|
שמעון וואַראָנקער, דער דירעקטאָר פֿון דער דרום־בראָנקסער מלוכה־שול 22, בעת אַ פּעדאַגאָגישן סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער Cahn Fellows Program, דעם 18טן אָקטאָבער 2007 |
Photo credit: Peter Neaman |
קלאַרק קענט, דער פֿיקטיווער פּאַרשוין פֿון די "סופּערמאַן"־קאָמיקס און פֿילמען, פֿירט אַ טאָפּלט לעבן. ווי אַ רעפּאָרטער אין אַ צײַטונג־ביוראָ, טראָגט ער אַן אָנצוג מיט ברילן, און זעט אויס ווי אַלע אַנדערע אָנגעשטעלטע. אָבער באַלד ווי ער דערוויסט זיך פֿון אַן ערנסטער סכּנה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, טוישט ער זײַן אָנצוג אויף אַ העלדישן בלאָען קאָסטיום מיט אַ רויטער פּעלערינע, פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ סופּערמאַן און פֿליט צו ראַטעווען די אומבאַהאָלפֿענע.
ווען קלאַרק קענט וואָלט געווען אַ פֿרומער ייִד, וואָלט ער אפֿשר אויסגעזען ווי שמעון וואַראָנקער: אַ לובאַוויטשער חסיד, וועלכער וווינט אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, מיט זײַן פֿרוי און זעקס קינדער, אָבער יעדן טאָג פֿאָרט ער מיט דער אונטערבאַן צו אַ שטאַרק אָרעמער שפּאַניש און שוואַרצער געגנט אין דרום־בראָנקס, וווּ ער פֿירט אָן מיט דער מלוכישער אונטערמיטלשול #22. אין פֿאַרגלײַך מיט קלאַרק קענט, טוישט וואַראָנקער אָבער נישט זײַנע מלבושים; ער פּאַטראָלירט די קאָרידאָרן, און פֿירט אָן מיט די זיצונגען, טראָגנדיק, ווי תּמיד, אַ יאַרמלקע און ציצית.
איידער וואַראָנקער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע פֿון שול־דירעקטאָר אין 2005, האָט קיינער נישט געהאַט קיין גרויסע האָפֿענונג פֿאַר דער שול, וואָס האָט שוין געהאַט געביטן זעקס דירעקטאָרן אין משך פֿון צוויי יאָר. "דער ראַיאָן האָט די גרעסטע צאָל אָרעמע משפּחות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און בײַ ס׳רובֿ פֿון זיי — איז קיין טאַטע נישטאָ," האָט וואַראָנקער דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". לויט איין שאַצונג האָט די שול פֿיגורירט ווי איינע פֿון די 12 געפֿערלעכסטע שולן אין ניו־יאָרק. אַ סך פֿון די תּלמידים האָבן געהערט צו די ברוטאַלע באַנדעס, ווי די Bloods און Crips — צוויי טרויעריק באַרימטע יוגנט־"גענגס", וואָס שטאַמען פֿון די שפּאַניש־רעדנדיקע גאַסן פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. די מיטגלידער פֿון די באַנדעס, סײַ ייִנגלעך, סײַ מיידלעך, האָבן רעגלמעסיק געשלאָגן אומשולדיקע יונגע־לײַט ווײַל זיי האָבן, למשל, נישט געטראָגן די "ריכטיקע" קאָלירן — דאָס הייסט, די אָפֿיציעלע קאָלירן פֿון דער באַנדע. די אַנדערע תּלמידים האָבן אײַנגענומען נאַרקאָטיק אָדער געטרונקען משקה אין די וואַשצימערן. אין די קלאַסן, וווּ עס זענען געווען רעגיסטרירט 30 תּלמידים, זענען אָפֿט מאָל געזעסן בלויז פֿינעף. "די תּלמידים האָבן ממש באַהערשט די קאָרידאָרן," האָט וואַראָנקער באַטאָנט.
הײַנט איז דער מצבֿ גאָר אַן אַנדערער. בערך 93% פֿון די 670 תּלמידים קומען אין קלאַס אַרײַן, און די צייכנס אויף די עקזאַמענס האָבן שוין אָנגעהויבן שטײַגן. אויף די ווענט אין קאָרידאָר, וואָס זענען אַמאָל געווען פֿאַרשמירט מיט גראַפֿיטי, הענגען איצט גרויסע פֿילפֿאַרביקע קאַלענדאַרן, מעלדנדיק אַלע שול־געשעענישן. וואַראָנקער האָט אַפֿילו געגרינדעט אַן אינאָוואַטיווע פֿראַנצייזיש־פּראָגראַם.
דער קאַנצלער פֿון דער ניו־יאָרקער שול־סיסטעם, דזשאָעל קלײַן, איז אויך נתפּעל געוואָרן פֿונעם בײַט אין דער שול #22. "ווען איך וואָלט געקאָנט קלאָנירן שמעון וואַראָנקער, וואָלט איך עס תּיכּף געטאָן," האָט קלײַן געזאָגט.
ווער איז דער פֿרומער ייִד, וואָס האָט געקאָנט אין גאַנצן איבערמאַכן אַן אָרעמע שול פֿון נישט־ייִדישע קינדער, ווען אַנדערע האָבן עס נישט באַוויזן, און דערבײַ אַרויסגערופֿן אַזאַ לויבגעזאַנג פֿונעם ראש פֿון דער ניו־יאָרקער שול־סיסטעם? בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט וואַראָנקער דערציילט זײַן אייגנאַרטיקע לעבן־געשיכטע.
געבוירן איז ער אין טשילע, דרום־אַמעריקע, בײַ נישט־פֿרומע עלטערן, און דערצויגן געוואָרן אין גוואַטעמאַלע, וווּ זײַן טאַטע האָט אָרגאַניזירט אַרבעטער־פֿאַראיינען, דורך דער השגחה פֿונעם "אַמעריקאַנער אינסטיטוט פֿאַר אַ פֿרײַער אַרבעטער-באַוועגונג" (AIFLD) — דער אינטערנאַציאָנאַלער צווײַג פֿון דער AFL-CIO. "די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אויך געשטיצט די פּראָגראַם — האָט וואַראָנקער דערקלערט — כּדי צו קאָנקורירן קעגן די סאָוועטן, וואָס האָבן דעמאָלט געפּרוּווט גרינדן זייערע אייגענע אַרבעטער־פֿאַראיינען אין צענטראַל־אַמעריקע."
ווען דאָס ייִנגל איז געווען עלעף יאָר אַלט, האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין ראָקוויל, מערילענד. קיין וואָרט ענגליש האָט ער נישט געקענט. מע האָט אים געמאַכט אַ בר־מיצווה אין אַן אָרטיקער קאָנסערוואַטיווער שיל, אָבער ער האָט אָנגעהויבן פֿילן, אַז ס׳פֿעלט אים אַ צוועק אין לעבן — אַ געפֿיל וואָס איז נאָך שטאַרקער געוואָרן ווען ער האָט, שפּעטער, בײַם "אוניווערסיטעט פֿון מערילענד", שטודירט דעם עקזיסטענציאַליזם פֿון זשאַן־פּאָל סאַרטר. "סאַרטר האָט געטענהט, אַז מע דאַרף געפֿינען און שאַפֿן דעם אייגענעם באַטײַט אין לעבן. מיר האָט אַזאַ פֿילאָסאָפֿיע געקלונגען פּוסט און ליידיק."
אין די אָנהייב 1990ער, נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט, האָט וואַראָנקער זיך פֿאַרשריבן אינעם אַמעריקאַנער מיליטער. זעקס חדשים לאַנג האָט ער זיך געלערנט אויף אויסשפּיר־דינסט, און ער האָט אויך גענומען קלאַסן אין דער מיליטערישער פֿלי־שול. "דערנאָך האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איך מוז זיך לערנען פּאַראַשוטירן," האָט ער דערציילט. "כ׳האָב אָבער שטאַרק מורא פֿאַר הויכע ערטער. בײַ דער ערשטער פּראָבע פֿון פּאַראַשוטירן, האָב איך שטילערהייט געזאָגט אַ תּפֿילה: ׳גאָט, אויב איך וועל דאָס איבערלעבן, זאָג איך דיר צו, אַז איך וועל זײַן אַ גוט ייִדיש קינד."
וכּך־הווה. אַ ייִדישער חבֿר זײַנער וואָס האָט דעמאָלט אַליין אָנגעהויבן ווערן פֿרום, האָט איבערצײַגט וואַראָנקערן צו גיין לערנען אין דער גרויסער לובאַוויטשער ישיבֿה אין מאָריסטאָון, ניו־דזשערזי. ער האָט עס טאַקע געטאָן, און אין 1995 האָט ער, דורך אַ שידוך, זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי, אַן אַדוואָקאַטין פֿון דרום־אַפֿריקע. "מיר זענען באַקאַנט געווען בלויז צוויי וואָכן, און שוין געוווּסט, אַז מיר גייען חתונה האָבן." הײַנט וווינען זיי אין דער ליובאַוויטשער געגנט קראַון־הײַטס, מיט זייערע זעקס קינדער, צווישן 10 חדשים און 10 יאָר אַלט.
מיט פֿיר יאָר צוריק האָט וואַראָנקער געאַרבעט ווי אַ שפּאַניש־לערער אין דער מלוכה־שול 161, לעבן דער "בית־ריבֿקה שול" אין קראַון־הײַטס, ווען איין טאָג האָט ער, אומגעריכט, באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון ד״ר עוועלין קאַסטראָ, די אויפֿזעערין פֿונעם שול־ראַיאָן, צו אַפּליקירן צו דער "פֿירערשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק" — אַ פּראָגראַם אָנגעהויבן אין 2003, פֿונעם בירגערמײַסטער, מײַק בלומבערג, צו טרענירן טאַלאַנטירטע לערער צו ווערן פּרינציפּאַלן אין די שווערסטע שולן.
"איך האָב אַפּליקירט, אָבער מע האָט מיך נישט אָנגענומען," האָט וואַראָנקער געזאָגט. ס׳איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז די סיבה פֿאַר אָפּוואַרפֿן אים איז טאַקע געווען דאָס וואָס ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד: נישט בלויז צוליב זײַן יאַרמלקע און ציצית ("איך האָב עס געמאַכט זייער קלאָר, אַז איך בין אַ פֿרומער ייִד") נאָר ווײַל די שטאָט געדענקט נאָך די בלוטיקע אומרוען צווישן די שוואַרצע און די ליובאַוויטשער חסידים אין קראַון־הײַטס, אין 1991.
"אָבער וועסט נישט גלייבן וואָס ס׳איז דערנאָך געשען," האָט וואַראָנקער דערציילט. ס׳האָט אים שפּעטער אָנגעקלונגען קערען גאָלדמאַרק, אַ הויכע באַאַמטע אין דער ניו־יאָרקער בילדונגס־אַמט, און אים געבעטן צו אַפּליקירן נאָך אַ מאָל. "די פּראָגראַם האָט, ווײַזט אויס, באַשלאָסן מיר צו געבן אַ צווייטן שאַנס," האָט וואַראָנקער דערציילט. "ס׳איז אָבער געווען זייער אַ מאָדנער צופֿאַל, ווײַל יענער טאָג, וואָס זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט מיר איז געווען פּסח שני — דער טאָג איין חודש נאָך פּסח, וואָס האָט, אין די צײַטן פֿונעם בית־המיקדש, געדינט ווי ׳אַ צווייטן שאַנס׳ פֿאַר די מענטשן, וואָס האָבן נישט געקאָנט ברענגען אַ קרבן צום ערשטן פּסח."
דערקלערנדיק דעם מאָדנעם צופֿאַל דער פֿרוי גאָלדמאַרק, האָט זי גוטמוטיק געענטפֿערט: "נו, בין איך טאַקע צופֿרידן צו זײַן אַ טייל פֿון אַ גרויסן קאָסמישן פּלאַן!"
דאָס מאָל האָט מען וואַראָנקערן יאָ אָנגענומען אין דער "פֿירערשאַפֿט־אַקאַדעמיע" און ער איז אין גיכן באַצייכנט געוואָרן ווי איינער פֿון די בעסטע אין דער פּראָגראַם. אין אָקטאָבער 2004 האָט ער באַזוכט די שול #22, און — נישט געקוקט אויף די געוואַלדיקע שוועריקייטן — מסכּים געווען צו ווערן איר דירעקטאָר.
הגם ער האָט געהאַט גרויסע אַמביציעס צו פֿאַרוואַנדלען די געפֿערלעכע שול אין אַן אָרט וווּ תּלמידים קאָנען טאַקע זיך לערנען, זענען ס׳רובֿ מענטשן געווען מער פּעסימיסטיש געשטימט. "מײַן פֿרוי האָט זיך געזאָרגט, אַז איך וועל אפֿשר, חלילה, נישט אַהיימקומען," האָט ער, מיט אַן ערנסט קול, באַמערקט.
דערצו האָבן די לערער, תּלמידים און עלטערן זיך געפֿילט נישט באַקוועם, וואָס זייער נײַער פֿירער איז אַ פֿרומער ייִד. אין אַן אַרטיקל וועגן וואַראָנקער, אָפּגעדרוקט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט איין מאַמע, באַווירקט פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע, מודה געווען, אַז זי האָט דעמאָלט געקלערט: ׳אויב אַ ייִד גייט אָנפֿירן מיט דער שול, הייסט עס, אַז די קינדער וועלן איצט דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר זייער מיטאָג?׳"
די מאַמע האָט אָבער שפּעטער געביטן איר מיינונג וועגן וואַראָנקער, ווען ער האָט אַקטיוו פֿאַרטיידיקט איר טאָכטער, נאָך דעם ווי דאָס מיידל איז אַטאַקירט געוואָרן פֿון אַ צווייטער תּלמידה. "ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן, וואָס אַ פּרינציפּאַל זאָגט מיר: ׳קום, לאָמיר אָנקלינגען די עלטערן פֿון דער תּלמידה, און רופֿן אַ זיצונג וועגן דעם.׳"
איין זאַך וואָס האָט וואַראָנקערן זיכער צוגעהאָלפֿן איז זײַן קאָנען רעדן פֿרײַ שפּאַניש. איין 12־יאָריק מיידל, בײַם הערן אים רעדן, האָט זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן. "וואָס?! דו רעדסט שפּאַניש?!"
וואַראָנקערס מיליטערישער הינטערגרונט האָט אים אויך צוגעהאָלפֿן. ער האָט אָן מורא פּאַטראָלירט די קאָרידאָרן, באַצייכענענדיק איין טומלדיקן פּאַסאַזש ווי "די מפּלה פֿון סײַגאָן". ער האָט זיך אַליין אַנטקעגנגעשטעלט די אַגרעסיווע יונגע־לײַט פֿון די באַנדעס. איין טאָג, האָט אַ גרופּע מיידלעך פֿון די Bloods זיך אַרײַנגעריסן אינעם ביוראָ, זוכנדיק אַן אַנדערע תּלמידה, מיט אַ געשריי: "מיר וועלן דיך שוין געפֿינען, דו Crip!" וואַראָנקער האָט תּיכּף פֿאַרווערט די באַנדעס פֿון אָפּערירן אין דער שול, און ווען עמעצער האָט עובֿר געווען אויף די שול־כּללים האָט ער זיי געשיקט אַהיים. אין זײַן ערשטן יאָר האָט ער אַזוי פֿיל קינדער אַהיימגעשיקט, אַז אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם שול־קאַנצלער האָט אים געוואָרנט, ער זאָל זיך "באַרויִקן".
וואַראָנקערס שטרענגקייט האָט אַרויסגערופֿן אַנדערע נעגאַטיווע רעאַקציעס בײַ די לערער. ערבֿ דעם יום־טובֿ האַלאָווין, למשל, האָט ער געבעטן עטלעכע לערער פּאַטראָלירן מיט אים דעם דאַך, כּדי אויסצומײַדן וואָס ס׳איז געשען דאָס פֿריִערדיקע יאָר, ווען הולטײַעס האָבן באַוואָרפֿן די תּלמידים מיט קאַרטאָפֿל און אייער. אַ צאָל לערער האָבן זיך אָבער אָפּגעזאָגט פֿון גיין אויפֿן דאַך, און איין פֿירערין פֿונעם לערער־יוניאָן האָט דערקלערט: "אויב די לערער וועלן גיין אויפֿן דאַך, און ס׳וועט מיט זיי עפּעס געשען, וועט די לערער־פֿאַרזיכערונג עס נישט דעקן."
וואַראָנקער האָט אָבער מיט דער צײַט געוווּנען דעם דרך־ארץ בײַ די לערער דורך טרעפֿן זיך מיט יעדן איינעם באַזונדער אויף אַ זיצונג. ווי איין לערערין האָט געזאָגט: "זײַן ערשטע פֿראַגע צו מיר איז געווען: ׳ווי אַזוי קען איך דיר העלפֿן?׳ קיין פּרינציפּאַל האָט מיך קיין מאָל נישט געפֿרעגט אַזאַ זאַך."
וואַראָנקער האָט געגרינדעט אַ צאָל אַנדערע איניציאַטיוון: אַ דעמאָקראַטיש דערוויילטן תּלמידים־ראַט; און אַ קלאַס פֿון גוטע מאַנירן, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן אין אַן עלעגאַנטן מאַנהעטן־רעסטאָראַן. איין 10־יאָריק מיידל איז צוריקגעקומען פֿון יענעם קלאַס, מלא־גדולה. "ס׳איז אַן אָרט, וווּ די גייסט און עסט, און זיי לערנען דיר ווי צו זײַן ערשט־קלאַסיק!" האָט זי דערקלערט.
די נײַעס וועגן וואַראָנקערס הצלחה אין דער שול איז הײַנט גוט פֿאַרשפּרייט בײַ דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ניו־יאָרקער שול־סיסטעם, און פֿאַראַיאָרן האָט מען אים אָנגענומען אין דער Cahn Fellowship, אַ פּראָגראַם בײַם לערער־קאָלעדזש פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וואָס טרענירט אויסערגעוויינטלעכע שול־דירעקטאָרן.
הגם אָביעקטיוו גערעדט, איז נאָך אַלץ דאָ גענוג וואָס צו טאָן אין דער שול #22 — די צייכנס אויף די עקזאַמענס זענען, למשל, נאָך אַלץ אַ סך נידעריקער ווי דער נאַציאָנאַלער סטאַנדאַרט — זענען אַלע מסכּים, אַז די שול איז הײַנט אין אַ גאָר בעסערן מצבֿ, אַ דאַנק וואַראָנקערס פֿירערשאַפֿט.
וואַראָנקער האַלט: ס׳מאַכט שוין בכלל נישט אויס, אַז ער האָט אַ באָרד, יאַרמלקע און ציצית. "די עלטערן, תּלמידים און לערערשאַט פֿאַרשטייען, אַז ס׳איז אונדז באַשערט צו לעבן און אַרבעטן דאָ צוזאַמען, ווי ברידער און שוועסטער."