קונסט
אויטאָפּאָרטרעט מיט זײַן פֿרוי, 1920ער יאָרן
אויטאָפּאָרטרעט מיט זײַן פֿרוי, 1920ער יאָרן

לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש.

יוסף פּאַסטערנאַק איז טאַקע געווען אַ באַלעבעסל, אָבער זײַן געשעפֿט האָט בײַם אָנהייב קיין גרויסע רווחים נישט אַרײַנגעבראַכט. די ערשטע דרײַ קינדער זײַנען געשטאָרבן נאָך גאָר עופֿעלעך, און דער עלטערער זון, דוד, איז אומגעקומען אין דער עלטער פֿון 17 יאָר. דער מיזיניק, לעאָניד, איז אויך שיער נישט אַוועק נאָך זײַנע עלטערע ברידער, אָבער אַ דאַנק דעם שכן, אַ שנײַדער, וואָס האָט, אַפּנים, עפּעס פֿאַרשטאַנען אין מעדיצין, איז דאָס צוויי־וואָכיק נפֿשל געבליבן בײַם לעבן.

דער שטראָם ייִדן, וואָס האָבן זיך אַ לאָז געטאָן פֿון די קליינע שטעטלעך קיין אָדעס, האָט דערמעגלעכט יוספֿן צו פֿאַרבעסערן זײַן מאַטעריעלן מצבֿ; זײַן אַרײַנפֿאָר־הויז האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ הכנסהדיק געשעפֿט. ווי אַ געטרײַער טאַטע, האָט ער געטאָן אַלץ, כּדי זײַנע קינדער זאָלן באַקונמען אַ גוטע בילדונג. דער מיזיניק האָט געזאָלט ווערן אַמווייניקסטן אַן אַפּטייקער, אָדער נאָך בעסער — אַ דאָקטער. אָבער לעאָניד גופֿא האָט געטרוימט צו ווערן אַ מאָלער. אין דעם "קאָנפֿליקט פֿון אינטערעסן" האָט געזיגט דער טאַטע. אין יאָר 1881 האָט לעאָניד פּאַסטערנאַק זיך פֿאַרשריבן צו לערנען אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אויפֿן מעדיצינישן פֿאַקולטעט. אָבער זײַן אייגענעם טרוים לאָזט ער נישט אָפּ, און פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין דער וואַרשטאַט פֿונעם באַקאַנטן פּראָפֿעסאָר פֿון מאָלערײַ סאָראָקין. ער פּרוּווט אָנצוקומען אין דער מאָסקווער קונסט־שול, אָבער אָנשטאָט אים, נעמט מען אַרײַן די טאָכטער פֿונעם שרײַבער לעוו טאָלסטוי, טאַטיאַנאַ. זי האָט טאַקע פֿאַרענדיקט די קונסט־שול, אָבער קיין מאָלערין איז פֿון איר נישט געוואָרן.

פּאַסטערנאַקס זין: באָריס און אַלעקסאַנדער
פּאַסטערנאַקס זין: באָריס און אַלעקסאַנדער

ווי אַ סך טאַלאַנטירטע און אַמביציעזע ייִדישע יונגע לײַט, וואָס האָבן נישט געקאָנט אָנקומען אין די רוסלענדישע הויכשולן צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע, אָדער אַן אַנדער מין סיבה, האָט פּאַסטערנאַק באַשלאָסן זיך לאָזן לערנען אין אויסלאַנד. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער, בײַזוכנדיק די קונסט־לימודים בײַ סאָראָקינען, זיך אָנגעשטעקט מיט ליבע צו רוסלאַנד און אין אירע קינסטלערישע ווערטן. יאָ, ער האָט אַוודאי געוואָלט ווערן אַ מאָלער, אָבער זיך אומקערן צוריק אַהיים — ווי אַ זיגער! ער האָט אויך געוווּסט, אַז אין רוסלאַנד ווערט נישט אָנערקענט דער אויסלענדישער דיפּלאָם, און אַז דעריבער וועט ער נישט קאָנען באַקומען קיין רעכט צו וווינען אין אַ גרויסער שטאָט, אויסער דעם תּחום־המושבֿ. ער פֿירט זיך איבער פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אינעם אוניווערסיטעט פֿון נאָוואָראָסיִיסק, אויפֿן יורידישן פֿאַקולטעט, וווּ ער האָט געקאָנט אָפּגעבן די עקזאַמענס עקסטערן. ער פֿאָרט קיין מינכן. אין דײַטשלאַנד איז ניטאָ קיין פּראָצענט־נאָרמע, אָבער דער קאָנקורס פֿון טאַלאַנטן איז גרויס. פּאַסטערנאַק האַלט אים אויס און נאָך דרײַ יאָר (אין 1886) פֿאַרענדיקט ער די קיניגלעכע קונסט־אַקאַדעמיע, ווי אַ צייכענער, און קערט זיך אום קיין אָדעס.

פּאָרטרעט פֿון ש. אַנ־סקי, 1918
פּאָרטרעט פֿון ש. אַנ־סקי, 1918

צו דער צײַט גיט ער אויך אָפּ די עקזאַמענס אינעם אוניווערסיטעט פֿון נאָוואָראָסיִיסק. ער דאַרף עס נאָר צוליב איין זאַך — צו האָבן רעכט צו וווינען אויסער דעם וויסטן "תּחום". דאָרט, אין אָדעס, באַקענט לעאָניד זיך מיט דער פּיאַנע־שפּילערין ראָזע קאַופֿמאַן און אין 1889, נאָכן אָפּדינען איין יאָר אין דער אַרמיי, שטעלן זיי אַ חופּה. דאָס יאָר איז געווען בײַ אים אַ מזלדיקס — דער באַרימטער קונסט־מעצענאַט און קאָלעקציאָנער, טרעטיאַקאָוו, קויפֿט זײַן בילד "אַ בריוו פֿון היימלאַנד". טרעטיאַקאָוו האָט אויך געהאָלפֿן דעם יונגן מאָלער זיך צו באַזעצן אין מאָסקווע, דווקא אין דער צײַט, ווען דאָרט האָט באַלעבאַטעוועט דער גענעראַל־גובערנאַטאָר, פֿירשט סערגיי אַלעקסאַנדראָוויטש. אַ פֿעטער פֿונעם קייסער ניקאָלײַ דעם צווייטן, איז סערגיי אַלעקסאַנדראָווישט געווען אַ פֿאַרברענטער שׂונא־ישׂראל. אין יאָר 1891 האָט ער אײַנגעאָרדנט אַ מאַסן־רדיפֿה קעגן די מאָסקווער ייִדן און אַרויסגעטריבן פֿון דער שטאָט איבער 20 טויזנט נפֿשות. און דאָך, האָט טרעטיאַקאָוו זיך דערשלאָגן זײַנס: לעאָניד פּאַסטערנאַק און זײַן משפּחה ציִען זיך אַריבער קיין מאָסקווע, וווּ ער עפֿנט זײַן אייגענע מאָלערײַ־שול. אין יאָר 1895 האָט זײַן בילד "סטודענטן פֿאַרן עקזאַמען" באַקומען אַ גאָלדענעם מעדאַל אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אויסשטעלונג אין מינכן; די פֿראַנצויזישע רעגירונג קויפֿט דאָס בילד פֿאַרן לוקסענבורגער מוזיי.

אין מאָסקווע קניפּט פּאַסטערנאַק אָן אַ סך וויכטיקע פֿאַרבינדונגען; ער באַקענט זיך מיטן גרויסן שרײַבער לעוו טאָלסטוי, און לויט זײַן באַשטעלונג, מאָלט ער דאָס בילד "טאָלסטויס פֿאַמיליע אין יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ"; ער מאַכט אילוסטראַציעס צו זײַן ראָמאַן "אויפֿלעבונג". פּאַסטערנאַק פֿאַרחבֿרט זיך מיט די באַקאַנטע קולטור־טוער, אַזעלכע ווי דער קריטיקער סטאַסאָוו, זינגער שאַליאַפּין, מאָלער בענואַ, דיכטער רילקע, טרעפֿט זיך מיט חיים־נחמן ביאַליק. אין יאָר 1894 ווערט פּאַסטערנאַק פֿאַרבעטן צו פֿאַרנעמען די פּראָפֿעסאָר־שטעלע אין דער זעלבער קונסט־שול, וווּ מ‘האָט אים מיט יאָרן צוריק נישט אָנגענומען. אָבער כּדי צו באַקומען די בכּבֿודיקע שטעלע, דאַרף ער זיך שמדן. פּאַסטערנאַק זאָגט זיך אָפּ עס צו טאָן. עס געשעט אָבער אַ צווייטער נס: פֿירשט לוואָוו, דער דירעקטאָר פֿון דער קונסט־שול, איבערצײַגט דעם מאָסקווער גענעראַל־גובערנאַטאָר, צו מאַכן פֿאַר פּאַסטערנאַקן אַן אויסנאַם. דער "נישט־געשמדטער" ייִד פּאַסטערנאַק באַקומט די פּראָפֿעסאָרישע שטעלע, און אין יאָר 1905 ווערט ער אַ מיטגליד פֿון דער סאַנקט־פּערבורגער אַקאַדעמיע פֿון מאָלערײַ. אַ זעלטענער פֿאַל אין רוסלאַנד!

פּאַלעסטינע: די היץ און דער אייזל, 1924
פּאַלעסטינע: די היץ און דער אייזל, 1924

פּאַסטערנאַק באַגריסט דאָס פֿאַלן פֿון דער צאַרישער רעגירונג. ער פּרוּווט אַפֿילו צו פֿאַרשטיין און שטיצן די נײַע מאַכט. ער מאַכט אַ גאַנצע סעריע פּאָרטרעטן פֿון לענינען און אַנדערע באָלשעוויסטישע פֿירער. אָבער אין גיכן קומט די אַנטוישונג און ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין 1921. ווי אַ סך אינטעלעקטואַלן, עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, באַזעצט פּאַסטערנאַק זיך אין בערלין. דאָרט גיט ער זיך אָפּ מיט דער ייִדישער טעמע, באַזונדערס, פֿאַרבונדן מיט די רוסיש־ייִדישע באַציִונגען, וואָס האָט אויך פֿריִער פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין זײַן שאַפֿונג. בערלין איז אין יענע יאָרן געווען דער צענטער פֿון דער רוסיש־ייִדישער דיאַספּאַרע. דאָרט פֿירט ער אָן מיטן קינסטלערישן אָפּטייל פֿונעם ירושלימער פֿאַרלאַג "יבֿנה" (רעקאָמענדירט האָט אים אַהין ח.־נ. ביאַליק). ער מאָלט פּאָרטרעטן פֿון די אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער, מוזיקער, געלערנטע, ציוניסטישע טוער. אין 1924 פֿאָרט ער אויף אַ באַזוך קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער שאַפֿט אַ סעריע בילדער "פּאַלעסטינע". צו יענער צײַט שרײַבט ער אָן זײַן מאָנאָגראַפֿיע "רעמבראַנד און די ייִדן אין זײַן שאַפֿונג".

אונטער אַ לאָמפּ: לעוו טאָלסטוי מיט זײַן משפּחה, 1902
אונטער אַ לאָמפּ: לעוו טאָלסטוי מיט זײַן משפּחה, 1902

אין 1938 פֿאַרלאָזט פּאַסטערנאַק דײַטשלאַנד און פֿאָרט איבער קיין אָקספֿאָרד, וווּ ער פֿאַרבראַכט זײַנע לעצטע יאָרן. לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געשטאָרבן אין 1945. ער איז געווען צווישן די ערשטע מאָלער אין רוסלאַנד, אָבער זײַן נאָמען דאָרט ווערט בדרך־כּלל דערמאָנט אין שײַכות מיט זײַן באַרימטן זון, דעם רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, דער מחבר פֿון "דאָקטער זשיוואַגאָ".