דער נאַפֿט ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער, און דער אַמעריקאַנער דאָלאַר ווערט אַלץ ביליקער און ביליקער. אמת, ווען מע רעכנט איבער די רעאַלע פּרײַזן, באַקומט זיך, אַז אין די 1980ער יאָרן איז דער נאַפֿט געווען נאָך טײַערער ווי איצט. ס׳איז אויך אמת, אַז אַזעלכע היסטאָרישע פֿאַרגלײַכן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שוואַכע טרייסט. וועמען העלפֿט די טעאָריע, אַז אַ מאָל איז עפּעס געווען אַ יקרות, אַז מע דאַרף הײַנט – דאָס הייסט, ניט טעאָרעטיש, נאָר פּראַקטיש — צאָלן אַ סך מער פֿאַרן ברענשטאָף, וואָס מע גיסט אַרײַן אין די אויטאָס. אַז ס׳איז טײַערער צו טראַנספּאָרטירן מענטשן און סחורה, ווערט טײַערער, אין לעצטן סך-הכּל, כּמעט אַלץ.
ס׳איז באַוווּסט, אַז אינדיע און כינע שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין די וואַקסנדיקע פּרײַזן אויף ענערגיע-רעסורסן. די ביליקע סחורה אין די אַנטוויקלטע לענדער איז בדרך-כּלל ביליק, ווײַל מע אַרבעט זי אויס אין אַזעלכע לענדער ווי כינע צי אינדיע. דאָך – אויף דער שפּיץ פֿון דער פּיראַמידע פֿון ביליקע אַרבעטער – מאַכט עמעצער גאָר ניט ווייניק געלט. דער סוף איז, אַז מיליאָנען תּושבֿים פֿון אָט די לענדער מיט אין-סופֿיקע באַפֿעלקערונגען זעצן זיך אַריבער פֿון העלפֿאַנדן, אייזלען און ראָווערס אויף אויטאָס. יעדער אויטאָ, ווי מיר ווייסן, פֿרעסט נאַפֿט.
דער וואַקסנדיקער ענערגיע-דאָרשט פֿון די אַזיאַטישע גיגאַנטן איז אַ פּראָצעס, וואָס בײַט ניט די פּרײַזן אין משך פֿון עטלעכע טעג. ווען די בערזעס איבער דער גאָרער וועלט הייבן אָן משוגע צו ווערן, הייסט עס ניט, אַז מיט אַ טאָג פֿריִער האָט מען פּלוצעם פֿאַרקויפֿט טויזנטער אויטאָס אין אַ כינעזישער שטאָט. דאָס הייסט גאָר אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: אַז דער מצבֿ אין די געגנטן, וווּ מע פּאָמפּט אויס נאַפֿט, איז געוואָרן נאָך ערגער. ס׳איז דאָך גענוג, אַז עס זאָל נאָר אָנהייבן שמעקן מיט פּולווער, ווי די פּרײַזן הייבן אָן קריכן באַרג-אַרויף.
דאָס שטײַגן פֿון די פּרײַזן איז אַ גוטע נײַעס פֿאַר די אינטערנאַציאָנאַלע נאַפֿט-קאָרפּאָראַציעס, אַזעלכע ווי "עקסאָן-מאָביל" און "בריטיש פּעטראָליום", ווי אויך פֿאַר די לענדער, וועלכע עקספּאָרטירן נאַפֿט. ווי אַ פּועל-יוצא, מאַכט עס שטאַרקער אַזעלכע פֿירער ווי הוגאָ טשאַוועס און וולאַדימיר פּוטין.
אין ווענעזועלאַ, העלפֿט דאָס נאַפֿט-עשירות צו פֿינאַנסירן די אייגנאַרטיקע סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע, וועלכע איז אַזוי צום האַרצן דעם המון. אין אַ געוויסן זין, קען מען זיי פֿאַרשטיין: די נאַפֿט-געלטער געבן די בירגער פֿרײַע מעדיצין, פֿרײַע בילדונג און ביליקע אַכילה. עס קלינגט גוט, בפֿרט פֿאַר אָרעמע לײַט. אָבער צוזאַמען מיט דעם דאָזיקן אַלט-רוימישן פּאָפּוליסטישן קונץ פֿון "ברויט און שוישפּילן" ווערט שטאַרקער די פּערזענלעכע דיקטאַטור פֿון טשאַוועסן. ווי עס ווײַזן די סטודענטישע פּראָטעסטן, פֿאַרשטייט עס גוט דער געבילדעטער, באַוווּסטזיניקער טייל פֿון דער ווענעזועלער באַפֿעלקערונג. אָבער זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר נאָר אַ מינאָרעטעט.
נאָך ערגער איז דער מצבֿ אין אַזאַ לאַנד ווי אַנגאָלע, וווּ מע צעגנבֿעט עס פּשוט. ס׳רובֿ אַנגאָלער פֿארדינען ניט מער ווי צוויי דאָלאַר אַ טאָג. און אַזוי האַלט זיך עס שוין אַ יאָר פֿינף, ניט געקוקט אויף די ריזיקע געלטער וואָס מע האָט דערווײַל באַקומען פֿון נאַפֿט. רײַך ווערט נאָר אַ קליינטשיקע כּנופֿיא, דער עיקר, מענטשן פֿון דער רעגירונג און אַרום דער רעגירונג. בינו-לבינו, איז אַנגאָלע געוואָרן דער הויפּט-קוואַל פֿון נאַפֿט פֿאַר כינע, און אַמעריקע באַקומט אויך פֿון דאָרטן אַ היפּשן חלק פֿונעם נאַפֿט-אימפּאָרט.
ווי עס ווײַזט די געשיכטע און די טאָג-טעגלעכע רעאַלקייט, האָבן די נאַפֿט-רײַכע לענדער אַ שטיקל ליצענץ פֿאַר אויפֿפֿירן זיך אַזוי, וואָס מע האַלט פֿאַר "ניט-לײַטיש" לגבי די איבעריקע לענדער. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע טאָר ניט איבערטרעטן אַ "רויטע ליניע". אַזוי האָט געטאָן איראַק, און מיר ווייסן וואָס פֿון דעם האָט זיך באַקומען. אָבער די אַראַבישע מלכים און שייכן פֿון "פֿרײַנדלעכע" נאַפֿט-מדינות קענען פֿײַפֿן אויף די ריידערײַען מכּוח דעמאָקראַטיע וכו׳. עס שטייט צו זיי ניט צו די מערבֿדיקע שטילע ניט-צופֿרידנקייט.
איצט — רוסלאַנד. אַ דאַנק די הויכע נאַפֿט-פּרײַזן, קען פּוטינס רעגירונג פֿינאַנסירן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָגראַמען. די טוריסטישע אַטראַקציעס אין צענדליקער לענדער פֿון דער וועלט האָבן שוין אײַנגעפֿירט רוסיש ווי אַ וויכטיקע שפּראַך פֿאַר עקסקורסיעס. ניט נאָר דער המון, נאָר אויך די רײַכע זײַנען צופֿרידן. מע טראַכט אַפֿילו ניט וועגן געבן געלט פֿאַר אָפּאָזיציאָנעלע פּאַרטייען. מע האָט מורא, פֿאַרשטייט זיך. אָבער אויך — צוליב וואָס? אַז מע לעבט אַזוי אויך גוט. די רוסישע רײַכע ווערן נאָך רײַכער. זיי פֿירן אַ גרויסן שטאַט און לאָזן ניט די פּרײַזן צו פֿאַלן אויף דעם לאָנדאָנער מאַרק פֿון טײַערע הײַזער און דירות. מע טראָגט פּוטינען אויף די הענט און מע פֿאַרגעסט, אַז דער נס פֿון זײַן דערפֿאָלג האָט אַ סך צו טאָן מיט דעם, וואָס פֿאַר די יאָרן פֿון זײַן ממשלה זײַנען די נאַפֿט-פּרײַזן געוואָרן זעקס מאָל העכער.