פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות".

אויף דער זעלבער זײַט, אונטער דער ידיעה וועגן אַ פּראָטעסט-פֿאַרזאַמלונג פֿון הונדערטער לערער אין הויז פֿון דער "נײַער הסתּדרות", דערשײַנט אַ ידיעה וועגן דער וואַקסנדיקער פּלאָג פֿון דעם היימישן כוליגאַניזם צווישן דער יוגנט, וואָס האָט אין די לעצטע טעג גורם געווען אַ גאַנצע קייט פֿון רציחות. אין דער ידיעה ווערט דערציילט, אַז 40 פּראָצענט פֿון דער יוגנט אין לאַנד זענען הײַנטיקס יאָר געווען אויסגעשטעלט צו אָדער פֿאַרמישט אין כוליגאַניזם אין די שולן — לויט אַ פּובליק-טעסט פֿון דעם קאַרטאָגראַפֿישן אינסטיטוט אין תּל-אָבֿיבֿ; אַז אַ דריטל פֿון דער יוגנט אין לאַנד איז אין לעצטן יאָר געווען פֿאַרמישט מער ווי פֿיר מאָל אין מעסער-שטעכערײַ, און אַז יעדעס דריטע ייִנגל טרינקט אַלקאָהאָל: 61% פֿון זיי זענען אין עלטער פֿון 16־17 יאָר, 21% — ייִנגלעך פֿון 14־15 יאָר, און 3% — פֿון 12 און 13.

אויבנאויפֿיק איז נישט פֿאַראַן קיין דירעקטע שײַכות צווישן דעם שטרײַק פֿון די לערער און דעם אַלקאָהאָליזם, וואָס פֿירט צום ברוטאַלן כוליגאַניזם, צווישן דער יוגנט. געוויינלעך, לערנט דאָס די יוגנט פֿון די דערוואַקסענע, וואָס זענען גאַנץ היפּש אָנגעשטעקט פֿון דער דאָזיקער פּלאָג. אָבער אין די טעג פֿון זייער ליידיקגיין, ווען די לערן-אַנשטאַלטן זענען געשלאָסן צוליב דעם דויערנדיקן לערער-שטרײַק, ווערט דער כוליגאַניזם אַן אַקטיווער פֿאַרבײַט פֿאַר זייער לאַנגווײַליקייט און פֿאַר דער נישט באַשעפֿטיקטער ענערגיע, מחמת דער שטרײַק פֿון די לערער.

דעם זעלבן טאָג האָט אַ יונגערמאַן דערשאָסן אַ וועכטער בײַם אַרײַנגאַנג אין אַ פּאַב, אַ נאַכט-קלוב, ווײַל ער האָט אים אַ שעה פֿריִער נישט געלאָזט אַהין אַרײַנצוגיין; אויפֿן ספּאָרט-סטאַדיאָן אין ירושלים, אויפֿן ספּאָרט-סטאַדיאָן אין ירושלים, אין אַ קוישבאָל-פֿאַרמעסט צווישן "הפּועל ירושלים" און "הפּועל חולון", האָט אַ קיביצער, אַן אָנהענגער פֿון "הפּועל חולון", געוואָרפֿן אין מיטן שפּיל אַ רויך-באָמבע אויף דער אַרענע און איינער פֿון די אָרדנערס האָט בלוטנדיק פֿאַרלוירן דרײַ פֿינגער פֿון זײַן האַנט. דער "ספּאָרטיווער דיסק-וואַרפֿער" האָט דאָס זעלבע שוין געטאָן אויך פֿריִער, און מיט אַ וואָך צוריק, גענוי אין דעם יאָרטאָג פֿון יצחק ראַבין, איז ער געווען צווישן די קיביצערס לטובֿת "ביתר ירושלים", וועלכע האָבן געווילדעוועט אויפֿן "טעדי-סטאַדיאָן" בעת דער עולם איז גערופֿן געוואָרן צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דעם דערמאָרדעטן פּרעמיער-מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל. אין דער תּפֿיסה איז דעם טאָג געמלט געוואָרן דער יורש פֿון ראַבינס מערדער. 38 פּראָצענט ישׂראלים האָבן אין אַ פּובליק-טעסט זיך אַרויסגעזאָגט פֿאַר זײַן באַגנעדיקונג, פֿאַר קירצן זײַן שטראָף.

יענעם טאָג האָט געשטרײַקט די דערציִונג.

* * *

די פּראָטעסט-פֿאַרזאַמלונג פֿון די 600 לערער אין הויז פֿון דער הסתּדרות איז פֿאַקטיש געווען נישט קעגן דער רעגירונג און אויך נישט קעגן דעם שטרײַק, נאָר — גראָד קעגן דעם פֿאָרזיצער פֿון דעם הסתּדרותּישן לערער-פֿאַראיין אורי וואַסערמאַן און קעגן דעם הסכּם מיט דער רעגירונג אין די ראַמען פֿון דער פֿאָרגעלייגטער לערן-רעפֿאָרם, וועלכן ער האָט אונטערגעשריבן אין זייער נאָמען, אין דער צײַט ווען דער אַנדערער, דער נישט־הסתּדרותּישער פֿאַראיין פֿון די עלעמענטאַרע און מיטלשול-לערער אונטער דער דאָמינאַנטישער אָנפֿירונג פֿון רן ארז, האָט די רעפֿאָרם און דעם הסכּם קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן. ער פֿירט דעם שטרײַק מיט קעמפֿערישער עקשנות, אַרויספֿירנדיק די לערער אויף די גאַסן און אויף די שאָסייען, אָפּוואַרפֿנדיק יעטוועדע פּשרה און דראָענדיק נישט אויסצופֿאָלגן קיין צוואַנגס-דעקרעטן פֿון דעם אַרבעטס-געריכט, אויב דאָס געריכט וועט נאָכקומען דער ווענדונג פֿון דעם פֿינאַנץ-מיניסטעריום און פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר דערציִונג און בילדונג.

דאָס געריכט האָט אָבער פֿאַראָרדנט די צדדים אינטענסיוו צו פֿאַרהאַנדלען און צו דערגרייכן אַ הסכּם אין משך פֿון צוויי וואָכן — אָבער אויך ווען אַן אָננעמבאַרע פּשרה איז שוין געוואָרן דערגרייכט, אָדער כּמעט דערגרייכט, האָט רן ארז זיך אַפּגעזאָגט אַפּצושטעלן דעם שטרײַק כּל־זמן דער הסכּם מיט אַלע זײַנע פּאַראַגראַפֿן און הבֿטחות וועט נישט זײַן אונטערגעשריבן דורך אַלע באַרופֿענע אינסטאַנצן און אויב די אויסגעקעמפֿטע לוין-העכערונג וועט נישט רעאַליזירט ווערן שוין "אויפֿן אָרט".

* * *

אַזאַ לערער-שטרײַק אין אַזאַ פֿאַרנעם איז נאָך נישט געווען אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. און כאָטש זייער אַ סך עלטערן פֿון די איבער 600 טויזנט שילער האָבן פֿון דעם שטרײַק גאָר היפּשלעך געליטן, האָט אין משך פֿון דעם חודש געהערשט אַ זעלטענע עמפּאַטיע פֿון דער באַפֿעלקערונג צו די שטרײַקנדיקע לערער, צו וועלכע עס האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן פֿון די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן.

אין רעזולטאַט פֿון די יאָר-יערלעכע בודזשעט-קירצונגען האָט דער מצבֿ פֿון די לערער אין ישׂראל זיך אַראָפּגעקײַקלט צום נידעריקסטן שטאַפּל פֿון דעם סאָציאַלן לייטער, און צוזאַמען מיט אים האָט זיך אויך אַראָפּגעקײַקלט דער מצבֿ פֿון דעם ישׂראלדיקן שולוועזן, פֿון דער דערציִונג און בילדונג אין דער מדינה, וועמעס טרוימער, גרינדער און מנהיגים האָבן געוואָלט זען אין איר אַ מוסטער פֿאַר דער וועלט, אַן "אור לגויים" — כי מציון תּצא תּורה.

אין די יונגע יאָרן פֿון דער מדינה האָט איר יוגנט געהאַט אַ גוטן שם, און אין די כּלערליי אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן און פֿאַרמעסטן אין די גײַסטיקע דיסציפּלינען פֿלעגן די יונגע פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל פֿאַרנעמען די ערשטע ערטער און יעדעס מאָל אַהיימברענגען גאָר בּכּבֿודיקע אויסצייכענונגען, באַזונדערס אין די פֿאַרמעסטונגען אין מאַטעמאַטיק און אין אַנדערע גענויע וויסנשאַפֿטן. אָבער אין משך פֿון די יאָרן איז דער גײַסטיקער פּאָטענציאַל פֿון דער מדינה געוואָרן פֿאַרטאַכליעוועט. אין די מאַטעמאַטישע פֿאַרמעסטן זענען די יונגע ישׂראלדיקע רעפּרעזענטאַנטן "אָראָפּגעפֿאַלן" צום דריטן און פֿערטן צענדליק אין דער רשימה פֿון די קענטענישן.

געבליבן איז די אויבערהאַנט פֿון ישׂראל אין דעם "הײַ-טעק" און אין דעם געיעג נאָך עשירות, פֿון וועלכן עס וואַקסן אויס אָליגאַרכן מיליאַרדערן. און עס וואַקסט אויך די אָרעמקייט, די נויט, עס פֿאַרטיפֿן זיך די סאָציאַלע קאָנטראַסטן. די דערציִונג איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די עקאָנאָמישע רעפֿאָרמען און פֿון די וואַקסנדיקע קריגס-הוצאות.

די דערציִונג און בילדונג אין ישׂראל איז, ווייניקסטנס אין דער לעצטער העלפֿט פֿון איר קרוב זעכציק-יאָריקער עקזיסטענץ, געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם אינטענסיוו אָנגייענדיקן פּראָצעס פֿון דער גלאָבאַליזאַציע. נאָך דעם קורצן לײַכטן אָפּרו פֿון דעם קאַפּיטאַליזאַציע-פּראָצעס, אין דער קורצער תּקופֿה פֿון דער ראַבין-רעגירונג, איז דער בודזשעט פֿאַר דערציִונג באַדײַטנדיק געהעכערט געוואָרן, אָבער באַלד דערנאָך איז געקומען די טיפֿע עקאָנאָמישע דעפּרעסיע אין די ראַמען פֿון דער "געזונטמאַכונגס-רעפֿאָרם" פֿון ביבי נתּניהו, אין וועלכער די בודזשעטן פֿאַר דערציִונג און בילדונג, ווי אויך פֿאַר קונסט און פֿאַר די גײַסטיקע הצתּרכותן זענען צוועלף מאָל נאָכאַנאַנד רעדוצירט און פֿאַרקלענערט געוואָרן. אין די לעצטע יאָרן, ווען די רעגירנדיקע קאָאַליציעס האָבן אָנפֿאַרטרויט די ווירטשאַפֿט פֿון דער מדינה אין די הענט פֿון ביבי נתּניהו, איז דער בודזשעט פֿון דעם בילדונגס-מיניסטעריום געקירצט געוואָרן מיט פֿיר מיליאַרד שקלים, און דער שׂכר פֿון די לערער איז געוואָרן "אָפּגעריבן" אַזוי ווײַט, אַז די נײַע לערער מיט אַקאַדעמישער בילדונג, נאָך לאַנגע יאָרן פֿון העכערע לימודים, באַקומען הײַנט אַ חודש־געהאַלט, וואָס איז נידעריקער פֿון דעם מינימום-לוין, און נידעריקער פֿון אַ העלפֿט פֿון דעם אַלגעמיינעם דורכשניטלעכן לוין אין דער ווירטשאַפֿט.

אין דער אינטערנאַציאָנאַלער רשימה פֿון די לערער-פֿאַרדינסטן געפֿינט זיך הײַנט ישׂראל אויף איינעם פֿון די לעצטע ערטער — פֿאַר טערקײַ. דער נידעריקער "ווערט" און מעמד פֿון דעם לערער-פֿאַך ציט נישט צו קיין נײַע פּראָפֿעסיאָנעלע כּוחות, באַזונדערס קיין יונגע מענער.

כּמעט יעדעס יאָר פֿלעגן די לערער פֿאַרשטרײַקן מיטן אָנהייב פֿון דעם שוליאָר, אָבער די דערגרייכטע פֿאַרגיטיקונגען האָבן נישט מצליח געווען צו דעריאָגן די תּמיד אויפֿגעקומענע גזירות און פֿאַרערגערונגען.

נאָך יאָרן פֿון רעדוקציעס און דורכגעפֿאַלענע "רעפֿאָרמען", אײַנשליסלעך די לעצטע, א"ג דבֿרתּ־רעפֿאָרם, איז איצט געקומען דער פֿיל צוזאָגנדיקער אויסגעברייטערטער רעפֿאָרם-פּראָיעקט פֿון דער נײַער מיניסטאָרין יולי תּמיר, נאָך דעם ווי צום ערשטן מאָל נאָך אַלע רעדוקציעס איז דער בודזשעט פֿאַר בילדונג אין דעם איצטיקן מדינה-בודזשעט געוואָרן באַדײַטנדיק פֿאַרגרעסערט. ער איז אָבער נאָך אַלץ נישט גענוג, כּדי צו פֿאַרגיטיקן די לערער און צוצוציִען נײַע יונגע כּוחות. די לערער פֿאַרלאַנגען נישט בלויז אַ באַדײַטנדיקע העכערונג פֿון די לוינען, אין דער הייך פֿון 36%, נאָר אויך אַ פֿאַרקלענערונג אויף אַ העלפֿט פֿון דער צאָל תּלמידים אין די קלאַסן, צוריקצוקערן די 8 וועכנטלעכע שעהן, וואָס זענען געשניטן געוואָרן פֿון דעם וועכנטלעכן לערן-פּראָגראַם פֿאַר די שולן, און נאָך אַ גאַנצע ריי פֿאַרגיטיקונגען פֿאַר די לערער און פֿאַרלײַכטערונגען פֿון זייערע אַרבעטס-באַדינגונגען.

אַ טייל פֿון די פֿאַרלאַנגטע באַגיטיקונגען זענען אײַנגעשלאָסן אין דער פֿאָרגעלייגטער רעפֿאָרם פֿון דער לערן-סיסטעם, אָבער זיי זענען צעלייגט אויף די פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַטעגאָריעס פֿון די לערער, און אויף אַ צאָל יאָרן, ביז 5 יאָר און מער. דאָס פֿינאַנץ-מיניסטעריום, וואָס איז דער דאָמינירנדיקער צד אין די פֿאַרהאַנדלונגען, איז לכתּחילה געווען גרייט אײַנצוגיין אויף אַ לוין-העכערונג פֿון 5%, וואָס זאָלן צעלייגט ווערן אויף דרײַ מאָל אין די 5 יאָר, — דהײַנו צו 1.6%, וואָס איז געוואָרן אָנגענומען דורך די שטרײַקנדיקע ווי אַ טיפֿע באַליידיקונג. אין גאַנג פֿון די אונטערהאַנדלונגען און כּלערליי פֿאַרמיטלונגען איז די פֿאָרגעלייגטע העכערונג געשטיגן ביז 26% — אָבער מיטן תּנאי, אַז די לערער זאָלן פֿאַר דעם געהעכערטן שׂכר אָפּאַרבעטן נאָך 12 שעה אַ וואָך: אָנשטאָט 24 שעה זאָלן זיי אַרבעטן 36 שעה. די לערער האָבן דאָס קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן, מחמת זיי אַרבעטן במילא אַ סך שעהן אין טאָג אין דער היים — צוגרייטן די לעקציעס, קאָנטראָלירן די העפֿטן מיט די היים-אַרבעטן אאַ"וו.

רן ארז האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ האַרטער נוס, וועלכער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן דעם דרוק און די לאָקונגען פֿון די מלוכישע אינסטאַנצן און דער אָרגאַניזירטער העץ-קאַמפּאַניע קעגן אים מצד די פֿאַרשיידנאַרטיקסטע אָפֿיציעלע און נישט-אָפֿיציעלע פֿאַקטאָרן. די הסתּדרות, וועלכע האָט פֿריִער געהאַט געשטיצט דעם רעפֿאָרמען-פּראָיעקט און האָט זיך קעגנגעשטעלט דעם שטרײַק, האָט געענדערט איר שטעלונג, אַפֿילו זיך שוין געגרייט צו פּראָקלמירן אַן אַלגעמיינעם סאָלידאַריטעט-שטרײַק, און איז צום סוף געוואָרן אַ פֿאַרמיטלערין צווישן די צדדים. דאַקעגן דער מוניציפּאַלער צענטער, וועלכער פֿירט אָן מיט די אָרטשאַפֿטן און וואָס דורך אים ווערן אויסגעצאָלט די לוינען פֿאַר די לערער — איז צוערשט געוואָרן אַ פֿאַרמיטלער, און צום סוף זיך אָנגעשלאָסן צום צד פֿון דעם פֿינאַנץ-מיניסטעריום, וועלכער איז דער באַלעבאָס איבער דער מלוכישער קאַסע און איבער אַלע "קליִענטן" פֿון זײַנע אַסיגנאַציעס. די מיניסטאָרין פֿאַר דערציִונג און בילדונג, פּראָפֿ' יולי תּמיר, קעגן וועמען עס זענען געריכטעט אַלע טענות, באַשולדיקונגען און קללות — האָט לאַוורירט צווישן ביידע צדדים אין דעם שווערן קאָנפֿליקט, אין צענטער פֿון וועלכן זי געפֿינט זיך.

ווען דער שטרײַק וועט זיך פֿאַרענדיקן, די לערער און די תּלמידים וועלן זיך צוריקקערן אין זייערע קלאַסן און די בילדונגס-מיניסטאָרין וועט זיך צוריקקערן צום רעגירונגס-טיש, וועט זי דאַרפֿן, צוזאַמען מיט די אַנדערע מיניסטאָרן זיך אײַנשטעלן פֿאַר דעם בילדונגס-בודזשעט קעגן דער אויטאָמאַטישער 5־פּראָצענטיקער (אָדער אַנדערער) בודזשעט-רעדוקציע פֿון אַלע מיניסטעריומס, כּדי צו פֿינאַנצירן די דערגרייכטע לוין-העכערונג פֿאַר די לערערס — ווי עס פֿירט זיך געוויינלעך אין אַלע ענלעכע פֿאַלן בײַם רעגירונגס-טיש.

תּל-אָבֿיבֿ, דער 13טער נאָוועמבער 2007