‫פֿון רעדאַקציע

די פּאַלעסטינער האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אויפֿגעשטעלט זייער פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער, יאַסיר אַראַפֿאַט, אַ מאַווזאָליי. דערווײַל — אַ קורצווײַליקן, וואָס שטייט אויף רעלסן. דאָס מיינט, אַז אין בעסערע צײַטן וועט דער מאַווזאָליי "אַריבערפֿאָרן" צו זײַן שטענדיק אָרט, קיין ירושלים, ווען די שטאָט וועט ווערן די קרוינשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מלוכה. אַזוי האָט געטרוימט זייער "גרויסער ראַיִס", יאַסיר אַראַפֿאַט.

פֿאַר וואָס זשע דווקא איצט, נאָך דרײַ יאָר, זינט דער פּאַלעסטינער פֿירער איז ניפֿטר געוואָרן, האָט די איצטיקע מאַכט געשטעלט אים אַזאַ בכּבֿודיקן דענקמאָל. שוין זשע האָבן זיך פֿריִער נישט געפֿונען קיין מיטלען עס צו טאָן? פֿאַרשטייט זיך, אַז ניין! פֿון די שווערע מיליאָנען, וואָס קומען אַרײַן קיין ראַמאַלאַ, וואָלט די רעגירונג פֿון מאַכמוד אַבאַס שוין "אויסגעשניטן" אַ נייטיקע סומע, כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם ערשטן "קעמפֿער פֿאַר דער פֿרײַהייט פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק".

אין משך פֿון די דרײַ יאָר, האָט אַראַפֿאַטס נאָמען אַלץ שטילער און שטילער זיך געהערט אויף די גאַסן און ליקלעך פֿון די פּאַלעסטינער שטחים; אַלץ ווייניקער האָט מען געקאָנט זען אויף די ווענט און פּלויטן די ריזיקע פּלאַקאַטן מיט זײַן פֿאַרוואַקסענער צורה. וואָס זשע איז פּלוצעם געשען? קודם־כּל, דער גרויסער שפּאַלט מיט אַ יאָר צוריק און די צעשפּאַלטונג פֿון דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד". ביידע לאַגערן, וואָס קעמפֿן צווישן זיך, זײַנען געבליבן שטיין בײַ דער שטומער וואַנט פֿון נישט וויסן וואָס צו טאָן ווײַטער. די דאָזיקע וואַנט רופֿט איצט אַרויס בײַ די פּאַלעסטינער מאַסן נאָך מער כּעס און אומצופֿרידנקייט, ווי דער אָפּשייד־צוים, אויפֿגעשטעלט פֿון ישׂראל.

מאַכמוד אַבאַס און זײַן אַדמיניסטראַציע נייטיקן זיך איצט אין אַ ממשותדיקן סימבאָל פֿון אַ שטאַרקער מאַכט, פֿון אַחדות און פֿון אַ פֿאַראייניקטן נאַציאָנאַלן פֿראָנט קעגן דעם הויפּט־שׂונא — מדינת־ישׂראל. די אידעע פֿון אַ מאַווזאָליי, ווי אַ גראַנדיעז געבײַ, האָט זיך אין דער מאָדערנער געשיכטע אײַנגעוואָרצלט אין די מוחות פֿון די דיקטאַטאָרישע פֿירער. לענין־סטאַלין־מאַווזאָליי אין מאָסקווע, רוסלאַנד; דימיטראָוו־מאַווזאָליי אין סאָפֿיע, בולגאַריע; סוכע־באַטאָר און טשויבאַלסאַן אין אולאַן־באַטאָר, מאָנגאָליע; כאָ־שי־מין - אין האַנוי, וויעטנאַם... איצט — יאַסיר אַראַפֿאַט — דערווײַל אין ראַמאַלאַ.

דאָס אויפֿשטעלן אַזאַ מאַווזאָליי־סימבאָל האָט באַלד אויפֿגעוועקט אַ סאָלידאַריטעט־געפֿיל בײַ די "פֿאַטאַך"־אָנהענגער אין "כאַמאַסטאַן". דער מאַסן־מיטינג אין עזה, דעם 12טן נאָוועמבער האָט צונויפֿגענומען אַרום 300 טויזנט מענטשן, נישט געקוקט אויף די שטערונגען פֿון דער "כאַמאַס"־פֿירערשאַפֿט. ווי באַוווּסט, האָט די ריזיקע אונטערנעמונג זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ שיסערײַ. די מיליטאַנטן פֿון "כאַמאַס" האָבן געשאָסן גלײַך אויפֿן המון; 7 דערהרגעטע, 150 פֿאַרוווּנדעטע און הונדערטער אַרעסטירטע. די רעפּרעסיעס גייען אָן ווײַטער. דאָס איז דער ענטפֿער פֿון "כאַמאַס" אויף דעם סימבאָלישן רמז פֿון מאַכמוד אַבאַסעס אַדמיניסטראַציע זיך צו פֿאַראייניקן בײַם "אַראַפֿאַטס־שטיבל" און אָנגיין צוזאַמען ווײַטער, אונטער זײַן קעמפֿערישער פֿאָן, קעגן דעם אַלגעמיינעם פֿײַנט.

דער "בלוטיקער מאָנטיק" אין עזה האָט אָבער אויך אַנטפּלעקט, אַז די "פֿאַטאַך"־כּוחות זײַנען דאָרט גענוג שטאַרק, און אַז די מאַכט הייבט אָן שיסן אין פֿאָלק, איז עס אַ סימן פֿון איר אומבאַהאָלפֿנקייט און איר אונטערגאַנג.

און נאָך: דער נײַער מאַווזאָליי דאַרף אויך דינען ווי אַן אָנהערעניש פֿאַר ישׂראל, אַז די נאָכפֿאָלגער פֿון אַראַפֿאַטן וועלן זיך האַלטן ווײַטער בײַ די פּאָליטישע פּרינציפּן, וואָס ס‘האָט זיי אָנגעזאָגט זייער פֿאַרשטאָרבענער פֿירער. דהײַנו: שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה, מיט דער הויפּט־שטאָט ירושלים; אומקערן די מיליאָנען פּאַלעסטינער פּליטים; און בכלל נישט לאָזן צו רו דעם ציוניסטישן פֿײַנט...

איצט, ערבֿ דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, וואָס ווער ווייסט צי זי וועט בכלל פֿאָרקומען, קאָן דער נײַער פּאַלעסטינער פֿירער, מאַכמוד אַבאַס, אַרויסשטעלן נאָר אַזעלכע פֿאָדערונגען, וואָס קיין איין ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער וועט זיך נישט אונטערנעמען זיי אונטערצושרײַבן. אָבער אין דעם שטעקט טאַקע דער גײַסט פֿונעם ערשטן "קעמפֿער פֿאַר דער פֿרײַהייט פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק", יאַסיר אַראַפֿאַט, וואָס האָט, ווי זײַנע קאָמוניסטישע פֿאָרגייער, געפֿינען זײַן אייביקע רו אין אַ פּרעכטיקן מאַווזאָליי, דערווײַל אין "פֿאַטאַכלאַנד"...