|
מײַק בורשטיין |
|
די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט.
ווען דער טומל האָט זיך אײַנגעשטילט און יעדער איינער האָט געפֿונען זײַן באַשטימט אָרט אין דעם געפּאַקטן זאַל האָט זיך אָנגעהויבן די פֿײַערונג. אַ קורצן אַרײַנפֿיר צום יום־טובֿ האָט געגעבן דער דירעקטאָר פֿון “ייִדישפּיל"־טעאַטער שמואל עצמון. דער אַרײַנפֿיר צו דער קינסטלערישער פּראָגראַם האָט דורכגעפֿירט עמיל אײַנבינדער מיט זײַן טריִאָ, וואָס האָט געשפּילט "האָראַ פּיציקאַטאָ" און די “באַלקאַנישע סוויטע" און דערנאָך האָט דער קלאַרנעט־קווינטעט פֿון מיכאל גאָראָדעצקי געשפּילט די סוויטע פֿון באַוווּסטן פֿאַרשטאָרבענעם קלאַרנעטיסט דוד טאַראַס. אַ קלעזמער־שטיק פֿון דניאל גלאַי האָט פֿאַרענדיקט דעם מוזיקאַלישן אינסטרומענטאַל־טייל.
באַגריסט קורץ און צו דער זאַך האָבן: דער באַקאַנטער שוישפּילער יאַנקעלע אַלפּערין; דער גענעראַל־פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע שמואל נאָריך; דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער; דער פֿאָרזיצער פֿון שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין דניאל גלאַי און די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, נאָר וועגן דעם בײַטראָג פֿון דער דיכטערין — באַזונדער.
באָריס סאַנדלער, וואָס האָט געפֿירט דעם פּראָגראַם, האָט פֿאָרגעשטעלט יעדן איינעם פֿון די באַטייליקטע קינסטלער. וועגן די צוויי פּאָפּולערע ייִדישע אַקטיאָרן יאַנקעלע אַלפּערין און יעקבֿ באָדאָ האָט ער געזאָגט, אַז אָן זייער אויפֿטריט וואָלט אונדזער שׂימחה נישט געווען קיין פֿולקאָמע. די צוויי שוישפּילער האָבן אויפֿגעפֿירט מיט זייער באַזונדער קאָמישן חן די סקיציע “די אַטאָם־ראַקעטע"; די הויפּט־אַקטריסעס פֿון “ייִדישפּיל", מאָניקאַ וואַרדימאָן און ענת עצמון האָבן אויסגענומען בײַם פּובליקום מיט די וועלט־באַקאַנטע לידער פֿון רעפּערטואַר פֿון די “שוועסטער בערי"; נאָכן איבערבײַטן די קאָסטיומען האָבן די זעלבע אַקטריסעס שפּעטער געזונגען אויף ייִדיש אַ לידער־פּאָפּורי פֿון די באַרימטע מוזיקאַלישע קאָמעדיעס געשפּילט אויף בראָדוויי; פּיאַנע־באַגלייטונג — לענאַ קאָפּעלעוויטש. מיט צוויי אויסצוגן פֿון “דער ווילנער חזן", פֿונעם דראַמאַטורג אָסיפּ דימאָוו, איינעם פֿון די גרויסע דערפֿאָלגן פֿון “ייִדישפּיל", איז אויפֿגעטראָטן דער אַקטיאָר און זינגער שׂשׂי קשת.
פֿאַרענדיקט די קינסטלערישע פּראָגראַם האָט דער טאַלאַנטירטער קאָמעדיאַנט מײַק בורשטיין. אין ישׂראל קען מען אים גוט פֿון זײַן אַרבעט אין קינאָ, נאָר פֿאַר די יעניקע וואָס האָבן שוין לאַנג אים נישט געזען, איז זײַן איצטיקער אויפֿטריט אין די ראַמען פֿון “110 יאָר 'פֿאָרווערטס'" געווען אַ האַרציקע איבערלעבעניש, אַן אמתער נחת־רוח. אין דער שעה פֿון זײַן ווײַלן אויף דער בינע האָט מען פֿאַרגעסן אין אַלע צרות און פֿאַרדראָסן און זיך איבערגעגעבן דעם לײַכטן געמיט פֿון זײַן געלונגענעם טעאַטראַלן אויפֿטריט. ער האָט עטלעכע מאָל אונטערגעשטראָכן זײַן אָפּשטאַם, אַז זײַנע עלטערן זײַנען געווען די באַוווּסטע אַקטיאָרן פּסחקע בורשטיין און ליליאַן לוקס און, אַז ער האָט אין וועמען געראָטן צו זײַן.
און אומקערנדיק זיך צו רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, לייג איך פֿאָר דעם לייענער איר פּאָעטישע באַגריסונג, וואָס איך האָב געהאַט דעם כּבֿוד צו באַקומען פֿון דער דיכטערין אַליין.
“לכּבוד דעם אַלט־יונגן 'פֿאָרווערטס' צו די 110 יאָר"
וואָס נעמט אַרײַן אַ וועלט אויף ייִדיש
און רופֿט בײַם נאָמען נאָענט און ווײַט,
באַגריפֿן נײַ־מאָדערן און אויף ייִדיש
אַ שפּראַך וואָס האָט נישט מורא פֿאַר דער צײַט.
ווי שרעק־נבֿואות וואָס זיי קומען
באַוויינען און געזעגענען די שפּראַך,
וואָס גרייטן שוין צום קבֿר בינטלעך בלומען
שטייט אויף דער מת, דערציילט אַ וויץ און לאַכט.
און ס'איז דער וויץ גאָר ערנסט ווי דאָס לעבן,
וווּ אין געלעכטער תּמיד פֿינקלט אויך אַ טרער,
און 'פֿאָרווערטס' ענטפֿערט פֿול מיט לעבן
פֿאָרויס מיט אינהאַלט מער און מער.
באַגריסן מיר אים האַרציק הײַנט דעם 'פֿאָרווערטס',
ווײַטער שפּאַנען און אויף לאַנגע יאָר,
בלויז איין בקשה:
אין די בלעטער ניכטערע פֿאַרגעסט נישט
אויך דעם חלום
אין דער וואָר.