ייִדיש־וועלט

(דאָס ערשטע אַרטיקל)

די יאָרן בײַטן זיך ווי די סעזאָנען, און מיר שטייען שוין אויף דער שוועל צווישן 2007 און 2008. און יעדעס יאָר, ווען איך פֿאַרענדיק דעם צווייטן זמן פֿונעם ערשטן יאָר מיט די אָנהייבער, קלאָג איך און וויין אַז אַזאַ קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל מער נישט האָבן. העלפֿט גאָט, און דער נײַער קלאַס איז פּונקט אַזוי מאָטיווירט און פֿול מיט ענטוזיאַזם ווי דער פֿאַראַיאָריקער קלאַס, און אַלע קלאַסן פֿאַר זיי. זיי שמייכלען ווען עס געפֿעלט זיי עפּעס, און בײַם פֿאַרלאָזן דעם קלאַס זאָגט מען זיך נישט נאָר “זײַט געזונט!" נאָר זיי גייען אַוועק מיט “אַ שיינעם דאַנק," וואָס זיי האָבן פֿון זיך אַליין געוואָלט וויסן ווי צו זאָגן. דאָס איז אַ זעלטנהייט אין מײַנע מקומות, מען זאָל מיר דאַנקען בײַם אַוועקגיין. דאָס מאָל בין איך ווידער באַגליקט געוואָרן מיט אַ נישקשהדיקער צאָל סטודענטן. ס'רובֿ, ווי די לעצטע צען יאָר, מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. אַ מחיה צו לערנען מיט זיי, ווײַל זייער ייִדישקייט איז בשלמותדיק. וואָס עס פֿעלט זיי זײַנען די קולטור־שפּײַכלער אונדזערע, וועלכע שטייען איבערגעלאָדן מיט חכמה, וויסן, ייִדישע לשונות, אונדזער לשון־קודש־אַראַמעיִש, וואָס איז געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער לשון־ייִדיש, פֿאָלקלאָר, הומאָר, געזאַנג און אָן אַ שיעור ווערטלעך און אידיאָמען וואָס גייען אַרײַן אינעם לימוד ייִדיש. ווי יעדעס יאָר, גיב איך די סטודענטן די ערשטע וואָך אין קלאַס, אַ סעריע טעמעס, אויסצוקלײַבן פֿאַר זיך און זי באַשרײַבן. אַזוי באַקען איך זיך מיט זיי. זיי שרײַבן די אַרבעט אויף ענגליש און איך זעץ עס פֿאַר זיי איבער אויף ייִדיש. פֿאַר זיי איז עס אַ גרויסע פֿרייד. זיי זעען עס געדרוקט אין “פֿאָרווערטס" און באַווײַזן זיך דערמיט פֿאַר טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע און דער רעשט פֿון דער משפּחה. פֿאַרשטייט זיך אַז אַלע סטודענטן קומען אָנגעגורט מיט זייערע ייִדישע נעמען, און אויב נישט, גיב איך זיי אַ ייִדישן נאָמען און איך זאָג זיי דערבײַ: “אויב איר שיקט מיר אַ בליצפּאָסט און שרײַבט זיך אונטער 'סקאָט,' אָדער 'וויטני,' וועל איך אײַך געדענקען נאָר דורך אײַערע ייִדישע נעמען, נעמען וואָס האָבן וואָרצלען אין ייִדישקייט."

מאַלי עלקינס

כאָטש דאָס איז אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע, ווערט ייִדיש נישט גערעדט צווישן די ייִדן אין אַמעריקע הײַנט. אָבער ייִדיש ווערט נאָך אַלץ גערעדט און בליט אין אַ צאָל חסידישע געגנטן. נישט נאָר ווערט עס גערעדט, נאָר עס איז בײַ זיי די הויפּטשפּראַך, וואָס מען הערט אויף די גאַסן און אין דער היים. דאָס איז צוליב דעם וואָס ייִדיש פֿאַרבינדט זייער לעבן אין אַמעריקע הײַנט צו טאָג, מיט זייער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור פֿון הונדערטער יאָרן. אין אייראָפּע איז דאָס לעבן געווען אין גאַנצן אַנדערש ווי דאָס איז אין אַמעריקע הײַנט. ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן געפֿירט איזאָלירטע קהילות, וווּ די פֿרומע ייִדישקייט איז געווען דאָס איינציקע לעבן וואָס זיי האָבן געפֿירט. עס איז געווען קאָנצענטרירט אויף דער תּורה און אַ רעליגיעזן אופֿן פֿון לעבן. דאָרט האָבן געבליט ישיבֿות. זיי האָבן קוים געהאַט אַ פֿאַרבינדונג מיט דער דרויסנדיקער, סעקולערער וועלט און וועלטלעכע אידייען. ווען זייער לעבן איז געווען אין סכּנה, זײַנען אַ סך פֿון זיי געקומען קיין אַמעריקע. אַמעריקע איז געווען באַקאַנט ווי אַ טריפֿהנע מדינה מיט אַ וועלט פֿון שלעכטע השפּעות, אַזוי אַז די פֿרומע ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס. האָבן זיי דאָ אויפֿגעשטעלט זייערע אייגענע קהילות, אַזעלכע ווי זיי האָבן מיטגעברענגט פֿון אייראָפּע, מיט ייִדיש ווי זייער הויפּטשפּראַך אַזוי ווי עס איז געווען אַמאָל. אַזוי נאָך האָבן זיי אויסגעמיטן די סעקולערע וועלט אַרום זיי, סײַ צוליב די באַגרענעצקייט פֿון קענען ענגליש, סײַ צוליב דעם וואָס עס איז זיי געלונגען אויפֿצושטעלן אַ לעבן ווי זיי האָבן עס געדענקט פֿון זייערע טאַטע־מאַמע, אַרומגענומען מיט תּורה און רעליגיעזע ווערטן.

יעטאַ לעווין

די לעצטע הונדערטער יאָרן האָט מײַן משפּחה גערעדט ייִדיש. מײַנע זיידע־באָבע, שארית־הפּליטה, האָבן מיט זיך מיטגעברענגט אַהער נאָך דער מלחמה זייער ייִדישע קולטור. מײַן טאַטע איז אַהערגעקומען נאָך ווי אַן עופֿעלע בעת מײַן מאַמע האָט נישט פֿאַרלאָזט רומעניע ביז דער עלטער פֿון אַכצן יאָר. ביידע טאַטע־מאַמע און די רעשט פֿון דער משפּחה, האָבן גערעדט ייִדיש ווי די הויפּטשפּראַך אין דער היים. די עלטערן האָבן זיך באַמיט אויפֿצוהאַלטן די זעלבע קולטור מיט וועלכער זיי זײַנען אויפֿגעכאָוועט געוואָרן. און אַזוי האָבן זיי איבערגעגעבן די שפּראַך און קולטור סײַ מיר, און סײַ מײַנע עלטערע ברידער און שוועסטער. מײַן טאַטנס משפּחה שטאַמט אָפּ פֿון פּוילן און זייער ייִדיש האָט געקלונגען מיטן פּויליש־ייִדישן דיאַלעקט. פּונקט פֿאַרקערט איז עס מיט מײַן מאַמעס צד. זיידע־באָבע שטאַמען פֿון רומעניע, דעמאָלט האָט עס נאָך געהערט צו טשעכאָסלאָוואַקײַ. זיי האָבן גערעדט ייִדיש מיט אַ דײַטשישן דיאַלעקט. בין איך פֿון די גליקלעכע, וואָס ווי נאָך אַ יונג קינד האָב איך געהערט אַ צונויפֿמיש פֿון דיאַלעקטן און געשיכטעס. איך בין שטאַרק פֿאַרחידושט ווען איך הער מײַנע עלטערן רעדן ייִדיש און איך פֿיל ממש ווי קאָלירפֿול די ווערטער קלינגען. זיי מאָלן אויס בילדער מיט זייער שפּראַך וואָס מע קען נישט אויסמאָלן אין קיין שום אַנדער שפּראַך. ייִדיש איז אַן אויסדרוקספֿול לשון מיט אַ קולטור און אַ געשיכטע אונטער זיך וואָס ס'רובֿ שפּראַכן קענען זיך נישט פֿאַרמעסטן מיט איר. פֿאַראַן פֿאַרשיידענע ווערטער, אָביעקטן און מעטאַפֿאָרן וואָס קענען דינען ווי אַ מכשיר. ווי אַ קינד, פֿלעגן מײַנע עלטערן וואָכן לאַנג פֿאַרברענגען די זומער־וואַקאַציעס מיט ביידע באָבעס און זיידעס, האָט מען גערעדט בלויז ייִדיש. ביידע באָבעס און זיידעס זײַנען נישט געווען פֿליסיק אין ענגליש, און מיט דער צײַט האָב איך גאַנץ גוט געקענט נאָכגיין זייער לשון. איך פֿאַרשטיי ערשט איצט, אַז דאָס איז נישט חל בײַ דעם יונגן ייִדישן דור הײַנט. איך האָף נאָר, אַז איך וועל זיך אָנזאַמלען מיט אַ ייִדישן וואָקאַבולאַר און מיט דער צײַט ווערן פֿליסיק דערין, אַזוי אַז איך וועל קענען ממשיך זײַן די שפּראַך מיט מײַנע אייגענע קינדער.

יעל האָל

איך בין נישט אויסגעוואַקסן מיט דער טיפּישער באָבען, וועלכע האָט געדאַרפֿט צופֿעפֿערן מײַן לעבן און לשון מיט ייִדיש, און דערמיט באַגרענעצט מײַן וואָקאַבולאַר צו סטערעאָטיפּישע ייִדישיזמען. אָפּגעזונדערט פֿון אָט דער וועלט, מוז איך זיך מודה זײַן, אַז איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין אינטערעס צו אַ שפּראַך וואָס האָט גלאַט עקזיסטירט ווי אַ פּרט אין מעשׂהלעך אין אונדזער אייראָפּעיִשער פֿאַרגאַנגענהייט. דווקא רוסיש האָט אַלע מאָל פֿאַרכאַפּט מײַן אינטערעס צוליב דעם וואָס איך בין אויפֿגעוואַקסן צווישן רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן. אָט־אָ דער פֿאַקט האָט מיך געפֿירט דערצו איך זאָל אָנהייבן צו קלײַבן אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן. בײַם צוגרייטן זיך צו קלײַבן עסייען און אינטערוויוען איז פֿאַר מיר געוואָרן קלאָר אַז אַ חוץ די געשיכטלעכע ווערטן, איז עס געווען אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט אַרויסצוקריגן אַ לעבעדיק און פּערזענלעך בילד פֿון דער פֿאַרגאַנגעהייט פֿון די אימיגראַנטן. אָט די פֿאַרגאַנגענהייט נעמט אַרײַן אין זיך מער ווי סתּם אַ געשיכטע פֿון פֿאַקטן. דאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער קולטור, לעבן און שפּראַך. כאָטש איך בין געווען אונטערן אײַנדרוק אַז מײַן קענען די רוסישע שפּראַך איז פֿאַר מיר גענוג, האָב איך באַלד אָנערקענט אַז איך בין נישט דאָ אײַנשטודירן אַ געוויס פֿאָלק, וועמענס שפּראַך איז נישט געווען דווקא רוסיש, און כאָטש ס'רובֿ פֿון די מענטשן וועלכע איך האָב אינטערוויויִרט זײַנען דווקא נישט געווען קיין ייִדיש־רעדער, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אינעם געדאַנק, אַז ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שפּראַך וואָס אַנטהאַלט אין זיך די זעלבע קוואַליטעטן, און דאָס האָט מיך צוגעצויגן צו ייִדיש. ייִדיש איז אַ בינד־פֿאָדעם צו דער פֿאַרגאַנגעהייט, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קולטור און אַ לעבן וואָס קען צו יעדער מינוט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ לעבעדיקער איצטיקייט און צוקונפֿטיקייט, אויב מ'האַלט זיך אָן אין איר און מ'שטודירט זי. אין דעם פּרט אַנטהאַלט עס אין זיך אַ ממשותדיק געוויכט. איז פֿאַרוואָס זשע ייִדיש? ווײַל עס איז ווערט די אָנשטרענגונג אָנצוהאַלטן זיך אין איר. נישט צו פֿאַרנאַכלעסיקן אָדער חלילה פֿאַרלירן זי.

ווען איך בין אויפֿגעוואַקסן און געוווּסט, אַז מײַנע עלטערן זײַנען פֿיל־שפּראַכיק, האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַרוואָס איז ייִדיש נישט געווען איינע פֿון זיי. איך האָב זיך אָנגעשטויסן אין רוסיש, פּויליש, העברעיִש און דײַטש בעת זיי האָבן געשמועסט צווישן זיך. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט אַז דאָס זײַנען די שפּראַכן מיט וועלכע זיי האָבן זיך באַנוצט באַזירט אויף זייער וויסן און פֿון וואַנען זייערע באָבעס און זיידעס האָבן געשטאַמט. זינט איך האָב קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זיי רעדן, האָב איך זיך נישט געכאַפּט אַז די שפּראַך מיט וועלכער זיי באַנוצן זיך איז דווקא געווען ייִדיש כאָטש ייִדיש איז דאָך געווען דאָס אַלגעמיינע לשון מיט וועלכן ייִדן האָבן זיך באַנוצט אין פֿאַרשיידענע קהילות אין אייראָפּע. עס אַנטהאַלט דאָך אין זיך סײַ דײַטש, העברעיִש און סלאַווישע עלעמענטן. די איצטיקע פֿאַרבינדונג וואָס איך האָב געהאַט מיט ייִדיש, איז געווען ווען מײַנע פֿרײַנד האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין מיטן דערינען ווערטער ווי "אַ ביסעלע," און "גענוג." איך בין אָבער געווען אַנדערש פֿון זיי, ווײַל זיי האָבן זיך אויסגעלערנט די ווערטער פֿון זייערע באָבעס און זיידעס און האָבן געקענט פֿאַרשטיין אַ פּשוטן שמועס, האָב איך געפֿילט אַז זיי זײַנען באַרעכטיקט צו באַנוצן זיך מיט אָט די פֿראַזעס, ווײַל זיי האָבן געהאַט צוטריט צו דער שפּראַך צוליב דער געשיכטע פֿון זייער משפּחה. איך ווידער, האָב נישט געהאַט דעם צוטריט און פֿאַרשטאַנד וועגן דער וויכטיקייט פֿונעם ייִדישן לשון, ביז מיר האָבן באַקומען אין קלאַס די אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם ענין. ערשט דעמאָלט האָב איך זיך טאַקע געוואָנדן צו מײַנע זיידע־באָבען וועגן ייִדיש און אויסגעפֿונען אַז איך בין אויך אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט. ווי אַן ענטפֿער צו דער פֿראַגע וואָס איך האָב געשטעלט מײַנע זיידע־באָבען: "פֿאַרוואָס רעדט איר נישט קיין ייִדיש?" האָבן זיי מיר געענטפֿערט, אַז ייִדיש איז דאָס לשון וואָס זיי באַנוצן זיך דערמיט מערסטנס, אַחוץ ענגליש און העברעיִש וואָס זיי נוצן זייער אָפֿט. אַ שאָד, אַ שאָד וואָס איך קען זיך נישט אויסקויפֿן מיט קיין זאַך פֿאַר מײַן טעות.

אַפֿילו איך, וועלכע בין געווען אין גאַנצן אין דער פֿינצטער, אַז די משפּחה באַנוצט זיך מיט ייִדיש אין זייער טעגלעך לעבן. האָב איך בלויז געוווּסט, אַז “מילכיק" און “פֿליישיק," זײַנען צוויי אָנגענומענע טערמינען וואָס שילדערן אַ געדאַנק. עס איז קלאָר, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, און איז ממשיך ביזן הײַנטיקן טאָג צו זײַן אַ טייל פֿון ייִדישן לעבן. ייִדיש פֿאַרבינדט ייִדן פֿון אומעטום. ס'איז אַן אופֿן פֿון קאָמוניקאַציע, וואָס איז נישט פֿאַרבונדן מיט אַ ספּעציפֿיש אָרט. ייִדיש פֿאַרשטאַרקט אונדזער אַלגעמיינע ירושה. איך וויל זיך לערנען ייִדיש, ווײַל איך וויל זיך נעענטער באַקענען מיט דער שפּראַך און איר קולטור, אָבער וויכטיקער פֿון אַלעם, וויל איך שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אין ממשיך זײַן איר ירושה.