קינאָ
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַיאָריקער ייִדישער פֿילם־פֿעס­טיוואַל, אין ירושלים, איז געווען גרויס־פֿאַרנעמיק און רײַך אין אינהאַלט. קרובֿ צו 120 לענגערע און קורצע פֿילמען אויף ייִדי­שע טעמעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן האָט מען געוויזן אויף די עקראַנען פֿון דעם 1טן ביזן 7טן דעצעמבער, אין דעם לעצטנס באַנײַטן און אויסגעברייטערטן בנין פֿון דער ירושלימער סינעמאַטעק, און אויך אין אַ צאָל אַנדערע פּלעצער אין ירושלים.

די לעצטע דרײַ טעג פֿון דעם פֿעסטיוואַל זענען פֿאָרגעקומען בימי חנוכּה, וואָס האָט פֿיל צוגעגעבן צו דער יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער און פֿײַערלעכקייט אין שטאָט. טויזנטער אָנטיילנעמער פֿון ירושלים און פֿונעם גאַנצן לאַנד, האָבן אָן אויפֿהער גע­שטראָמט צו דעם פֿעסטיוואַל, צו זען די זעלטענע, אינטערעסאַנטע פֿילמען.

דער מאָדערנער בנין פֿון ירושלימער סינעמאַטעק געפֿינט זיך אויף דעם הויכן ראַנד, איבער דעם היסטאָרישן טייל וואָס רופֿט זיך גיא בן־הנום, אַנטקעגנאיבער דעם הר־ציון, ניט ווײַט פֿון דעם שער־ציון און שער־יפֿו און די אַלטערטימלעכע מויערן וואָס רינגלען אַרום די עיר־העתּיקה, די אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

איך בין זיך מודה, אַז יעדעס מאָל, מעג עס זײַן בשעת אַ געוויינטלעכן, וואָכע­דיקן באַזוך, ווען איך געפֿין זיך אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, כאַפּט מיך אַרום אַ געפֿיל פֿון אימה און ציטער, געמישט מיט יראת־הכּבֿוד און באַהעפֿטונג מיט די היסטאָרישע געשע­ענישן, וואָס זענען דאָרטן פֿאָרגעקומען אין לויף פֿון דער גאָר ווײַטער, און אויך נאָענ­טער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק, און אונדזער מדינה אין אונדזערע צײַטן...

אין איר באַגריסונג צו דער דערעפֿענונג פֿון דעם פֿעסטיוואַל, האָט ליִאַ וואַן־ליר, די גרינדערין און לאַנג־יאָריקע לײַטערין פֿון דער ירושלימער סינעמאַטעק, באַטאָנט, אַז דער פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר אין די חנוכּה־טעג, דריקט אויס דעם אומבאַזיגלעכן כּוח וואָס האָט דערמעגלעכט אונדזער פֿאָלק איבערצולעבן אונדזערע שׂונאים פֿון אַלע דורות.

"דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן פֿילם," האָט זי געזאָגט, "פֿײַערט דאָס אַלץ וואָס פֿאַרבינדט אונדזערע אַלעמענס וואָרצלען מיט די היסטאָרישע געשעענישן, טראַדי­ציעס און אונדזערע שותּפֿותדיקע דערפֿאַ­רונגען."

ענלעכע באַגריסונגען וואָס ס'האָבן צוגעשיקט דער מיניסטער פֿון וויסנשאַפֿט, קולטור און ספּאָרט כאַלעב מאַדזשאַדלאַ און אורי לופּוליאַנסקי, דער בירגערמײַסטער פֿון ירושלים, זענען דערשינען אין דעם אילוסטרירטן און פּרטימדיקן קאַטאַלאָג פֿון דעם פֿעסטיוואַל.

* * *

בעת דער דערעפֿענונג האָט דער באַ­קאַנ­טער האָליוווּדער פֿילם־רעזשיסאָר פּאָול מאַזורסקי באַקומען פֿון דער לייטונג פֿון פֿעסטיוואַל דעם פּרײַז פֿאַר זײַנע דערגריי­כונגען אין זײַן לאַנגער קאַריערע אין וועל­כער ער האָט געשאַפֿן אַ גרויסע צאָל פֿיל­מען, וואָס האָבן אים געמאַכט וועלט־באַרימט.

ער איז געקומען צו גאַסט צו דעם פֿעסטיוואַל און מיטגעבראַכט מיט זיך איינעם פֿון זײַנע לעצטע פֿילמען וואָס ער האָט פּראָדוצירט, ווען ער האָט באַזוכט אומאַן (אוקראַיִנע) אין די טעג פֿון ראָש־השנה און איז בײַגעווען דאָס יערלעכע עולה־רגל זײַן פֿון איבער 25 טויזנט ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט צו דעם קבֿר פֿון ר' נחמן פֿון בראַסלעוו.

אין אַ שמועס מיט אַ צײַטונג־קאָרעס­פּאָנדענט האָט ער אויסגעדריקט זײַן שטוי­נונג און באַגײַסטערונג, זעענדיק ווי די דאָ­זיקע ייִדן פֿון ישׂראל, אַמעריקע און פֿון אַנדערע לענדער, האָבן אין שווערע לאָקאַ­לע באַדינגונגען מיט עקסטאַז און לײַדנ­שאַפֿט דערפֿילט ממש אַ גײַסטיק־מיסטישע איבערלעבונג, מיט תּפֿילות, געזאַנגען און טענץ.

ער האָט ניט געקענט גלייבן אין דעם, וואָס ער האָט דאָרטן געזען און געהערט. ער איז געווען דאַנקבאַר זײַן ייִדישן אויגן־דאָקטער אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס האָט אים אײַנגערעדט און דערמוטיקט צו פֿאָרן קיין אומאַן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער רירנדיקער רײַזע, האָט ער רעזשיסירט און פּראָדוצירט דעם פֿילם מיטן נאָמען: "Yippie: A Journey To Jewish Joy" (אַ רײַזע צו ייִדישער פֿרייד).

פּאָול מאַזורסקי האָט אויך דערציילט, אַז כאָטש ער איז ניט קיין רעליגיעזער ייִד, האָט ער געפֿילט, אָבער, אין עלטער פֿון 75 יאָר, דעם באַגער צו באַערן דעם אָנדענק פֿון זײַן זיידן, וועלכער איז אין 1905 געקומען פֿון קיִעוו קיין אַמעריקע. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1930 אין ברוקלין, וווּ ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדישער געגנט.

אין זײַנע קינדער־יאָרן פֿלעגט ער מיט זײַנע חבֿרים אָפּלאַכן פֿון די חסידים מיט זייער "משונהדיקער קליידונג". אָבער אין זײַן יוגנט האָט ער שוין געקוקט אויף זיי מיט מער סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש.

קיין אומאַן איז ער געפֿאָרן "צו זוכן זײַנע ייִדישע וואָרצלען, וואָס זענען פֿאַר­בונדן מיט זײַן זיידן און מיטן לעבנס־שטייגער, אין וועלכן ער האָט געלעבט אין קיִעוו.

* * *

די דערעפֿענונג פֿון פֿעסטיוואַל איז געווען אַן אימפּאָזאַנטע און פֿײַערלעכע. נאָך די אָפֿיציעלע באַגריסונגען איז מיט אַ קראַנץ ישׂראל־לידער אויפֿגעטראָטן דער באַוווּסטער צדיקאָוו־כאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ. עס איז געוויזן געוואָרן אַ הערלעכער דאָקו­מענטאַלער פֿילם "עץ או פּאַלעסטײַן", צונויפֿגעשטעלט פֿון די היסטאָרישע פֿילם־רעפּאָרטאַזשן, וואָס דער "פֿאָנענטרעגער פֿון דעם העברעיִשן פֿילם" נתן אַקסעלראָד האָט פֿאָטאָגראַפֿירט, אָנהייבנדיק פֿון די ערשטע יאָרן פֿון דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל, ביז נאָך דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה.

פֿאַר די אויגן פֿון די צושויער זענען פֿאַרבײַגעלאָפֿן בילדער וואָס האָבן אָפּגע­שפּיגלט די פֿאַרשיידענע עטאַפּן פֿון דעם געראַנגל פֿון די ערשטע חלוצים אין לאַנד קעגן די קאָלאָסאַלע שוועריקייטן, וואָס זיי האָבן געמוזט בײַקומען צו פֿאַרזיכערן זייער קיום, סײַ מצד די אַראַבער, סײַ פֿון דער ענגלישער קאָלאָניאַלער מאַכט, און סײַ די שווערע עקאָנאָמישע לאַגע וואָס האָט געהערשט אין לאַנד. מען האָט געזען דעם אויפֿקום פֿון ייִדישע ייִשובֿים איבערן לאַנד, די ערשטע יאָרן פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און די באַקאַנטע פּנימער פֿון די פֿירער פֿון ייִשובֿ, ווי חיים ווייצמאַן, יצחק בן־צבֿי, דוד בן־גוריון, און די צענדליקער אַנדערע באַוווּס­טע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן בײַגע­טראָגן צו דעם אויפֿבוי און אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.

* * *

צווישן די פֿילמען וואָס איך האָב באַ­וויזן צו זען, וויל איך באַזונדערס דערמאָנען אייניקע פֿון זיי, וואָס האָבן מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט און גערירט: "הזקן והילד" (דער אַלטער מאַן און דאָס ייִנגל), פּראָדו­צירט אין 1966 אין פֿראַנקרײַך, וואָס די פֿראַנצויזישע אַמבאַסאַדע האָט לעצטנס געגעבן ווי אַ מתּנה דעם אַרכיוו פֿון ירושלימער סינעמאַטעק. קלאָד בערי האָט רעזשיסירט דעם פֿילם.

עס ווערן דאָרט געשילדערט די איבערלעבונגען פֿון אַ קליין ייִדיש ייִנגל, וועלכן זײַנע עלטערן אין פּאַריז שיקן אַוועק אין אַ ווײַטן דאָרף, אין דרום פֿון פֿראַנקרײַך, אונטער אַ פֿאַלשן קריסטלעכן נאָמען, כּדי ער זאָל זיך ראַטעווען פֿון די דײַטשישע מערדער, וועלכע האָבן געהערשט אין צפֿון־פֿראַנקרײַך. זײַנע קינדערישע פֿעיִקייטן, אויסצובאַ­האַלטן זײַן ייִדישע אָפּשטאַמונג פֿון די דאָרפֿישע פֿראַנצויזישע שקצים, וועלכע האָבן אים באַצייכנט ווי אַ "פֿרעמדער" (ער באָדט זיך ניט מיט זיי צוזאַמען, אויך אין שטוב וויל ער ניט מען זאָל אים זען אַ נאַקעטן — זענען אומפֿאַרגעסלעכע סצע­נעס...).

דער אַלטער מאַן אין שטוב, ווייסט אויך ניט, אַז דאָס ייִנגל שטאַמט פֿון ייִדן. עס אַנטוויקלט זיך צווישן ביידע אַ וואַרעמע, פֿאָטערלעכע פֿרײַנדשאַפֿט. ער באַשיצט אים פֿון אַלע געפֿאַרן ביז דער באַפֿרײַונג, ווען דאָס ייִנגל פֿאָרט צוריק קיין פּאַריז צו זײַנע לעבן־געבליבענע טאַטע־מאַמע.

דער דאָזיקער פֿילם מיט זײַנע טראַגי­שע און אָפֿט־קאָמישע סצענעס, און די אויסגעצייכנטע אויספֿירונג פֿון די אַרטיסטן, האָט ממש גערירט אַלעמען ביז טרערן.

"לשׂחות באושוויץ" (שווימען אין אויש­וויץ) — פֿון דעם "פּאַרעווען" טיטל פֿון דעם דאָזיקן אַמעריקאַנער פֿילם, פּראָ­דוצירט אין 2006, קען מען מיינען, אַז עס האַנדלט זיך אין אַ לײַכטן עפּיזאָד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו.

עס איז אַ פֿילם, וואָס שפּיגלט אָפּ אין רעטראָספּעקט די פּײַן און לייד פֿון זעקס פֿרויען, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַלע גרוילן פֿון גיהנום אין דעם דאָזיקן שוידער­לעכן קאָנצענטראַציע־לאַגער.

זיי זיצן איצט פֿאַר דער פֿילם־קאַמערע אויסגעפּוצט און שיין געקליידט אין אַ שיין־מעבלירטער דירה אין לאָס־אַנדזשעלעס און טיילן זיך מיט זייערע איבערלעבונגען אין לאַגער. אָפֿט מאָל מיט אַ לײַכט שמייכל אויף זייערע פּנימער, ווי אַזוי זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון אַ זיכערן טויט.

די דאָזיקע זעקס ייִדישע פֿרויען, אָפּ­שטאַמיקע פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און פֿאַרשיידענע ייִדישע היימען, רעליגיעזע, סעקולערע, פֿון מיטלשטאַנד־משפּחות, אָרעמע און רײַכע, צוויי פֿון טשעכיע, צוויי פֿון פּוילן, איינע פֿון אונגאַרן און איינע פֿון דײַטשלאַנד.

יעדע איינע פֿון זיי האָט איר דערציילונג וועגן אירע אייגענע טראַוומאַטישע איבער­לעבונגען. גלײַכצײַטיק זעט מען אויף דעם עקראַן אויטענטישע פֿילם־פֿראַגמענטן וואָס אילוסטרירן דאָס אַלץ וואָס די פֿרויען דערציילן.

דרך־אַגבֿ: איינע פֿון די דאָזיקע זעקס פֿרויען איז לילקי מײַזנער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, וועלכע איז גוט באַקאַנט אין אונדזער ייִדיש־וועלט. זי איז די טאָכטער פֿון סערגיי נוטקעוויטש, איינעם פֿון די פֿירנדיקע פּערזענלעכקייטן אין פֿאַר־מלחמהדיקן "בונד" אין לאָדזש. זי איז אַ מיטרעדאַקטאָרין פֿון דעם זשורנאַל "חשבון", וואָס דערשײַנט אין לאָס־אַנ­דזשעלעס, אַן אָנפֿירערין פֿונעם "ייִדישן קולטור־קלוב", אַ ייִדיש־לערערין. אירע זכרונות דרוקן זיך זייער אָפֿט אין דעם זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן", וואָס דערשײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ.

* * *

און אַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ: איך האָב אויך געזען אַ פּרעמיערע פֿון דעם פֿילם "רעפֿיוזניק," וואָס שילדערט דעם העלדישן געראַנגל פֿון די סאָוועטישע ייִדן צו באַקומען די דעלויבעניש אַרויסצופֿאָרן פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט 40 יאָר צוריק.

דער דאָזיקער פֿילם איז געמאַכט גע­וואָרן פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער פֿילם־רעזשיסאָרין ליאורה ביאַליס. זי האָט דער­ציילט פֿאַר דעם גרויסן עולם אין דעם איבערפֿולטן זאַל (די מערסטע פֿון זיי, נײַע און אַלטע עולים פֿון רוסלאַנד), אַז עס האָט איר גענומען גאַנצע 5 יאָר צו מאַכן דעם דאָזיקן פֿילם.

זי אינטערוויויִרט הונדערטער מענטשן, וואָס זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער באַוועגונג, וועלכע לעבן איצט אין ישראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער.

אַ גרויסע צאָל פֿון זיי זענען געקומען צו זען דעם דאָזיקן פֿילם. אַלטע קאַמפֿס־חבֿרים האָבן זיך געטראָפֿן נאָך אַזוי פֿיל יאָרן, מען האָט זיך געהאַלדזט און געקושטן ווי עס פֿירט זיך אין רוסלאַנד.

צווישן זיי זענען געווען נתן שטשאַ­ראַנסקי מיט זײַן פֿרוי אַבֿיטל, כּנסת־דע­פּוטאַט יולי עדעלשטיין, ד"ר ליפֿשיץ מיט זײַן פֿרוי, זאבֿ יאַראָסלאַווסקי, אָנפֿירער פֿון דער סטודענטן־באַוועגונג פֿון אַמאָליקע יאָרן א"נ "Let My People Go!", און אַ צאָל אַנדערע רעפֿיוזניקעס פֿון גרעסערן און קלענערן קאַליבער.

דער דאָזיקער פֿילם איז געווען שטאַרק רירנדיק פֿאַר די אַלע, וועלכע האָבן געהאַט אַ חלק און זיך באַטייליקט אין דער דאָזי­קער היסטאָרישע עפּאָפּעע, וואָס האָט דער­מעגלעכט פֿאַר אַ מיליאָן און אַ האַלבן ייִדן פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אָנצוקומען קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער אין דער פֿרײַער וועלט.