פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון "יד-ושם" האָט מען געשיקט אַ פֿאַרבעטונג אין אוקראַיִנע. מע רופֿט קאָמפּעטענטע אוקראַיִנישע היסטאָרי­קער, זיי זאָלן קומען קיין ירושלים און זיך באַקענען דאָרטן מיט די אַרכיוו-מאַטעריאַלן מכּוח דער מערדערי­שער טעטיקייט פֿונעם גענעראַל ראָמאַן שוכעוויטש-טשו­פּרינקאַ — ער האָט אין די 1940ער יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער אַזוי-גערופֿענער אוקראַיִנישער אויפֿשטאַנד-אַרמיי.

איניציִיִרט האָט די דאָזיקע פֿאַרבעטונג יוסף (טומי) לפּיד, וואָס איז ווי אַ קינד ניצול געוואָרן בשעתן חורבן און איז איצט איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון "יד-ושם". אין ישׂראל האָט וועגן לפּידן געהערט יעדער איינער, לכל-הפּחות צוליב זײַן פּראָמינענטער ראָלע ווי דער פֿירער פֿון דער סעקולערער פּאַרטיי "שינוי". פֿאַר די אוקראַיִנער איז עס בדרך-כּלל לחלוטין אַ נײַער נאָמען, אָבער זינט נאָוועמבער דערמאָנט מען אים גאַנץ אָפֿט אין דער מעדיאַ פֿון דער דאָזיקער סלאַווישער מדינה.

די זאַך איז, אַז ניט לאַנג צוריק, טאַקע אין נאָ­וועמבער, בשעת דעם אָפֿיציעלן באַזוך אין ישׂראל פֿונעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ, האָט לפּיד פּאָלעמיזירט מיטן גאַסט וועגן שוכעוויטשן. פֿאַר יושטשענקאָ איז עס געווען אַ דעליקאַטע טעמע, ווײַל אין אָקטאָבער האָט ער געהאַט אָפּגעמערקט שוכעוויטשעס 100־יאָריקן יוביליי מיט באַלוינען אים (נאָכן טויט, פֿאַרשטייט זיך) מיטן הויכן טיטל "דער העלד פֿון אוקראַיִנע". אָבער לפּיד האָט דערמאָנט דעם פּרעזידענט, אַז זײַן העלד איז אין יאָר 1941 געשטאַנען בראָש פֿונעם בלוטיקן פּאָגראָם אין לעמבערג, ווען עס זײַנען דערהרגעט געוואָרן פֿיר טויזנט ייִדן. יושטשענקאָ האָט זיך געמאַכט כּלא-ידע און געענטפֿערט לפּידן, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע באַווײַזן וועגן שוכעוויטשעס פֿאַרברעכנס זײַנען ניטאָ.

לפּיד טענהט, אָבער, אַז אין "יד-ושם" זײַנען יאָ פֿאַראַן אַזעלכע באַווײַזן. אין דעם אַרכיוו געפֿינען זיך דאָקומענטן, וואָס שטאַמען פֿון סאָוועטישע און דײַטשישע קוואַלן און ווײַזן אויף דער אַקטיווער ראָלע, וועלכע עס האָט געשפּילט אין לעמבערג דער באַטאַליאָן Nachtigall SS. דער "האַופּטשטורמפֿיורער" שוכעוויטש איז דעמאָלט גע­ווען דער קאָמאַנדיר פֿון דעם דאָזיקן באַטאַליאָן.

מחנות אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָט מען פֿאָרמירט אין יענער צײַט אין מערבֿ-אוקראַיִנע. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך געשלאָגן סײַ מיט די דײַטשן סײַ מיט די סאָוועטישע. אין משך פֿון עטלעכע יאָר נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן זיי געפֿירט אַ פּאַרטיזאַנישע מלחמה קעגן דער רויטער אַרמיי. אין מיזרח-אוקראַיִנע האַלט מען די אוקראַיִנישע "עס-עס"-לײַט פֿאַר מלחמה-פֿאַרברעכער. אַזאַ אָפּשאַצונג דאָמינירט אויך צווישן ייִדן.

אוקראַיִנע איז אידעאָלאָגיש צעטיילט אויף מיזרח, וווּ די קולטור און די מסורה זײַנען זייער נאָענט צו רוסלאַנד, און אויף מערבֿ, וואָס איז געוואָרן אַ טייל פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין 1939 און וווּ דער אוקראַינישער נאַציאָנאַליזם איז תּמיד געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן שטאַר­קער איידער אין מיזרח. אין מערבֿ קוקט מען אויף די אוקראַיִנישע "עס-עס"-לײַט ווי אויף העלדישע קעמפֿער פֿאַר אומאָפּהענגיקייט. דאָס הייסט, אַז מע באַציט זיך צו זיי אַזוי ווי מע טוט עס אין ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד לגבי זייערע "עס-עס"-לײַט. אָפֿט מאָל זײַנען די מענטשן געטרײַ די נאַציאָנאַליסטן ניט נאָר צוליב ריין אידעאָלאָגישע טעמים. די רייד גייט אויך וועגן משפּחה-ענינים —אין אַ סך פֿאַלן זײַנען צווישן די קרובֿים פֿונעם עלטערן דור געווען אויך אַזעלכע זעלנער-נאַציאָנאַליסטן. אין מיזרח איז פּונקט פֿאַרקערט: די טאַטעס און די זיידעס זײַנען געווען בדרך-כּלל אין דער רויטער אַרמיי.

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אויף אַ רגע, אַז אַמעריקע ווערט פּלוצעם צעטיילט אויף צוויי מינים שטאַטן. אין אייניקע פֿון זיי טראָגן די צענטראַלע גאַסן דעם נאָמען פֿון מאַרטין לוטער קינג, און אין די אַנדערע רופֿט מען אָן די גאַסן מיט די נעמען פֿון די "העלדן" פֿון די "קלו-קלאָקס-קלאַן." ס׳איז, גאָט צו דאַנקען, אַ בילד פֿון אַ ווילדער פֿאַנטאַסטישער דערציילונג. אָבער עפּעס אַזוינס זעט מען הײַנט אין אוקראַיִנע. גאַסן אין די מיזרח-אוק­ראַיִנישע שטעט הייסן נאָך אַלץ אַזוי, ווי מע האָט זיי אָנגערופֿן אין די סאָוועטישע צײַטן. אין מערבֿ-אוקראַיִנע האָט מען עס אַלץ אַראָפּגענומען און מע רופֿט אָן די גאַסן מיט גאָר אַנדערע נעמען, צו אייניקע פֿון זיי — אַזעלכע ווי סימאָן פּעטלוראַ — גיט מען בײַ אונדז, ייִדן, צו "ימח-שמו-וזכרו".

דער שוכעוויטש-ענין האָט נאָך מער צעטיילט אוקראַיִ­נע. פּאָליטיקער פֿון מיזרח-אוקראַיִנע, ווי אויך דער עולם אין יענע מקומות, האַלטן, אַז ס׳איז ממש אַ לעסטערונג צו מאַכן פֿאַר אַ העלד אַן אָפֿיציר פֿון "עס-עס". צו ווײַזן די באַציִונג צו אַזעלכע "העלדן", האָט מען אין דער לוגאַנסקער געגנט באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון דער אוקראַיִנישער אויפֿשטאַנד-אַרמיי. דער געגנט-ראַט אין כאַרקאָוו האָט סוף נאָוועמבער אָנגענומען אַן ענלעכן באַשלוס, וואָס דעפֿינירט די אוקראַיִ­נישע אויפֿשטאַנד-אַרמיי ווי אַ טייל פֿון דער נאַציסטישער קאָאַליציע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה.

אינטערעסאַנט, מיט וואָס וועט זיך פֿאַרענדיקן די גאַנצע מעשׂה מיט דער פֿאַרבעטונג מצד "יד-ושם". צי וועלן זיך טאַקע געפֿינען אין קיִעוו אָפֿיציעלע היסטאָריקער, וועלכע וועלן זיך ניט שטרעקן אַ קוק טאָן אויף דער געשיכטע פֿון אַן אַנדער, ניט קיין אַפּאָלאָגעטיש-נאַציאָנאַליסטישער זײַט?