פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: דער קוטשעראַווער ברוך טאַלער און דער מענטש פֿאַראַנטפֿאַרטלעך פֿאַרן טשאָלנט־קלוב יצחק שאָנפֿעלד
פֿון רעכטס: דער קוטשעראַווער ברוך טאַלער און דער מענטש פֿאַראַנטפֿאַרטלעך פֿאַרן טשאָלנט־קלוב יצחק שאָנפֿעלד

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן. מיר לעבן אין אינטערעסאַנטע צײַטן. גיי ווייס אַז אין אונדזער שטעטל ניו־יאָרק, געפֿינט זיך אַן אונטערגרונט־באַוועגונג, וואָס באַשטייט פֿון אַ שלל פֿרומע און פֿרײַע יונגע־לײַט און מיידלעך, מגידים, דרשנים, בטלנים און פּאָעטן. איך בין באַאײַנדרוקט געוואָרן גלײַך בײַם ערשטן וויזיט. מען האָט מיך געראַטן צו קומען נאָך עלף אַ זייגער בײַ נאַכט, ווען די גאַנצע שׂימחה הייבט זיך ערשט אָן. בין איך געקומען מיט אַ כאָפּטע חבֿרים און פֿרײַנד פֿאַר עלף בײַ נאַכט, און נאָך אוספּעיעט אָנצוקניפּן אַ שמועס מיט דער יונגער חבֿרה מיט פּאות און בערדלעך. די גאָלע־בראָדעס און ראַזירטע פּנימער, וואָס האָבן זיך נאָך אַלץ געשאָקלט בײַם רעדן און צווישן זיי — סתּם פֿאַרלוירענע נשמות.

אינעם קלענערן צימער האָבן מיר געפֿונען אַ פּאָר ליידיקע בענקלעך און זיי גלײַך פֿאַרכאַפּט, ווײַל יעדע רגע האָבן זיך געשיט אַהין גאַנצע מחנות מיט בחורים ווי מוראַשקעס אין אַ מוראַשניק. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך שוין באַקוועם געמאַכט אַרום די טישן אויף האַרטע בענק, ווי אין אַ ישיבֿה, זיך צו מאָל צוגעשאָקלט ווי בײַם לערנען אַ בלאַט גמרא, און זיך צוגעהערט צום קודלעוואַטן, קוטשעראַוון יונגער־מאַנטשיק, וואָס זײַן כּשרער נאָמען איז ברוך טאַלער. ער האָט מיט גרויס היץ און ענטוזיאַזם אַראָפּגעלאָזט אַ דרשה וואָס איז געווען אַ געמיש פֿון גריכישער פֿילאָסאָפֿיע, מיט אויסצוגן פֿון רמב"ם און רש"י. גאַנצע טראַקטאַטן פֿון דער קבלה, געמישט מיט תּניאָ מיט די "בינונים." ער האָט דערלאַנגט אַ פּאָדפּאָרי גמטריאַ מיט סאָקראַטעסן, פּסוקים פֿון אַלערליי ספֿרים. דער עולם האָט געגאַפֿט, געשלונגען יעדעס וואָרט, כאָטש אַלע זײַנע רייד האָבן געשוועבט איבער מײַן קאָפּ ווי אַ טשאַטע פֿייגל אַרום אַ ברעג ים, געזוכט אַן אָרט וווּ צו לאַנדן. איך האָב זיך אַרומגעקוקט, און די גאַנצע סצענע האָט מיר דערמאָנט אין די בילדער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור און פֿילמען, געהיימע צעלן מיט רעוואָלוציאָנערן. בײַ מיר אין קאָפּ האָבן גענומען אויפֿשווימען רויטע פֿענער, רובאַשקעס, פֿויסטן אין דער לופֿטן, וועלכע האָבן געפּרעדיקט פֿרײַהייט, גלײַכהייט און ברידערלעכקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס האָט זיך אָפּגעשפּילט בלויז אין מײַן מוח, און איך ווייס אַפֿילו נישט פֿאַרוואָס. כ'האָב דען אַמאָל געזען אַזעלכע סצענעס? אַ נעכטיקער טאָג. אָבער צום פֿאַרגלײַכן האָט דאָס פֿאָרט געשוועבט פֿאַר מײַנע אויגן.

נאָך דער דרשה האָב איך זיך אַרײַנ­געכאַפּט אין גרעסערן זאַל, וווּ עס האָבן זיך געזאַמלט אַ כאָפּטע יונגע־לײַט און מיידלעך. יענע, וועלכע האָבן מיט מיר גערעדט, האָבן גערעדט ייִדיש, און אַ געשמאַקן ייִדיש דערצו. אַ פּאָר פֿון זיי האָב איך שוין געקענט פֿון פֿריִער. זיי האָבן זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צו מיר אין אָפֿיס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, דערציילט מיר פֿון זייערע גליקן. איינער, מיט אַ גע­דיכטער, שוואַרצער באָרד און פּאות, האָט זיך געקלאָגט אַז ער איז אַוועק פֿון דער ישיבֿה און פֿון דער היים, און איצט געפֿינט ער זיך ערגעץ נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, קען זיך נישט קיין אָרט געפֿינען. אַ צווייט מאָל האָט ער מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט, מיט אַ גלאַטיק־ראַזירט פּנים, זיך אַוועקגעזעצט אַנטקעגן מיר און געפֿרעגט:

"דו דערקענסט מיך?"

בײַ די פֿרומע דוצט מען זיך. דער עיקר, ווען עס קומט צו פֿרויען. האָב איך אים געענטפֿערט אַז ניין. איך הייב נישט אָן צו וויסן ווער ער איז. האָט ער מיר דערמאָנט אַז ער איז דער יונגער־מאַן וואָס איז בײַ מיר געווען מיט אַ צײַט צוריק. דעמאָלט האָט ער נאָך געטראָגן באָרד און פּאות.

"וווּ שטייסטו אײַן?", האָב איך געוואָלט וויסן.

"בײַ דער באָבען אין קעלער. זי האָט פֿאַר מיר אַ געלעגער און זי דערנערט מיך איך זאָל נישט פֿאַלן פֿון די פֿיס", האָט ער טרויעריק צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.

"און אַרבעט?"

וואָס אַרבעט? ווען אַרבעט? אַז מ'קומט אַרויס פֿון דער ישיבֿה איז מען גאָלע, ווי אַ רשע אָן מיצוות ווען עס קומט צו דער דרויסנדיקער וועלט. ערשטנס אויפֿן געביט פֿון ענגליש איז מען אַ קאַליקע, די וויסנשאַפֿטן זײַנען אומבאַקאַנט. געשיכטע — וואָס געשיכטע? ווען געשיכטע? און מאַטעמאַטיקע. גיי פֿאָלג מיך אַ גאַנג, האָב איך אים געראַטן אפֿשר אָנהייבן מיט אָוונט־קורסן אין ברוקלין־קאָלעדזש, אָדער ערגעץ וווּ ער זאָל זיך אַרײַנטאָן אין בויען אַ לעבן פֿאַר זיך. נאָך אַלעמען איז ער נישט דער ערשטער וואָס כאַפּט זיך אַרויס פֿון דער פֿרומער נעסט, וואָס ווידערשפּעניקט דעם טאַטן מיטן רבין, וועלכן עס איז דערעסן דאָס טעגלעכע שאָקלעניש, וויל זיך אַזוי פֿאַרזוכן פֿונעם עץ־הדעת, אָבער ווייסט דאָך וואָס ס'איז געשען מיט אָדמען. ער האָט באַצאָלט אַ טײַערן פּרײַז דערפֿאַר, און דער פּרײַז איז אַ שווערער ווען מען איז נישט צוגעגרייט און נישט אײַנשטודירט און נישט באַהאַוונט אין דעם מאָטאָר וואָס גיט צו אימפּעט אונדזער ציוויליאַזציע.

אויפֿן טיש בײַ דער זײַט האָט זיך געקוויקט דער ווײַסער טאָפּ מיטן טשאָלנט. דווקא אַ פּאַרעווער אָדער אַ וועגעטאַרישער טשאָלנט, אָבער פֿאָרט אַ טשאָלנט, ווי אויף צו להכעיס — אַ דאָנערשטיקער טשאָלנט. דער טאָפּ האָט מיך דערמאָנט אין די ברייטע וואַשבעקנס וווּ עס האָט אַמאָל אין שטעטל, בײַ באַלעבאָסטעס און דינסטמיידלעך געשטעקט אַ וואַשברעטל און מען האָט אויף זיי געריבן די גרעט. דאָ איז געווען גענוג טשאָלנט פֿאַר אַ פּאָלק סאָלדאַטן. די צײַט איז געלאָפֿן, דער זייגער האָט שוין אַרײַנגעבלאָנדזשעט אין חצות, צוויי פֿון מײַנע חבֿרים האָבן געמאַכט אַ פּליטה. איך בין נאָך געבליבן. איך וואָלט אַזוי געבליבן ביזן ערשטן קריי פֿון אַ האָן, נאָר איינע פֿון מײַנע חבֿרטעס מיט פּסח פֿישמאַנען בראָש, האָבן שוין אויסגעזען ווי נאָך אַ פּאָגראַם. זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט בײַ אַ טישל און געקוקט אויף מיר מיט פֿאָדערנדיקע אויגן, ווי איינער זאָגט: "נו? ביז ווען וועסטו אַזוי פּראַווען שבת פֿאַר זיך?", האָב איך זיי פֿאַרזיכערט נאָך אַ טשוטקעלע, נאָך אַ רגעלע, אָט־אָט־אָט און מיר גייען.

דער גלימל האָט זיך צעטראָגן אַז איך שרײַב פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן אייני­קע פֿון זיי געוואָלט כאַפּן מיט מיר אַ שמועס. דערווײַל האָבן זיך ערשט גענו­מען אַרײַנלאָוויען אַ נײַע כאָפּטע יונגע־לײַט און מיידלעך, הויך און קליין, באַ­לײַבט און אויסגעדאַרט. אָט איז צווישן זיי פֿאַראַן אַ פּנים וואָס ענדלט גאָר צו דאָס­טאָיעווסקיס העלד ראַסקאָלניקאָוו. אונ­טער­געהאַקטע אויגן, צעשויבערטע האָר מיט אַ פֿאַר­לוירענעם בליק. אויף אַ באַנק האָט זיך געפּאָרעט אַ היימלאָזער מענטש, וואָס האָט אַהער פֿאַרבלאָנדזשעט מיט זײַן וועגעלע שמאַטעס. ער האָט זיך פּאָס­מאַ­קעוועט מיטן טשאָלנט און אַוועק. אַ פּאָר טאַטויִרטע מיידלעך האָבן זיך דאָ אַרומגעדרייט ווי צוויי מחותּנתטעס אויף אַ פֿרעמדער חתונה. אָנשטענדיקע און באַלע­באַטישע מיידלעך האָבן געשמועסט מיט אַ מיטליאָריקן פּאַרשוין וועמענס פּאות האָבן דערגרייכט ביז די קני. איינער האָט מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער אַז דאָ, צווישן דער פֿרומער חבֿרה געפֿינט זיך אויך אַ נטורי־קרתּאַניק. האָב איך זיך אָפּגערופֿן:

"וואָס? ער שפּיאָנירט? וואָס איז דאָ צו דערגיין?", האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען.

"ניין?", האָט יענער מיר פֿאַרזיכערט. "ער קומט אַהער עסן טשאָלנט."

אין צווישן האָב איך זיך באַקענט מיט אַ פֿרומען יונגן מאַן. אַ בלאַס פּנימל. בלאָנדע פּאהלעך, פֿאַרחלומטע אויגן. ער וויל וויסן, צי איך דערקען זײַן דיאַלעקט. זאָג איך אים אַז ס'קלינגט ליטוויש. ער איז צופֿרידן. ער לאָזט מיר וויסן אַז ער שרײַבט פּאָעזיע. פֿרעג איך אים:

"אויף ייִדיש?"

זאָגט ער מיר, אַז ער האָט אַמאָל געשריבן אויף ייִדיש, אָבער הײַנט שרײַבט ער שוין אויף ענגליש. איך בין סקעפּטיש, ס'לייגט זיך מיר עפּעס נישט אויפֿן שׂכל, אַז אָט דער יונגער־מאַן האָט גענוג וויסן און פֿאַרשטענדעניש אונטער זיך אויף צו שרײַבן פּאָעזיע. אָבער איך וויל פֿאָרט אָנקוקן וואָס ער שרײַבט. ברענגט ער מיר אַ פּעקל שריפֿטן. איך קוק אין זיי אַרײַן און שטוין. צווישן די זײַטלעך געפֿינט זיך דווקא גוטע פּאָעזיע. דער בחור איז אַ פּאָעט, און איך זאָג עס אים. ער איז צופֿרידן צו הערן אַ גוט וואָרט. איך פֿרעג אים צי אין דער היים ווייסט מען מיט וואָס ער פֿאַרנעמט זיך. ענטפֿערט ער מיר: "חס־וחלילה?" לאָז איך אים שוין נישט אָפּ און זאָג אים אַז אויב ער שרײַבט אַמאָל ייִדישע פּאָעזיע, וואָלט איך געווען אַ בעלנטע דאָס אָנצוקוקן. ס'נעמט נישט לאַנג און איך קריג אַ בליצפּאָסט פֿונעם איידעלן יונגער־מאַנטשיק מיט אַ ייִדישער פּאָעמע. זי איז געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות, און פֿאַרשטייט זיך מיט אַ פֿאַרצײַטיקן ייִדיש, פֿול מיט גרײַזן, אָבער פֿאָרט גוט. איז לאָמיך אײַך באַקענען, ליבע לייענער, מיטן נײַעסטן פּאָעט וואָס קומט אַרויס פֿון דער פֿרומער וועלט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער שרײַבט אונטער אַ פּסעוודאָנים:

און אָט אַזוי וועל איך טאָן —
נאָך מײַן לאַנגער, הייסער וואָך:
איך וועל זיך אַראָפּלאָזן אויף דער קאַנאַפּע
מיט אַ ווײַטן קרעכץ —
און וואַרטן אויפֿן שלאָף
מיט אַ צעצויגענעם אָטעם,
ביז דער זיסער, רחמנותדיקער.
לאַנגער שלאָף וועט מיך נעמען,
פּונקט ווי ער האָט גענומען מײַן טאַטן
אַ שבתדיקן נאָכמיטאָג —
מיטן מדרש־בוך אין האַנט, טלית אויפֿן שטענדער.
אַבֿרהם העבֿרי

פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב זיך נישט טועה געווען. דאָס בחורל איז שעפֿעריש און קען אויסדריקן אַ געפֿיל און אפֿשר איז מיר געווען באַשערט אים צו אַנטדעקן.

צום סוף, האָב איך באַשלאָסן, אַז די חבֿרה זוכן פֿאַר זיך אַ מקום־מיקלט, אַן אָרט וווּ צו פֿילן זיך היימיש, ס'הייסט, ווי בײַ זיך אין דער היים, אין שול און אין דער ישיבֿה. אָבער נישט אונטערן שטרענגן דרוק פֿון דיינים. זיי זוכן אַן אָרט וווּ זיך צו טרעפֿן מיט זייערס גלײַכן און הערן פֿון צײַט צו צײַט אַפּיקורסישע רייד. שמייכלען אַ באַהאַלטענעם שמייכל, פּרוּוון אויס און טאַפּן אָן דעם דופֿק בײַ גאָט. ווי איינער זאָגט, וואָס קענסטו מיר טאָן דערפֿאַר? און אַז זיי זעען ווי גאָט שווײַגט, פּונקט ווי ער האָט געשוויגן ווען מיר האָבן אים געדאַרפֿט. איז אַ סימן, אַז מ'קען עסן טשאָלנט אין אַ פּראָסטן דאָנערשטיק.

Vegen dem vort "moyach"

Ich hob bamerkt az haint tzu tog men banutzt nor dos vort "moyach"(brain). Ober frier men flegt banutzen verter vi "gehirn" un "march" onshtot "moyach" - ich hob nochgekukt in dem Harkavy's verterbuch un es iz nishto faran aza vort "moyach". Men flegt zogn "aroiszetzen dem march fun kop" - ich bin nisht zicher vos dos badait. Ken emetzer dos derleitern?