האָר ווי בײַ אַ יאָזשיק, אַ מין שטעכלער־פֿריזור, גרויסע טיף־טונקעלע אויגן, אַ שוואַרצע באָרד, וואָס פֿאַרמאָגט שוין אין דער מיט אַ גראָוו פּאַסיקל. קיין טיטל פֿון אַ רבֿ, פֿאַרשטייען מיר, האָט ער ניט, נאָר צוליב כּבֿוד און דרך־ארץ רופֿן מיר אים רבי שמשון. אים, דאַכט זיך, איז דער טיטל געפֿעלן, איז פֿאַרוואָס ניט צוליב טאָן אַ מענטשן, וואָס פֿאַרמאָגט אַ סך חן. * וואָבלע — אַן אויסגעטריקנט, געזאַלצן פֿישל Shver tzu farshteenSubmitted by leonlab on Wed, 2007-12-19 11:26.
Ich hob nisht farhstanen dem zatz vu er banutzt dos vort "opkumn" vail es hot a sach badaitungen. Ich muz zogn az file shriftshteller banutzen a komplitzirte shprach ven zei shraibn un Lev iz nisht kein oisnam. |