קונסט
איזאַ גענזקען, "עלעפֿאַנט", 2006
איזאַ גענזקען, "עלעפֿאַנט", 2006

משה נאַריד אין זײַן לענגערער פּאָעמע "ריווינגטאָן־סטריט" פֿרעגט רעטאָריש בײַם לייענער — "צי איך קען ריווינגטאָן־סטריט?" הײַנט וואָלט מען אים רויִק געקענט ענטפֿערן — ניין, ר׳ משה, איר קענט נישט ריווינגטאָן־סטריט! ווײַל דאָרט אויף דער באַוערי, צווישן סטאַנטאָן־גאַס און ריווינגטאָן האָט זיך די טעג געעפֿנט אַ היפּער־מאָדערנער מוזיי — "דער נײַער מוזיי פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט". די איצטיקע איסט־סײַד איז נישט וואָס ס‘איז אַמאָל געווען און דאָס בויען פֿונעם מוזיי דאָרטן איז אַ סימן, אַז אַלע ליידיקע ערטער אין מאַנהעטן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען, האָבן באַקומען אַ ווערט פֿאַר בויערס, ווי אויך טוריסטן. דירות אינעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי קאָסטן הײַנט מער ווי אַ מיליאָן דאָלער און אַ טעפּל קאַווע — אויך שוין מער ווי צוויי דאָלער.

דווקא אויף דער באַוערי, באַקאַנט אַמאָל איבער דער וועלט פֿאַר אירע שיכּורים, בעטלערס און ביליקע קרעטשמעס, געפֿינט זיך איצט די סאַמע מאָדישסטע פֿון אַלע קונסט־אינסטיטוציעס אין ניו־יאָרק. די אַלטע קראָמען וואָס פֿאַרקויפֿן געניצטע רעסטאָראַן־מכשירים רינגלען אַרום דעם מוזיי, און מע קען נאָך אָנטרעפֿן אויף אַ היימלאָזן־מענטש אין גאַס, דאָ און דאָרט, אָבער ס‘איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד — די איסט־סײַד ווערט אין גיכן אַ נײַער צענטער פֿון קונסט און דער דאָזיקער מוזיי וועט ווײַזן דעם וועג.

בשעת מע האָט געבויט דעם בנין, האָט זיך געטאָן אַ גערודער מכּוח דער אַרכיטעקטור, וואָס מע האָט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון צוויי יאַפּאַנישע אַרכי­טעקטן קאַזויאָ סעזשימאַ און ריאָ נישיזאַוואַ, באַקאַנט פֿאַר זייער באַניץ פֿון גלאָז און ליכט אין זייערע פּראָיעקטן. אָבער דער בנין פֿונעם מוזיי באַשטייט נישט פֿון גלאָז, נאָר פֿון זעקס ריזיקע בלישטשנדיקע מעטאַלענע קעסטלעך, איינס אויפֿן אַנדערן, וואָס דערמאָנען אַ שפּיל פֿון קינדער־קלעצלעך, אין וועלכע די קלעצלעך זענען צופֿעליק אַרויפֿגעלייגט, אָן שום סדר, און זענען אַפֿילו אין סכּנה פֿון אַראָפּפֿאַלן. אינעווייניק, אָבער, זענען די געראַמע גאָרנס געבויט מיט הויכע סטעליעס און דאָס קונסטווערק ווערט אויסגעשטעלט מיט גרויס דרך־ארץ, באַלויכטן פֿון אַלע זײַטן, אַ מחיה צו באַקוקן.

דזשים לעמבל, "ספּליט ענדז", 2005
דזשים לעמבל, "ספּליט ענדז", 2005

פֿאַר דער ערשטער אויסשטעלונג אינעם מוזיי האָט מען צוגעגרייט אַ פֿערציק סקולפּטורן, געשאַפֿן פֿון דרײַסיק קינסטלער איבער דער וועלט. די סקולפּטורן באַשטייען, דער עיקר, פֿון טאָג־טעגלעכע זאַכן — "געפֿונענע אָביעקטן" און די אויסשטעלונג הייסט "נישט־מאָנומענטאַל". מיט דעם טיטל "נישט־מאָנומענטאַל" וויל מען אַרויסהייבן די קונסט, וואָס פּרעטענדירט נישט פֿאָרצושטעלן עפּעס פֿאַר דער אייביקייט; בלויז פֿאַר דעם איצטיקן מאָמענט. דערפֿאַר האָבן די סקולפּטורן אָפֿט אַ פּאַראָדישן כאַראַקטער און מאַכן חוזק פֿון גרויסע פּערזענלעכקייטן (דזשאָרדזש בוש, מעל גיבסאָן) און היסטאָרישע געשעענישן (מלחמות). להיפּוך צו דער העלדישקייט פֿון אָפֿי­ציעלע מאָנומענטן, שפּירט מען אין די סקולפּטורן אַן אַנטי־העלדישקייט, אַ "הערשעלע אָסטראָפּאָליעשקייט". גע­מאַכט פֿון שמאַטעס, אַלטע שפּילעכלעך, שליסל, און סתּם מיסט פֿון גאַס, שאַפֿן די קונסטווערק אויך אַ סבֿיבֿה פֿון אימפּראָוויזאַציע, אַזוי ווי די אַרכיטעקטור פֿונעם בנין.

דורך קאָלאַזש און אַסעמבלאַזש האָבן די קינסטלער געשאַפֿן סײַ וויזועל אינ­טערעסאַנטע ווערק, סײַ טעמאַטיש פֿאַר­כאַפּנדיקע סקולפּטורן. לויט דער דעפֿי­ניציע פֿון קאָלאַזש, האָט מען דאָ צו טאָן מיט פֿראַגמענטן, שטיקלעך, צעבראָכענע אימאַזשן. דער קינסטלער שאַפֿט זײַנע אייגענע טײַטשן פֿון די אָביעקטן און רופֿט אַרויס רעאַקציעס אויף די נײַע צוזאַ­מענ­געשטעלטע פֿראַגמענטן בײַם צוקוקער.

רייטשעל האַריסאָן, "האָפֿי האַולער" 2004
רייטשעל האַריסאָן, "האָפֿי האַולער" 2004

די אויסשטעלונג וויל אויך באַטאָנען, אַז אין דער מאָדערנער גע­זעלשאַפֿט, וווּ מיר ווערן פֿאַרפֿלייצט מיט אימאַזשן פֿון קאָמפּיוטערס, טעלעוויזיעס און רעקלאַמעס, האָט די קונסט פֿון קאָלאַזש נאָך אַ גרעסערן שײַכות מיט דער הײַנטיקער וועלט, ווי פֿריִער.

איין אופֿן פֿאַרן עולם אויסצוטײַטשן די קאָלאַזשן אין דער אויסשטעלונג איז צו באַ­טראַכטן יעדעס ווערק ווי אַ דערציילונג. יעדער צו­קוקער דאַרף שאַפֿן זײַן אייגענעם סיפּור־המעשׂה. פֿאַר גע­וויינט­לעכע סקולפּטורן וואָלט דאָס אַוודאי נישט געפּאַסט, אָבער אָפֿט זעט מען אין די ווערק שטיקלעך פֿון טעקסטן, אָדער צעריסענע רעקלאַמעס און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זשורנאַלן, און די פֿאַנטאַזיע וועבט צו­נויף נאַטירלעך אַ מעשׂה פֿון די שטיקלעך אינפֿאָרמאַציע.

למשל אין די סקולפּטורן פֿון דזשאָן באָק, האָט דער קינסטלער גענומען פּלאַס­טישע פֿלעשלעך, צײַטונג־אויסשניטן, אייער־שאָלעכץ און שטריק, און מע האָט דעם אײַנדרוק, אַז ער האָט זיי גיך געשאַפֿן. דאַרף מען מאַכן פֿון די קאָלאַזשן אַ טײַטש אָדער האָבן אַ רעאַקציע. ווערט מען אַמאָל פֿרוסטרירט בײַ געוויסע סקולפּטורן, און בײַ אַנדערע, קען מען זיך פֿאַרטיפֿן — איבער­לייענען די אויסשניטן, באַטראַכטן, צו וואָס איז די סקולפּטור ענלעך.

שיניק סמיט, "דער באַלן: וואַריאַנט 0011", 2005
שיניק סמיט, "דער באַלן: וואַריאַנט 0011", 2005

אין די קונסטווערק זעט מען די השפּעה פֿונעם קינסטלער דושאַמפּ און פֿון די רוסישע קאָנס­טרוקטיוויסטן, און מע קען זיך באַקלאָגן, אַז קיין חידושים זעט מען דאָ נישט. פֿון דעסטוועגן, האָבן די קוראַטאָרן גע­וואָלט, אין דער ערש­טער אויסשטעלונג, אָנ­הייבן מיט אַן אַנטי־"מאה־דעה"־אָנזאָג, אַפֿילו ווען אַזאַ אָנזאָג האָט שוין הינטער זיך אַן אַלטע טראַדיציע.

מע דאַרף אויך באַמערקן, אַז דער אַדרעס פֿונעם מוזיי וועט צוציִען אַ יונגן עולם, און די סבֿיבֿה אינעם מוזיי אין די ערשטע טעג נאָך דער עפֿענונג איז געווען אַ פֿריילעכע און לעבעדיקע. צום טייל, האָט דאָס גורם געווען די קאָלירפֿולע קונסט, און צום טייל דאָס אַנטי־אַלטע גוואַרדיע־געפֿיל.

דער אַדערס פֿונעם "נײַעם מוזיי פֿאַר הײַנטצײַטיקער קונסט" איז 235 באַוערי אין מאַנהעטן.