פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

דער מינהג פֿון דעם חסידישן עולה־רגל זײַן צום קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַסלעוו האָט אַ לאַנגע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן גלײַך נאָך זײַן פּטירה אין 1810. די דאָזיקע טראַדיציע איז כּמעט איבערגעריסן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט טאָלערירט קיין שום עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע. די נײַע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿקום פֿון גאָרבאַטשעווס "פּערעסטרויקע". אין 1985 האָט אַ קליינע גרופּע אַמעריקאַנער חסידים באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן דעם קבֿר. זינט דעמאָלט האַלט די צאָל מענטשן, וואָס קומען יעדן האַרבסט קיין אומאַן כּדי צו דאַווענען ראָש־השנה בײַם רביס קבֿר, אין איין וואַקסן. לויט פֿאַרשידענע מקורים, זײַנען הײַיאָר אין אומאַן געווען צווישן פֿופֿצן און פֿינף־און־דרײַסיק טויזנט ייִדן. מען דערציילט, אַז דער נאָמען פֿון דער שטאָט אומאַן שטאַמט פֿון דעם זעלביקן שורש ווי "אמונה", און דער באַזוך בײַ רבי נחמנס קבֿר ברענגט נאָענטער די גאולה פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

מען קומט קיין אומאַן פֿון אַלע עקן וועלט׃ ישׂראל, אייראָפּע, אַמעריקע, אַפֿילו אינדיע און טײַלאַנד. אָרעמע לײַט קאָנען באַקומען שטיצע אויף הוצאות־הדרך פֿון דעם רײַכן גבֿיר ישׂראל זינגער, וועלכער גיט אויס עטלעכע מיליאָן דאָלאַר אויף בילעטן. די עקאָנאָמיק פֿון דער שטאָט אומאַן, וואָס האָט בערך איין הונדערט טויזנט תּושבֿים, איז איצט אָפּהענגיק פֿונעם רווח, וואָס מען לייזט בעת דעם עולה־רגל־סעזאָן אַרום יומים־נוראָים. די חסידים האָבן אויפֿגעבויט אַ ריזיקן נײַעם "קלויז" פֿאַר עטלעכע טויזנט דאַווענער, וואָס זיי האַלטן פֿאַר דער גרעסטער שיל אין אייראָפּע. מען האָט אויפֿגעבויט אַ פּאָר האָטעלן, אָבער זיי זײַנען ווײַט ניט גענוג פֿאַר אַלעמען, און דאָס רובֿ חסידים מוזן דינגען דירות בײַ די תּושבֿים אָדער וווינען אין בײַדלעך.

די באַציִונגען צווישן דעם וועלט־פֿאַרבאַנד פֿון בראַסלעווער חסידים ("ועד דחסידי ברעסלוו") און דעם אומאַנער שטאָט־ראָט זײַנען ניט תּמיד געווען גלאַטיק. די שטאָטישע מאַכט וויל האָבן קאָנטראָל איבער דעם "היסטאָריש־קולטורעלן צענטער" פֿון דער שטאָט, וואָס געפֿינט זיך אַרום דעם עק צווישן פּושקין־גאַס און בעלינסקי־גאַס. די דאָזיקע געגנט, וווּ עס האָט זיך אַמאָל געפֿונען דער ייִדישער בית־עולם, האָט באַקומען אַ ספּעציעלן יורידישן סטאַטוס אויפֿן סמך פֿונעם דעקרעט פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג. דער אַלטער בית־עולם איז צעשטערט געוואָרן בעת דער מלחמה, און דאָס אָרט איז שפּעטער פֿאַרבויט געוואָרן מיט גרויסע פֿילשטאָקיקע געבײַדעס.

לויט דער חסידישער לעגענדע, האָט זיך רבי נחמנס קבֿר אָפּגעהיט על־פּי־נס, ווײַל אײַנער אַ פֿאַרבאָרגענער חסיד פֿון קיִעוו האָט אָפּגעקויפֿט דאָס אָרט און געבויט דאָרט זײַן הויז (יעדער איינער, וואָס איז באַקאַנט מיט דער סאָוועטישער פּראַקטיק פֿאַרשטייט, אַז עס האָט געדאַרפֿט זײַן טאַקע אַ גרויסער נס, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט אים דאָס דערלויבט). דאָס הויז איז שפּעטער אָפּגעקויפֿט געוואָרן דורך די חסידים, און דער בראַסלעווער ועד האָט געשלאָסן אַ קאָנטראַקט מיט דער שטאָט־ראָט אויף פֿופֿציק יאָר. לויט דעם דאָזיקן קאָנטראַקט האָבן די חסידים באַקומען דעם קבֿר אין זייער רשות, וואָס פֿירט צו כּסדרדיקע קאָנפֿליקטן מיט די תּושבֿים פֿון דער שטאָט. די אוקראַיִנער טענהן, אַז די ייִדן האָבן בדעה צו פֿאַרכאַפּן דעם גאַנצן שטח פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בית־עולם, וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע צענטער פֿון דער הײַנטיקער שטאָט. פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען האָבן די חסידים, ווײַל זיי ברענגען פּרנסה אין דער שטאָט, און די פּרײַזן האַלטן אין איין וואַקסן.

די געשיכטע פֿון אומאַן איז געוואָרן אַן אידעאָלאָגישער שלאַכטפֿעלד. ייִדן און אוקראַיִנער האָבן קעגנזײַטיקע היסטאָרישע קוקווינקעלן. דאָס, וואָס פֿאַר ייִדן איז געווען אַ שרעקלעכע אומאַנער שחיטה, איז פֿאַר די אוקראַיִנער אַ גרויסער יום־טובֿ, דער אָנדענק פֿון דעם נצחון אין זייער קאַמף פֿאַר "נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג". א סך חסידישע ווידעאָ־פֿילמען וועגן אומאַן ווערן אַרויפֿגעלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿון "יו־טיוב". אַן אינטערעסאַנטע פּשרה האָבן געפֿונען אייניקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון אוקראַיִנע. זיי רעקלאַמירן אומאַן ווי אַ שיינע שטאָט מיט אינטערעסאַנטע מערקווירדיקייטן.

מען מאָלט אַן אייגנאַרטיקן בילד פֿון בראַסלעווער חסידות, וואָס באַטאָנט דאָס אוניווערסאַלע רוחניות פֿון רבי נחמנס תּורה און איר פֿאַרבינדונג מיט דער נאַטור. די שיינע וועלדער און פֿעלדער פֿון אוקראַיִנע ווערן רעקלאַמירט ווי דאָס געבורטס־אָרט פֿון חסידות. די רעקלאַמע גיט צו פֿאַרשטיין, אַז כּדי משׂיג צו זײַן דעם מהות פֿון חסידות, מוז מען אַבסאָלוט קומען קיין אוקראַיִנע.

דער פּאַרק סאָפֿיעווקאַ, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן סוף 18טן יאָרהונדערט דורך דעם פּוילישן מאַגנאַט גראַף פּאָטאָצקי פֿאַר זײַן שיינער גריכישער פֿרוי סאָפֿיאַ, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל חשיבֿות אין דער טוריסיטשער רעקלאַמע, וואָס באַצוועקט חסידים. מען פֿאַררופֿט זיך אויף רבי נחמן אַליין, וואָס האָט געזאָלט האָבן געזאָגט׃ "צו זײַן אין אומאַן און ניט באַזוכן סאָפֿיעווקאַ?" אין דעם נײַעם אוקראַינישן פֿילם "מײַן פֿלאַם" וועגן רבי נחמן זעט מען גליקלעכע חסידים, וואָס פֿאָרן אין דראָזשקעס אַרום דעם האַרבסטיקן סאָפֿיעווקער פּאַרק, נאָך דעם, ווי זיי האָבן געפּראַוועט זייער חלק תּיקון אויף רבי נחמנס קבֿר.

אַנדערע שטעטלעך אין אוקראַיִנע זענען מקנא אומאַן און הייבן אָן צו רעקלאַמירן זייערע אייגענע קבֿרי־צדיקים. דער חסידישער טוריזם, וואָס ברענגט טויזנטער ייִדן צוריק קיין אוקראַיִנע, איז גורם נאָכפֿרעג אויף אַ נײַעם מין סחורה, די פֿאַרגעסענע און פֿאַרלאָזטע ייִדישע קבֿרים.