ליטעראַטור, געשיכטע
Yehoshue Perle. Everyday Jews: Scenes from a Vanished Life. Edited by David G. Roskies, translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birstein. New Haven:
Yale University Press, 2007.
Yehoshue Perle. Everyday Jews: Scenes from a Vanished Life. Edited by David G. Roskies, translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birstein. New Haven: Yale University Press, 2007.

די ענגלישע אויסגאַבע פֿונעם בעסטן ראָמאַן פֿון איינעם פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּוילישע ייִדישע מחברים יהושע פּערלע (1888—1943), "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", איז ממשיך די ביכער־סעריע "נײַע ייִדישע ליטעראַטור", וואָס איר ציל איז צו באַ­קענען דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין 1938 האָט דער דאָזיקער ראָמאַן, אין איינעם מיט צוויי אַנדערע ביכער, אַהרן צייטלינס "ברענענדיקע ערד" און לייב ראַשקינס "מענטשן פֿון גאָדלעבאָזשיץ", באַקומען די פּרץ־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם וואַרשעווער ייִ דישן פּען־קלוב. אין אַ רעדע האָט י. י. טרונק ספּעציעל באַטאָנט צוויי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער פּרעמיע. ערשטנס, זײַנען די דאָזיקע דרײַ ווערק געווען אַ "גוטער סימן וואָס אין אונדזער קולטור־שאַפֿן הערשט נישט קיין ייִאוש און אָפּהענגיקייט" אין דער צײַט, "ווען אַרום די ייִדישע מאַסן זענען אָפֿן אַלע פֿינצטערע תהומות."

דער צווייטער אַספּעקט האָט צו טאָן מיט דער עפֿנטלעכער ראָלע פֿונעם קינסט­לער׃ "דאָס אחריות־געפֿיל פֿונעם קינסט­לער פֿאַר זײַן טאַט, די אויסבליקן זײַנע צו דער וועלט, די אומגעשטילטע בענק­שאַפֿטן פֿונעם קינסטלער צום רום און אומ­שטערבלעכקייט." די איבערזעצונג פֿון "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" אויף ענגליש ברענגט אַ ביסל נענטער צום "רום און אומ­שטערבלעכקייט" ניט נאָר יהושע פּערלע, אָבער אויך די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור, אַנטפּלעקנדיק פֿאַרן הײַנטיקן לייענער נײַע זײַטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

די פּראָבלעם פֿון איבערזעצן פֿון ייִדיש איז קאָמפּליצירטער צוליבן געפֿינען פּאַסיקע שפּראַכלעכע עקוויוואַלענטן. מע דאַרף רעקאָנסטרויִרן דעם ברייטערן קול­טורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט און אויפֿ­שטעלן די פּסיכאָלאָגישע אַטמאָספֿער פֿון דער תּקופֿה. די דאָזיקע אויפֿגאַבע האָט אויף זיך גענומען דוד ראָסקעס אין זײַן הקדמה. ראָסקעס שטעלט פּערלע פֿאָר ווי אַ דראַמאַטישע פּערזענלעכקייט, וועל­כע האָט געלעבט אין דער טראַגישער תּקופֿה. פּערלעס לעבן ווערט געמאָלט ווי אַ טראַגישע געשיכטע אין דרײַ אַקטן׃ ערשטנס, זײַן קינדהייט און יוגנט אין ראַדאָם; אַ דערפֿאַרונג, וואָס האָט אים גע­געבן שטאָף פֿאַר זײַנע ווערק. צווייטנס, זײַן טאָפּלטע קאַריערע פֿון אַ שרײַבער און אַ בוכהאַלטער אין וואַרשע, וווּ ער האָט איבערגעלעבט דעם זעלבסטמאָרד פֿון זײַן באַליבטער פֿרוי שׂרה; און דריטנס, די לעצטע יאָרן זײַנע אין דער צײַט פֿון דער מלחמה און דעם חורבן, וועלכע פּערלע האָט פֿאַרבראַכט, בײַם אָנהייב, אינעם סאָוועטישן לעמבערג און דערנאָך אין דעם וואַרשעווער געטאָ.

יהושוע פּערלע איז געווען אַ קאָמ­פּליצירטע פּערזענלעכקייט, און זײַן לי­טעראַרישע שאַפֿונג האָט באַקומען סתּירות­דיקע אָפּשאַצונגען. מען האָט אים קריטיקירט פֿאַר זײַנע "שונד"־ראָמאַנען, וועלכע זײַנען דערשינען אַנאָנים אונטער "דרײַ שטערנדעלעך" אין דער וואַרשעווער צײַטונג "מאָמענט" אין משך פֿון די 20ער און 30ער יאָרן׃ "באַרג אַראָפּ", "ייִדיש בלוט", "אויף זיבן שלעסער", "גאָלד און ברויט". אינעם ביאָגראַפֿישן אַרטיקל פֿונעם ליטעראַרישן לעקסיקאָן, וואָס איז אַרויס מיט זעקס יאָר פֿריִער פֿון "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", האָט זלמן רייזען כאַראַק­טע­ריזירט פּערלע ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער "מאָדערנער ריכטונג פֿון דעם ייִדישן נעאָנאַטוראַליזם", וואָס האָט זײַנע וואָרצ­לען אין דער שאַפֿונג פֿון שלום אַש און י. מ. ווײַסנבערג. ער האָט ווײַטער באַ­מערקט׃ "אַ גרויס אָרט פֿאַרנעמט אין פּערלעס שאַפֿן דער עראָטישער עלע­מענט". רייזען האָט כאַראַקטעריזירט פּערלע ווי אַ "גוטן קענער פֿון דער ייִדיש־פּוילישער פֿרוי, דער פֿאָלקסטימלעכער, דער בירגערלעכער, דער אַסימילירטער". אָבער פּערלע איז ניט געווען צו פֿיל פּאָפּולער צווישן די ליטוואַקעס, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן בײַ די "ערנסטע", רוסישע באַגריפֿן פֿון דער ליטעראַטור׃ אין 1935, ווען פּערלע איז אַרויס צו לייענען זײַנע ווערק פֿאַרן עולם אין "ייִוואָ", האָט מען אים אַרונטערגעטריבן פֿון דער בינע, ווי אַ "פּאָרנאָגראַפֿישן שרײַבער", ווי עס דערציילט דוד ראָסקעס.

פּערלעס ציל אין לעבן איז געווען "צוויי פֿופֿציקער"׃ ער איז געווען אויסן אָפּ­צושפּאָרן אויף זײַן באַנק־קאָנטאָ פֿופֿ­ציק טויזנט גילדן צו דעם עלטער פֿון פֿופֿציק יאָר. סוף דרײַסיקער יאָרן, ווען ער איז געווען שוין קרובֿ צו פֿופֿציק, איז ער סוף־כּל־סוף אָנערקענט געוואָרן ווי אַ בכּבֿודיקער ייִדישער ליטעראַט און באַקומען עטלעכע פּרעמיעס. אָבער די מלחמה האָט צו נישט געמאַכט זײַן חלום וועגן רויִקע עלטערע יאָרן. פּערלע איז ניט פֿאַרבליבן פּאַסיוו בעת דעם לעצטן טראַגישן פּעריאָד פֿון זײַן לעבן. ער איז אַרײַן אין דער געשיכטע מיט זײַנע שאַרפֿע און קריטישע אַנאַליטישע רעפּאָרטאַזשן פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן אין וואַרשעווער געטאָ.

ווי עס האָט טרעפֿלעך באַמערקט דוד ראָסקעס אין זײַן הקדמה, קאָן מען אויסטײַטשן דעם טיטל "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" אויף צוויי פֿאַרשידענע אופֿנים. דער אידיאָמאַטישער באַטײַט מיינט "סתּם ייִדן", און אַזוי האָט מען איבערגעזעצט דעם טיטל אויף העברעיִש און ענגליש. אָבער מען קאָן פֿאַרשטיין די דאָזיקע ווערטער בוכשטעבלעך, ווי אַן עטנאָגראַפֿישע באַ­שרײַבונג פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־ציקל יאָר־אײַן יאָר־אויס. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן אַנטוויקלט אַ קנויל פֿון קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן נאָענטע און ווײַטע קרובֿים, באַקאַנטע, שכנים אַרום דעם ייִנגל מענדל, דעם אויטאָביאָגראַפֿישן העלד, וועלכער וווינט אין אַ פּוילישער פּראָווינץ־שטאָט אונטער דער רוסישער שליטה פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. הגם די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם אויטאָביאָגראַפֿישן זשאַנער, האָט פּערלע אויסגעקליבן פֿאַר זײַן שרײַבן אַ רוסישן מוסטער, די אויטאָביאָגראַפֿישע טרילאָגיע פֿון דעם רוסישן שרײַבער מאַקסים גאָרקי. ביז איצט בלײַבט גאָרקיס השפּעה אויף דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט. צווישן אַנדערע בײַשפּילן קאָן מען דעמאָנען "ברידער אַשכּנזי" פֿון י. יִ זינגער און די אויטאָביאָגראַפֿיע פֿון יונה ראָזענפֿעלד. די פּובליקאַציע פֿון פּערלעס ראָמאַן איז אַ וויכטיקע געשעעניש אין דער ייִדישער קולטור, וואָס דאַרף געבן אַ שטויס פֿאַר ווײַטערע פּובליקאַציעס פֿון יענער תּקופֿה — אפֿשר וועט מען דערלעבן צו ענגלישע אויסגאַבעס פֿון די ראָמאַנען פֿון עוזר וואַרשאַווסקי, אַלטער קאַציזנע, מיכל בורשטין און אַנדערע שרײַבער פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן פּוילן.