|
אַ רעפֿאָרם־מנין, וווּ ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים — סײַ מענער, סײַ פֿרויען — טראָגן טליתים |
Richard Lobel |
לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער.
די אַנקעטע האָט דורכגעפֿירט די הויפּט־אָרגאַניזאַציע פֿון די רעפֿאָרם־ייִדן אין אַמעריקע, Union for Reform Judaism ("פֿאַראיין פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם"), אויך באַקאַנט ווי די URJ.
עמילי גראָטאַ, דירעקטאָרין פֿון מאַרקעטינג און קאָמוניקאַציע בײַם URJ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס די URJ האָט דורכגעפֿירט אַן אַנקעטע דורך בליצפּאָסט, און דער אָפּרוף איז געווען אַ געוואַלדיקער: 14,000 מענטשן האָבן זי אויסגעפֿילט און צוריקגעשיקט. "עס האָבן זיך באַטייליקט ראַבינער, חזנים, מיטגלידער פֿון די שיל־פֿאַרוואַלטונגען און סתּם כּלל־טוער, ווי אויך די מענטשן וואָס אַבאָנירן זיך אויף אונדזער אינטערנעץ־פּראָגראַם — ׳10 מינוט תּורה אַ טאָג׳," האָט פֿרוי גראָטאַ באַטאָנט.
איין זאַך וואָס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן איז געווען דער אונטערשייד צווישן די דורות, וואָס שייך דעם היטן די ייִדישע טראַדיציעס. אויף דער פֿראַגע, "צי ברענגט איר אַרײַן אין שטוב מאָלוסקן (דאָס הייסט, נישט־כּשרע ים־בריאות)?", האָבן 58% פֿון די רעפֿאָרם־ייִדן איבער 40 יאָר, געענטפֿערט אַז יאָ, בעת בײַם ייִנגערן דור, טוען עס בלויז 39%. 43% פֿונעם עלטערן דור ברענגט חזיר אַהיים, אין פֿאַרגלײַך מיט 29% פֿון די ייִנגערע.
וועגן עסן פֿליישיקס מיט מילכיקס אין איינעם — ווי, למשל, אַ "טשיז־בורגער" (פֿליישיקע קאָטלעטן מיט קעז) — איז דער אונטערשייד געווען קלענער: בײַ די עלטערע עסן 64% מילכיקס מיט פֿליישיקס, און בײַ די ייִנגערע — 58%. ביידע גרופּעס עסן מצה פּסח, אָבער אויף דער פֿראַגע, צי מײַדט איר אויס חמץ אַ גאַנצן פּסח, האָבן 68% פֿונעם עלטערן דור געזאָגט, אַז יאָ, בעת בײַ די ייִנגערע, איז עס געווען 77%.
אָט די טענדענץ בײַ דער יוגנט איז אַן אינטערעסאַנטע, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, און דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, וואָס האַלטן, אַז די הלכה דאַרף דינען ווי דער גרונט פֿון ייִדישקייט, באַטאָנט די רעפֿאָרם־באַוועגונג דעם פּרינציפּ פֿון פּערזענלעכער אויטאָנאָמיע און פּלוראַליזם. אויב אַ רעפֿאָרם־ייִד צינדט שבת־ליכט אָדער מײַדט אויס חזיר־פֿלייש, איז עס נישט ווײַל די תּורה הייסט אַזוי, נאָר ווײַל יעדער איינער האָט דעם רעכט אויסצודריקן זײַן ייִדישקייט ווי ער וויל.
|
יונגע ייִדן בײַ תּשליך, בײַם מאָנאָנגאַהעלאַ־טײַך, אין פּיטסבורג, פּענסילוועניע |
Hebrew Union College |
די נטיה בײַ די יונגע רעפֿאָרם־פֿירער אַרײַנצוברענגען מער ייִדישע ריטואַלן גייט שוין אָן שטילערהייט אַ שטיקל צײַט. שׂרה ניומאַן, אַ 24־יאָריק מיידל וואָס לערנט זיך אויף ראַבינערין בײַם "היברו יוניאָן קאָלעדזש" (HUC) אין ניו־יאָרק, היט שבת און כּשרות, און מאַכט אַפֿילו אַ ברכה, איידער זי נעמט עפּעס אַרײַן אין מויל. זי זאָגט, אַז צווישן אירע מיט־סטודענטן אינעם ראַבינער־סעמינאַר איז זי ווײַט נישט די איינציקע. "די רעפֿאָרם־מיטגלידער אונטער 40 פֿילן זיך אַ סך מער באַקוועם מיטן געדאַנק פֿון טראָגן תּפֿילין און ציצית, ווי זייערע טאַטע־מאַמע," האָט זי דערקלערט.
ראַבײַ פּיטער ריגלער, אַ 36־יאָריקער געהילף־ראַבינער בײַ "קהילת כּנסת־ישׂראל", אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע אין עלקינס פּאַרק, פּענסילוועניע, האָט אויסגעדריקט אַן ענלעכע מיינונג. "ווען איך בין געווען אין ראַבינער־שול פֿלעגט מען אויספּרוּוון פֿאַרשידענע זאַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדישע ריטואַלן. איך אַליין האָב אָנגעהויבן היטן אַ כּשר היים, היטן שבת און דאַווענען דרײַ מאָל אַ טאָג."
ווען ראַבײַ ריגלער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע אין "כּנסת־ישׂראל", האָבן געוויסע מתפּללים זיך געפֿילט אַ היפּש ביסל אומבאַקוועם מיט זײַן צוגאַנג. "נאָך עטלעכע וואָכן פֿון מײַן זײַן דאָרט, זענען עטלעכע עלטערע ייִדן אַרײַנגעקומען צו מיר אין ביוראָ און געזאָגט, אַז מײַן אופֿן פֿון פֿירן די תּפֿילות איז קאָנסערוואַטיוו, נישט רעפֿאָרם," האָט ריגלער דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". "האָב איך זיי געגעבן אַן עצה — זאָלן זיי גיין זען וואָס מע טוט בײַ אַ צווייטער רעפֿאָרם־שיל אין אונדזער געגנט, ׳רודף־שלום׳. זענען זיי אַוועק אין יענער שיל, צוריקגעקומען און מיר געזאָגט: ׳זייער דאַווענען איז אויך קאָנסערוואַטיוו."
"דאָס זענען די ייִדן, וועלכע שטאַמען פֿונעם אַלטן אַזוי־גערופֿענעם קלאַסישן רעפֿאָרם־שניט, ווען שבת פֿלעג מען פּראַווען זונטיק, אַזוי ווי די קריסטן; ווען אַלע תּפֿילות זענען געווען אויף ענגליש, און דער צענטער פֿון אויפֿמערק איז געווען דער כאָר מיטן אָרגל. דערפֿאַר קומט עס זיי אָן זייער שווער צו זען ווי מע וואַרפֿט אָפּ אַלע זייערע טראַדיציעס."
אָט דער דורות־ריס איז געקומען צו אַ שפּיץ פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט, בעת אַ פֿירערשאַפֿט־סעמינאַר אינעם רעפֿאָרם־לאַגער "קאָץ־קעמפּ", אין וואָרוויק, נ״י. אַ טייל פֿון די קעמפּערס, צווישן 13 און 17 יאָר, האָבן געטראָגן ציצית, געדאַוונט אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן, און זיך אַפֿילו געשאָקלט בײַם דאַווענען, ווי עס פֿירט זיך בײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן. איין אָוונט האָבן די קעמפּערס זיך געהאַט פֿאַרזאַמלט אינעם פּאַוויליאָן בײַ דער אָזערע, כּדי צו דאַווענען מעריבֿ — אויפֿן רעפֿאָרם־שטייגער, באַגלייט מיט שטילער דזשעז־מוזיק. מיט אַ מאָל האָבן עטלעכע קעמפּערס זיך אויפֿגעהויבן פֿון אָרט און אַרויסגעגאַנגען. ווי זיי האָבן שפּעטער דערקלערט, איז דאָס דאַווענען געווען "נישט גענוג טראַדיציאָנעל" פֿאַר זיי. באַלד זענען אויך אַנדערע קעמפּערס אַרויסגעגאַנגען; צום סוף האָבן בערך 40 קעמפּערס — אַ פֿערטל פֿונעם עולם — פֿאַרלאָזט דעם פּאַוויליאָן, זיך צעשפּרייט גרופּעסווײַז אין פֿאַרשידענע ערטער פֿונעם לאַגער און ווײַטער געדאַוונט.
יענער אינצידענט האָט אַרויסגערופֿן אַ הייסע דעבאַטע בײַ די סטודענטן אין HUC, האָט ניומאַן געזאָגט. "איך האַלט, אַז וואָס די קעמפּערס האָבן געטאָן איז געווען אַ חרפּה און אַ בושה, און זייער נישט־דרך־ארצדיק," האָט זי באַמערקט. "זיי ווילן טראָגן טליתים, זאָלן זיי טראָגן, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז מיר דאַרפֿן אַלע טאָן די זעלבע זאַך."
|
דער שליח־ציבור פֿון אַ רעפֿאָרם־מנין טראָגט טלית־און־תּפֿילין |
Marvin Steindler |
"דאָס איז דאָך די שיינקייט פֿון רעפֿאָרם," האָט ראַבײַ ריגלער דערקלערט. "אַז מיר נייטן נישט די מענטשן אויסצופֿירן די ריטואַלן, נאָר פֿאַרקערט — מיר ווילן לערנען אונדזערע מתפּללים צו זײַן אָפֿן צו פֿאַרשידענע אופֿנים פֿון אויסדריקן אַ נאָענטשאַפֿט מיט גאָט און אַנדערע ייִדן."
דער ענין אַהבֿת־ישׂראל איז טאַקע אַ הויפּט־מאָטיוו בײַ דער יוגנט. סײַ ניומאַן, סײַ ריגלער האָבן געזאָגט, אַז זיי היטן אַ כּשרע שטוב, כּדי זיי זאָלן קענען אויפֿנעמען אין זייער היים ייִדן פֿון אַלע באַוועגונגען — אַרײַנגערעכנט די אָרטאָדאָקסישע.
"די טענדענץ צו טראַדיציע הייבט זיך אָן אין די 1960ער יאָרן," האָט דערקלערט דזשיני ראָזענזאַפֿט, די 56־יאָריקע נאַציאָנאַלע דירעקטאָרין פֿון עפֿנטלעכע ענינים בײַם HUC. "נאָך דעם ווי די שוואַרצע האָבן אָנגעהויבן זוכן זייער אייגענע אידענטיטעט, האָבן די ייִדן עס אויך געטאָן, און דערפֿון זענען אַרויסגעקומען גאַנצע אָפּטיילן פֿון ייִדישע שטודיעס אין די אוניווערסיטעטן.
"די הײַנטיקע יוגנט איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלט, וואָס באַטאָנט פֿאַרשידנקייט (diversity בלע״ז); דאָס איז דער דור פֿון ׳סטאַרבאָקס׳ (די באַרימטע קאַוועהויז־קייט). אַ מאָל, זענען בלויז געווען צוויי מינים קאַווע — שוואַרץ אָדער ווײַס. הײַנט קען מען באַשטעלן קאַווע אויף 50 מיליאָן אופֿנים. אויך מיט מוזיק איז אַזוי. ווען אונדזער דור האָט ליב געהאַט אַ ליד האָבן מיר געקויפֿט דעם גאַנצן אַלבאָם; די יוגנט טראָגט זיך אָבער אַרום מיט אַן iPod — אַ זאַמלונג פֿון הונדערטער, אָדער טויזנטער לידער, וואָס זיי האָבן אַליין פּראָגראַמירט.
"דאָס זעלבע זעט מען, ווען זיי דריקן אויס זייער ייִדישקייט," האָט ראָזענזאַפֿט דערקלערט. "פֿון איין זײַט, זאַפּן זיי אײַן דעם סקעפּטיציזם פֿון דער הײַנטיקער וועלט; פֿון דער אַנדערער — זוכן זיי אַן אידענטיטעט, וואָס ברענגט אַ געפֿיל פֿון אמת און אויטענטישקייט. טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז בלויז איינע פֿון די ברירות."
ראַבײַ לענס סאָסמאַן, דער 53־יאָריקער הויפּט־ראַבינער בײַ "כּנסת־ישׂראל", האָט דערקלערט, אַז דאָס אָננעמען מער ייִדישע טראַדיציעס מיינט אַ נײַעם סינטעז פֿון אַלט און נײַ. "ס׳איז זייער מעגלעך, אַז בײַ אַ צאָל פֿון די רעפֿאָרם־אַקטיוויסטן, וואָס טראָגן ציצית, קאָן מען אויך זען ייִדישע אותיות טאַטויִרט אויפֿן אָרעם! און דאָס שטימט טאַקע מיטן גײַסט פֿון רעפֿאָרם — צו עקספּערימענטירן מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע מינהגים אויף אַ מאָדערנעם שטייגער."