פּאָליטיק

צי קען אַ מענטש ענדערן זײַן כאַראַק­טער?

דאָס איז אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן, און אויך זיי זענען נישט געאייניקט אין דעם ענין. אָבער וואָס שייך די מנהיגים פֿון דער מדינה, איז דאָס שוין געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿראַגע, וואָס דער ענטפֿער אויף איר איז לרובֿ אויך אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אײַנשטעלונג.

גאָר באַזונדערס איז דאָס געקומען צום אויסדרוק נאָכן אויסוואַל פֿון אריאל שרונען ווי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און נאָך אים — מיטן צוריקקערן זיך פֿון אהור ברקן אויף דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי פֿון דאָס נײַ צו דעראָבערן די מאַכט.

וואָס שייך שרונען, האָט דאָס פֿאָלק זיך אָנגעהויבן באַשעפֿטיקן מיט דעם רעטעניש נאָך פֿאַר זײַן אויסוואַל, ווען ער, דער ווידערשפּעניקער גענעראַל, האָט צו זײַן וואַל־קאַמפּיין זיך אַרויסגעהאָלפֿן מיט די שעפּסן פֿון זײַן פֿאַרם אין נגבֿ, דער­שײַנענדיק אויף די וואַל־פּלאַקאַטן מיטן שעפּסל אויף די אַקסלען — ווי יענער גוטמוטיקער פּאַסטוך, וואָס זאָרגט פֿאַר דעם פֿאַרבלאָנדזשעטן שעפֿעלע, כּדי עס צוריקצוקערן אין דער סטאַדע. די זעלבע פֿראַגע איז געפֿרעגט געוואָרן אויך שפּע­טער, נאָך דעם ווי ער האָט שוין דערגרייכט זײַן לעבנס־ציל און האָט דעראָבערט די מאַכט מיט דער גרעסטער ביז אים דעמאָ­קראַטישער מערהייט, ווען דער "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע" און דער רעאַליזיר­ער פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה האָט פּלו­צעם פֿאַרקערט דעם רודער: ער האָט אָנגע­הויבן רעאַליזירן די צעטיילונג פֿון ארץ־ישׂראל און גענומען צוגרייטן אין עזה דעם באָדן פֿאַר דער פּאַלעסטינער מדינה.

די עפֿנטלעכע מיינונג איז אויך ווײַטער, נאָכן שפּאַלטן דעם "ליכּוד" און גרינדן די "קדימה", געווען באַשעפֿטיקט מיט דער רעטעניש, צי האָט זיך שרון טאַקע אויף אַן אמת געענדערט, און נישט נאָר פּראַג­מאַטיש, נאָר אויך אין זײַן כאַראַקטער.

די זעלבע פֿראַגע האָט נישט זעלטן באַשעפֿטיקט די פֿאַרשיידענע פּאַרטיייִשע עסקנים, ווען זייערע דורכגעפֿאַלענע מנהיגים האָבן זיך צוריקגעקערט צו דער פּאַרטיייִשער אַקטיוויטעט, כּדי צוריק איבער­צונעמען דעם רודער פֿון דער אָנפֿירונג. דער בולטסטער מוסטער פֿאַר דעם דאָזיקן רעטעניש איז, נאָך שרונען, געבליבן אהוד ברק, דער איצטיקער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי, די "היסטאָרישע" מפּאַ"י אונטער איר הײַנטיקן נאָמען "עבֿודה".

נישט געקוקט אויף זײַנע אומאויפֿהערנ­דיקע אידעאָלאָגישע זיגזאַגן און פּראַגמאַ­טישע היפּוכים אין זײַנע פֿירונגען — סײַ אין די קורצע יאָרן פֿון זײַן פּרעמיערשאַפֿט (1999 — 2001) און סײַ שפּעטער, נאָכן איבערלאָזן די פּאַרטיי און דעם שלום־צוג אויף הפֿקר — האָט ער זיך, מיט פֿיר יאָר שפּעטער, צוריקגעקערט מיטן ציל צו דעראָ­בערן די פּאַרטיי און "ראַטעווען" די מדינה. אַזוי האָט נאַפּאָלעאָן זיך צוריקגע­קערט און זיך געקרוינט ווי דער קעניג גענוי מיט 200 יאָר פֿריִער אין פֿראַנקרײַך.

די פּאַרטיי האָט דעמאָלט ברקן אָפּ­געשטויסן, אָבער נישט צוליב זײַן פּאָ­ליטישער אויפֿפֿירונג, נאָר צוליב זײַן כאַראַקטער. זײַנע חבֿרים האָבן אים נישט געקענט מוחל זײַן די אַראָגאַנטישע באַציִונג זײַנע, דאָס איגנאָרירן און נישט באַטייליקן זיי אין זײַנע פּלענער און אַנטשיידונגען, דאָס צעטרעטן מיט די פֿיס יעדע חבֿרישקייט אינעם מאָמענט, ווען ער האָט זיך אין איר מער נישט גענייטיקט. אויך זײַן באַנײַטער אַגרעסיווער אַרײַנטריט אין דער פּאַרטיי, דאָס אַרויסרײַסן דעם מיקראָפֿאָן פֿון די הענט פֿון דעם געוועזענעם מיניסטער, משה שחל, דעם פֿאָרזיצער פֿון דעם פּאַרטיי־צוזאַמענפֿאָר, אויף וועלכן ברק איז דערשינען "מיט שטורעם און דראַנג", אין סטיל פֿון זײַן אַלטן כאַראַקטער.

מיט דער זעלבער עקשנות און אָרגאַ­ניזאַטאָרישן טאַלאַנט, מיט וועלכן ער האָט געוווּנען די אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי, פֿאַרשטויסנדיק פּערעסן — האָט ער מיט אויסדויער און אַנטשלאָסנקייט צוריק איבערגענומען דעם רודער פֿון דער "עבֿודה" און דעם מאַנדאַט צו פּרע­טענדירן און קאַנדידירן צום פּרעמיער־אַמט. דאָס, פֿאַרשטייט זיך, אויב עס וועט זיך אים אײַנגעבן אויפֿצולעבן די פּאַרטיי און צוריקקערן איר דעם רודער פֿון דער מדינה נאָך די לאַנגע דרײַסיק יאָר, נישט רעכענענדיק אין צווישן די קורצע דרײַ־פֿיר יאָר פֿון דער ראַבין־פּערעס רעגירונג און זיינע אייגענע קאַרגע צוויי יאָר.

ברקס עיקרדיקער פֿאַרמעסט אין דער פּאַרטיי איז געווען קעגן עמיר פּרצן מיט זײַן "סאָציאַלער אַגענדע". פּרץ, דעמאָלט דער אָנפֿירער פֿון דער הסתּדרות, דעם פֿאַרבאַנד פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, האָט למעשׂה אין יענע טעג זיך צוריקגעקערט אין "עבֿודה" און זיך צוגעשטעלט צום פֿירער־פֿאַרמעסט מיט דער דעקלאַרירטער כּוונה צו העלפֿן פּערעסן און צוימען ברקן. אין דעם ערשטן פֿאַרמעסט איז עס פּרצן געלונגען, און זײַן "סאָציאַלע אַגענדע" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ באַדײַטנדיקע איבערקערעניש אין דער גאַנצער געזעלשאַפֿטלעכער אַטמאָספֿער. מיט איין מאָל זענען אַלע פּאַרטייען מיט זייערע מנהיגים געוואָרן "סאָציאַל" און אָנגעהויבן זאָרגן פֿאַר די אָרעמע. אַפֿילו אָלמערט האָט זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן ווי ער מישט און פֿאַרזוכט די זופּ אין אַ גרויסן קעסל און עסט בײַם טיש צוזאַמען מיט די נויטלײַדנדיקע אין אַ גאָרקיך פֿאַר אָרעמע מענטשן...

צו ברקן, נישט געקוקט אויף זײַן "שווערן כאַראַקטער", זענען צוגעשטאַנען די עסקנים און מנהיגים פֿונעם רעכטן פֿליגל אין דער פּאַרטיי — די מיניסטאָרן בנימין בן־אליעזר און יצחק "בוזי" הערצאָג. דערנאָך האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן צו אים אַ צאָל אַנדערע פּאַרטיי־לײַט, מנהיגים און עסקנים, מיט דער האָפֿענונג, אַז אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ברקן, האָט די פּאַרטיי בעסערע שאַנסן זיך צוריקצוקערן צו דער מאַכט. ברק, וועלכער האָט געוווּסט אין וואָס ער ווערט "באַשולדיקט" אין דער פּאַרטיי, האָט אָן אויפֿהער פֿאַרזיכערט, אַז ער האָט געלערנט פֿון זײַן דערפֿאַרונג און האָט געענדערט זײַן כאַראַקטער.

אַרויסגעהאָלפֿן ברקן האָט אָבער דער דורכפֿאַל פֿון דער רעגירונג און פֿון צה"ל אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, וועלכע האָט באַגראָבן, צוזאַמען מיט אירע קרבנות אויך די "סאָציאַלע אַגענדע" פֿון עמיר פּרצן. די מלחמה איז אויסגעבראָכן סך־הכל פֿיר חדשים נאָך די וואַלן צו דער כּנסת און צוויי חדשים נאָך דעם, ווי אין דער רעגירונג פֿון דער קאָאַליציע מיט "עבֿודה", האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט נאָמענירט פּרצן פֿאַרן זיכערהייט־מיניסטעריום, און נישט דאָס פֿינאַנץ-מיניסטעריום, וואָס פּרץ האָט פֿאַרלאַנגט. אין צווישן האָט זיך פּרץ פֿאַרליבט אין דער פֿונקציע פֿון דעם מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און אין דעם זכות האָט ברק זוכה געווען אים צו באַזײַטיקן און אים אויך צו ירשנען. אויך ער האָט זיך פֿאַרליבט אין זײַן מיניסטאָרישער פֿונקציע, וועלכע ער האָט שוין פֿון פֿריִער גוט געקענט, ווען ער איז געווען דער שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב, אָבער אויך ער שטרעבט, אַזוי ווי זײַן פֿאָרגייער, צו שטײַגן דורך דאַנען העכער און צו ירשנען אָלמערטן, דעם פּרעמיער...

צי האָט זיך ברק טאַקע געענדערט?

אויך נתּניהו, דער פֿירער פֿון "ליכּוד", האָט אַלעמען פֿאַרזיכערט, אַז ער האָט זיך "געענדערט", ווען ער האָט זיך צוריקגע­קערט צום פֿירער־פֿאַרמעסט אין זײַן פּאַר­טיי, וועלכע ער האָט פֿאַרלוירן אין שאָטן פֿון שרונס פּאָפּולאַריטעט. זעט אָבער אויס, אַז נישט דער כאַראַקטער האָט זיך בײַ זיי געענדערט, נאָר די אויפֿפֿירונג, און דאָס אויך אונטער די שטרענגע אָנווײַזונגען פֿון זייערע פּאָליטישע יועצים, די ראַטגע­בערס, און פֿון די אינסטרוקטאָרן פֿאַר אויפֿ­פֿירונג און פּערזענלעכן "אימאַזש", וואָס לערנען די מנהיגים ווי אַזוי צו דערשײַנען פֿאַרן ציבור, ווי אַזוי צו געשטאַלטן דעם "שאַבלאָן", דעם אימאַזש און ווי אַזוי צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָפּולאַריטעט און דעם אַ"ג "רייטינג".

די עיקרדיקע ראָלע אין אָט דער גע­שטאַלטונג שפּילט אָבער די פֿונקציע פֿון דעם ראַטגעבער, דעם וואָס שטייט ווי דער שאָטן הינטער דעם מנהיג, ווי זײַן "גרויע עמינענץ". ער איז זײַן נאָענטסטער פֿאַר­טרויונגס־מאַן, וועלכער קען אַלע זײַנע סודות, זײַנע מעלות און אַלע זײַנע שוואַכ­קייטן. אין פֿאַל פֿון אַ מלוכישן מנהיג, ווייסט אָבער זײַן ראַטגעבער נישט נאָר זײַנע פּערזענלעכע און פּאַרטיייִשע סודות, נאָר אויך די שטרענגע מלוכישע סודות, צו וועלכע זײַן "באָס" האָט אַ צוטריט.

אויף דעם באָדן איז איצט אויסגעבראָכן אין "עבֿודה" דער "צוטרוי־קריזיס" צווישן ברקן און זײַן נאָענטסטן ראַטגעבער אלדד יניבֿ, וועלכן ער האָט הײַנטיקע וואָך באַזײַטיקט פֿון זײַן אַמט. הגם, ווי געזאָגט, אַ "גרויע עמינענץ", אַ שאָטן, פֿאַרנעמט יניבֿ אַ הויכע פּאָזיציע אין דער פּאַרטיי, און געניסט פֿון רעספּעקט און צוטרוי מצד די פֿאַרשיידענע פּאַרטיייִשע קרײַזן. ער האָט ברקן געהאָלפֿן צו ווערן אויסגעוויילט און נאָך זײַן אויסוואַל ווי פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי, האָט ער אים געהאָלפֿן אין זײַנע פּאַרטיייִשע גענג און האַנדלונגען, וועלכע האָבן אָבער נישט געהאָלפֿן דער פּאַרטיי "זיך אויפֿצוהייבן" פֿון איר לעטאַרגישן שלאָף און צו פֿאַרבעסערן אירע שאַנסן צו באַזיגן דעם "ליכּוד", וועלכער האָט זיך יאָ אויפֿגעהויבן אין די פּובליק־טעסטן, אין דער צײַט ווען די רעגירנדיקע "קדימה" ווערט שוין כּמעט נישט גענומען אין חשבון.

ברקס צוזאָג, אַז ער וועט אַרויספֿירן די פּאַרטיי פֿון דער קאָאַליציע מיטן פֿאַרעפֿנט­לעכן דעם לעצטן באַריכט פֿון דער ווינאָ­גראַד־קאָמיסיע, איז שוין כּמעט געוואָרן פֿאַרגעסן, און די "עבֿודה" לײַדט פֿון אַ הויכער בטלנות און אַ נידעריקן אימאַזש. בלויז איין מיניסטער פֿון "עבֿודה" האָט דעמיסיאָנירט נאָכן אַרײַננעמען ליבערמאַנען אין דער רעגירונג, און זי האָט גאָרנישט בײַגעשטײַערט פֿאַר די אַרבעטער־מאַסן, וועלכע זי דאַרף רעפּרעזענטירן.

איצט איז אָבער די פּאַרטיי באַשעפֿטיקט מיט דער באַזײַטיקונג פֿון ברקס ראַטגעבער, וועלכן ער האָט באַשולדיקט אין אינטריגירן קעגן אים אין אַ פֿאַרשווערונג מיט דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, דעם כּנסת-דעפּוטאַט און געוועזענעם מיניס­טער אָן אַ פּאָרטפּעל איתּן קאַבעל, כּדי צו ענ­דערן הינטער זײַנע פּלייצעס געוויסע פּאַראַ­גראַפֿן פֿון דער פּאַרטיי־קאָנסטיטוציע — צום גונסטן פֿון דעם סעקרעטאַריאַט, און אַזוי אַרום זאָלן ביידע באַהערשן די פּאַרטיי.

אַזאַ אויסטערלישע באַשולדיקונג איז נאָך נישט געהערט געוואָרן אין קיין דעמאָ­קראַטישער פּאַרטיי און זי האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע שטוינונג בײַם ציבור. ווי עס זעט אויס, איז זי אויפֿגעקומען אויפֿן פֿאָן פֿון די פּלענער פֿון ברקס קרײַזן מבֿטל צו מאַכן די "פּרײַמעריז" אין דער פּאַרטיי און צוריקצוקערן זיך צו די נאָמינירטע "זיבעט­לעך", וואָס זאָלן באַשטימען די קאַנדידאַטן־ליסטעס צו דער כּנסת. אויף ברקס באַשול­דיקונגען האָט דער באַזײַטיקטער ראַטגע­בער זיך אָפּגעזאָגט צו רעאַגירן. אָבער איתּן קאַבעל, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון "עבֿודה" איז אַרויס מיט אַ שאַרפֿן אָנגריף קעגן ברקן, באַשולדיקנדיק אים אין אַראָגאַנטישער און דעספּאָטישער אויפֿ­פֿירונג. סוף פֿאָריקע וואָך האָט ברק אַרויס­גערופֿן צו זיך דעם פּאַרטיי־סעקרעטאַר און אים אָנגעמוסרט, און דער האָט זיך פֿאַר אים אַנטשולדיקט.

איר פֿרעגט: וואָס הערט זיך אין "עבֿודה"?

איז אָט מיט וואָס עס באַשעפֿטיקט זיך הײַנט די צווייטגרעסטע, די אַלטערנאַטיווע פּאַרטיי אין דער מדינה, וואָס איז איצט גע­וואָרן שאָקירט פֿון דעם אומגעריכטן קער פֿון וואַ­שינגטאָן לגבי דער איראַנישער אַטאָ­מי­שער דראָונג, און וואָס זוכט איצט אַן אויס­וועג צו פֿאַרענדיקן דעם לערער־שטרײַק, וואָס דויערט שוין איבער 50 טעג.

תּל-אָבֿיבֿ, דער 11טער דעצעמבער, 2007