‫פֿון רעדאַקציע

די פּאַלעסטינער האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אויפֿגעשטעלט זייער פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער, יאַסיר אַראַפֿאַט, אַ מאַווזאָליי. דערווײַל — אַ קורצווײַליקן, וואָס שטייט אויף רעלסן. דאָס מיינט, אַז אין בעסערע צײַטן וועט דער מאַווזאָליי "אַריבערפֿאָרן" צו זײַן שטענדיק אָרט, קיין ירושלים, ווען די שטאָט וועט ווערן די קרוינשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מלוכה. אַזוי האָט געטרוימט זייער "גרויסער ראַיִס", יאַסיר אַראַפֿאַט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות".

קונסט
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויטאָפּאָרטרעט מיט זײַן פֿרוי, 1920ער יאָרן

לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פּאָלאַ סינקלער און טשאַרלי האָל

ווען אַ מענטש באַשליסט, אַז ער וויל זיך מגייר זײַן אויפֿן אָרטאָדאָקסישן אופֿן, דאַרף ער, צו ערשט, באַווײַזן, אַז ער האָט נישט קיין באַהאַלטענע כּוונות; אַז ער טוט עס נישט, למשל, ווײַל ער האָט ליב אַ ייִדיש מיידל. פֿאַרקערט, די אָרטאָדאָקסישע רבנים באַמיִען זיך אָפּצורעדן די פּאָטענציעלע גרים דערפֿון; זיי עצהן זיי צו געפֿינען זייער דרך צום אייבערשטן דורך פֿאָלגן די זיבן מיצוות בני־נח (די הימלישע געזעצן, וואָס אַלע מענטשן דאַרפֿן פֿאָלגן) און זיך פֿירן ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
אַ סצענע פֿון "געקויפֿט און באַצאָלט", 1920ער יאָרן, ניו־יאָרק

דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ-אָבֿינו געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, די היים פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המיקדש; אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ "לייטער צווישן הימל און ערד", אויף וועלכן עס זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען מלאָכים. אינעם חלום, האָט דער אייבערשטער אים געבענטשט מיט קינדער, וואָס וועלן זיך מערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד", און וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער נאַפֿט ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער, און דער אַמעריקאַנער דאָלאַר ווערט אַלץ ביליקער און ביליקער. אמת, ווען מע רעכנט איבער די רעאַלע פּרײַזן, באַקומט זיך, אַז אין די 1980ער יאָרן איז דער נאַפֿט געווען נאָך טײַערער ווי איצט. ס׳איז אויך אמת, אַז אַזעלכע היסטאָרישע פֿאַרגלײַכן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שוואַכע טרייסט. וועמען העלפֿט די טעאָריע, אַז אַ מאָל איז עפּעס געווען אַ יקרות, אַז מע דאַרף הײַנט – דאָס הייסט, ניט טעאָרעטיש, נאָר פּראַקטיש — צאָלן אַ סך מער פֿאַרן ברענשטאָף, וואָס מע גיסט אַרײַן אין די אויטאָס. אַז ס׳איז טײַערער צו טראַנספּאָרטירן מענטשן און סחורה, ווערט טײַערער, אין לעצטן סך-הכּל, כּמעט אַלץ.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
מײַק בורשטיין

די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מינהג פֿון דעם חסידישן עולה־רגל זײַן צום קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַסלעוו האָט אַ לאַנגע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן גלײַך נאָך זײַן פּטירה אין 1810. די דאָזיקע טראַדיציע איז כּמעט איבערגעריסן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט טאָלערירט קיין שום עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע. די נײַע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿקום פֿון גאָרבאַטשעווס "פּערעסטרויקע". אין 1985 האָט אַ קליינע גרופּע אַמעריקאַנער חסידים באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן דעם קבֿר. זינט דעמאָלט האַלט די צאָל מענטשן, וואָס קומען יעדן האַרבסט קיין אומאַן כּדי צו דאַווענען ראָש־השנה בײַם רביס קבֿר,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות.

ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
האַרי מוליש

האַרי מוליש, דער באַקאַנטער האָלענדישער שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1927, אין דער פֿאַמיליע פֿון אַ געוועזענעם עסטרײַכישן אָפֿיציר און אַ פֿראַנקפֿורטער ייִדישקע. זײַן פֿאָטער, קאַרל וויקטאָר מוליש, איז אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע (1945— 1940) געווען דירעקטאָר פֿון דער באַנק וואָס האַט אַדמיניסטרירט די קאָנפֿיסקאַציעס פֿון דעם ייִדישן אייגנטום. אין זײַנע זכרונות שרײַבט מוליש: "איך האָב געלעבט בײַם פֿאָטער אין האַרלעם, צוואַנציק קילאָמעטער פֿון אַמסטערדאַם, און מײַן מאַמע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם און האָט געטראָגן אַ געלן מגן-דוד.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דאָס ערשטע אַרטיקל)

די יאָרן בײַטן זיך ווי די סעזאָנען, און מיר שטייען שוין אויף דער שוועל צווישן 2007 און 2008. און יעדעס יאָר, ווען איך פֿאַרענדיק דעם צווייטן זמן פֿונעם ערשטן יאָר מיט די אָנהייבער, קלאָג איך און וויין אַז אַזאַ קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל מער נישט האָבן. העלפֿט גאָט, און דער נײַער קלאַס איז פּונקט אַזוי מאָטיווירט און פֿול מיט ענטוזיאַזם ווי דער פֿאַראַיאָריקער קלאַס, און אַלע קלאַסן פֿאַר זיי. זיי שמייכלען ווען עס געפֿעלט זיי עפּעס, און בײַם פֿאַרלאָזן דעם קלאַס זאָגט מען זיך נישט נאָר “זײַט געזונט!" נאָר זיי גייען אַוועק מיט “אַ שיינעם דאַנק," וואָס זיי האָבן פֿון זיך אַליין געוואָלט וויסן ווי צו זאָגן. דאָס איז אַ זעלטנהייט אין מײַנע מקומות, מען זאָל מיר דאַנקען בײַם אַוועקגיין.