פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פּאָלאַ סינקלער און טשאַרלי האָל
פּאָלאַ סינקלער און טשאַרלי האָל

ווען אַ מענטש באַשליסט, אַז ער וויל זיך מגייר זײַן אויפֿן אָרטאָדאָקסישן אופֿן, דאַרף ער, צו ערשט, באַווײַזן, אַז ער האָט נישט קיין באַהאַלטענע כּוונות; אַז ער טוט עס נישט, למשל, ווײַל ער האָט ליב אַ ייִדיש מיידל. פֿאַרקערט, די אָרטאָדאָקסישע רבנים באַמיִען זיך אָפּצורעדן די פּאָטענציעלע גרים דערפֿון; זיי עצהן זיי צו געפֿינען זייער דרך צום אייבערשטן דורך פֿאָלגן די זיבן מיצוות בני־נח (די הימלישע געזעצן, וואָס אַלע מענטשן דאַרפֿן פֿאָלגן) און זיך פֿירן ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש.

הרבֿ מאיר פֿאָנד, דער גרינדער פֿונעם "פֿלעטבושער מנין" אין ברוקלין, נ״י, און איינער וואָס לערנט מענטשן אויף גיור, האָט דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער נעמט אָן טאַקע זייער אַ קליינע צאָל תּלמידים אין זײַנע קלאַסן. "צוליב דעם וואָס מע קאָן קיין מאָל נישט וויסן פֿון פֿריִער, ווער וועלן זײַן די בעסטע קאַנדידאַטן, קלײַב איך אויס יענע, וואָס האָבן שוין אַרויסגעוויזן אַ פֿעסטע איבערגעגעבנקייט, וואָס זיי גייען יעדן שבת און יום־טובֿ אין שיל, און לעבן זיך אויס אין אַ פֿרומען לעבן־שטייגער. איך ריכט זיך נישט, אַז דאָס זאָל געשען איבערנאַכט. און דערפֿאַר קען עס אַמאָל נעמען חדשים, אָדער אַפֿילו יאָרן."

ס׳רובֿ גרים, אויב זיי האָבן חתונה, טוען עס מיט אַ געבוירענעם ייִד, און דערמיט "קויפֿן זיי זיך אײַן" אַ ייִדישע משפּחה און נײַע ייִדישע וואָרצלען. ווי איז אָבער מיט אַ גר וואָס האָט חתונה מיט אַ צווייטן גר? איז דאָס שווערער, ווײַל קיין משפּחהדיקע שוץ־נעץ איז נישטאָ? איז זייער לעבן בכלל אַנדערש פֿון אַ פּאָרפֿאָלק ווי בלויז איינער איז אַ גר?

פּאָלאַ סינקלער, אַ דאָקטערשע און פֿרומע גיורת אין בראָנקס, האַלט, אַז ס׳איז דווקא אַ מעלה וואָס זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ גר. איר מאַן, טשאַרלי האָל, איז אַ ביאָ־סטאַטיסטיקער בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. "מיר האָבן אַן ענלעכן הינטערגרונט," האָט זי דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". "ביידע האָבן מיר קינדווײַז געפּראַוועט ניטל. ביידע זענען מיר זייער געטרײַ דעם ציל פֿון פֿירן אַ פֿרום ייִדיש לעבן, ווײַל מיר טוען עס נישט פּשוט ׳ווײַל אַזוי האָט די באָבע געטאָן׳. פֿאַרקערט, אויב טשאַרלי וואָלט געווען אַ ייִד פֿון געבורט (אויף ענגליש רופֿט מען דאָס אַן FFB אָדער frum from birth), וואָלט עס מיר אפֿשר געווען אַ ביסל שווערער ווײַל אונדזער באַציִונג וואָלט נישט געווען קיין גלײַכע. ער וואָלט געהאַט אַ גאַנצע ייִדישע משפּחה מיט טראַדיציעס, נישט איך. וואָלט איך געפֿילט, אַז איך דאַרף אים לאָזן באַשליסן ווי אַזוי מיר זאָלן זיך פֿירן. אַזוי ווי עס איז איצט, זענען מיר גלײַך, און איך דאַרף קיין מאָל נישט באַהאַלטן מײַן נישט־ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט."

אויפֿגעוואַקסן איז פּאָלאַ אין קאַליפֿאָרניע. אירע עלטערן האָבן געשטאַמט פֿון פּראָטעסטאַנטן, אָבער זיך געהאַלטן פֿאַר אַטעיִסטן. זי אַליין האָט עקספּערימענטירט מיט די מיזרחדיקע רעליגיעס, אַזוי ווי ׳זען׳, "אָבער ווען מע האָט מיר געהייסן זיך בוקן צו מײַן קישן, האָב איך געוווּסט, אַז דאָס איז נישט פֿאַר מיר."

אין קאַלעדזש האָט זי אויסגעפּרוּווט קריסטלעכקייט, "אָבער דער געדאַנק, אַז יעזוס איז אומגעקומען צוליב מײַנע זינד האָט מיר אויסגעזען קינדעריש, ווײַל איך האַלט, אַז אַ מענטש דאַרף אַליין טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר זײַנע זינד." דורך אַ חבֿרטע, אַ גיורת, האָט זיך צעוואַקסן איר אינטערעס אין ייִדישקייט, און אין 2001 האָט זי זיך מגייר געווען.

טשאַרלי שטאַמט אויך פֿון פּראָטעסטאַנטן. קינדווײַז האָט ער זיך געלערנט אין אַ פּרעסביטעריאַנער זונטיקשול אָבער ווען ער איז עלטער געוואָרן, האָט די ליבעראַלע אַטמאָספֿער פֿון די פּראָטעסטאַנטישע קלויסטערס אים אַנטוישט. "ס׳האָט מיר געשטערט וואָס זיי מאַכן זייערע טעאָלאָגישע באַשלוסן בלויז אויפֿן סמך פֿון דער מאַיאָריטעט. די נישט־אויסגעשולטע מתפּללים טאָרן נישט מאַכן אַזוינע באַשלוסן."

טשאַרליס פּערזענלעך לעבן האָט דורכגעמאַכט עטלעכע קריזיסן. צוויי מאָל האָט ער חתונה געהאַט און ביידע מאָל — זיך געגט. זײַענדיק אין אַ דערשלאָגענעם מצבֿ, האָט ער איין מאָל באַגלייט אַ חבֿרטע צו אַ תּפֿילה־סעסיע פֿון דער באַוועגונג Jewish Renewal, אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט, וווּ מע האָט אים וואַרעם אויפֿגענומען. ער האָט אָנגעהויבן זיך אינטערעסירן מיט דער ייִדישער רעליגיע און ס׳איז אים שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דער באַגריף, אַז בײַ ייִדן גלייבט מען בלויז אין איין גאָט. "מע זאָגט, אַז קריסטלעכקייט איז מאָנאָטעיִסטיש, אָבער איך בין אין דעם נישט אַזוי זיכער. דאָס גלייבן, אַז ס׳איז דאָ אַ גאָט, אַ זון און אַ הייליקער גײַסט קלינגט מיר ווי דרײַ געטער, נישט איינער. וואָס מער איך האָב געטראַכט וועגן דעם, אַלץ מער האָב איך אײַנגעזען, אַז איך מוז ווערן אַ ייִד."

ווען ער האָט באַקומען אַ שטעלע אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט ער זיך באַקענט מיט אַ סך אָרטאָדאָקסישע ייִדן, און דאָס האָט גלײַך פֿאַרכאַפּט זײַן אינטערעס. ער האָט אָנגעהויבן לערנען מיט אַ רבֿ, און אין 2003 האָט ער זיך מגייר געווען. ער האָט זיך באַקענט מיט פּאָלאַ דורך דער שדכנות־וועבזײַט "פֿרומסטער" און גלײַך דערפֿילט אַ נאָענטקייט, האָט ער געזאָגט. "מיט 23 טעג שפּעטער זענען מיר פֿאַרקנסט געוואָרן, און מיט דרײַ חדשים שפּעטער — חתונה געהאַט."

טשאַרלי האַלט, אַז ס׳איז בלויז אַ צופֿאַל, וואָס זיי זענען ביידע גרים. "איך וואָלט פּונקט אַזוי געקענט חתונה האָבן מיט אַ ייִדיש־געבוירענער פֿרומער פֿרוי," האָט ער באַמערקט. "כ׳וואָלט אָבער נישט געקענט זײַן מיט אַ בעל־תּשובֿה, ווײַל אָפֿט מאָל ווייסן זיי נישט וווּהין זיי גייען. איין טאָג ווילן זיי זײַן חסידיש, אַ צווייטן טאָג — קאַרלעבאַכיש, דעם דריטן טאָג — מאָדערן אָרטאָדאָקסיש. די גרים זענען מער ענלעך צו די געבוירענע פֿרומע, ווײַל ביידע פֿאַרשטייען זיי, אַז מע דאַרף אַ רבֿ ווי אַ וועגווײַזער, און דאָס שאַפֿט אַ מער סטאַביל לעבן."

פּאָלאַ און טשאַרלי האָבן זיך מגייר געווען באַזונדער, איידער זיי האָבן זיך באַקענט. אַ מאָל טרעפֿט אָבער, אַז אַ נישט־ייִדיש פּאָרפֿאָלק באַשליסט זיך מגייר צו זײַן אין איינעם. בײַ דעני און איזאַבעל סופּערסאַק, אַ פּאָרפֿאָלק אין פֿראַנקרײַך, וואָס האָט באַשלאָסן זיך מגייר זײַן, איז דער גיור־פּראָצעס געווען אַזוי לאַנג און ביטער, אַז ס׳איז ממש אַ נס וואָס זיי האָבן עס אויסגעהאַלטן. מע וואָלט געמיינט, אַז אַ פּאָרפֿאָלק וועט האָבן ווייניקער צרות, ווען מע גייט צו אַ רבֿ, ווײַל ס׳איז קלאָר, אַז מע טוט עס נישט כּדי חתונה צו האָבן מיט אַ ייִד. נאָר פּונקט פֿאַרקערט; עס האָט געדויערט גאַנצע עלעף יאָר.

איין סיבה קאָן זײַן, אַז די רבנים אין פֿראַנקרײַך — ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ספֿרדישע — פֿירן זיך בכלל שטרענגער מיט גיור ווי אין אַמעריקע. מע קאָן אָבער אויך אַרויסדרינגען, אַז דאָס וואָס זיי זענען אַ פּאָרפֿאָלק, האָט דווקא אַרויסגערופֿן מער חשד, און אַפֿילו דיסקרימינאַציע, ווי אויב דער פּאָטענציעלער גר וואָלט געהאַט אַ ייִדיש מיידל.

דעני און איזאַבעל סופּערסאַק מיט פֿיר פֿון זייערע פֿינעף קינדער
דעני און איזאַבעל סופּערסאַק מיט פֿיר פֿון זייערע פֿינעף קינדער

דעני, אַן איבערזעצער, שטאַמט פֿון אַ פּראָטעסטאַנטישער משפּחה, און איזאַבעל איז געווען אַ סעקולער־קאַטוילישע שפּראַך־לערערין, ווען זיי האָבן אין 1993 פֿאַרפֿירט אַ לאַנגע דיסקוסיע וועגן רעליגיע, און בפֿרט וועגן ייִדישקייט. "יענער שמועס איז געווען אַ ווענדפּונקט אין מײַן גײַסטיקער נסיעה," האָט דעני באַמערקט. "איך האָב זיך שוין פֿון לאַנג געהאַט געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס עקזיסטירן צוויי מינים קריסטלעכקייט — פּראָטעסטאַנטיזם און קאַטאָליציזם — ווען ביידע גלייבן אין יעזוס? עס האָט זיך פּשוט נישט געלייגט אויפֿן שׂכל." איזאַבעל האָט אויך שוין געהאַט אָנגעהויבן זיך גריבלען אין פֿאַרשידענע רעליגיעס, און איז, ווי ער, געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן ייִדישן גלויבן.

"אָבער ווען מיר האָבן זיך געוואָלט לערנען מער, האָבן מיר בלויז געקענט נעמען קלאַסן בײַ אַ ליבעראַלן ראַבינער, ווײַל די אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן אונדז נישט אַרײַנגעלאָזט," האָט דעני געזאָגט. ער האָט אָנגעהויבן אַליין זיך לערנען העברעיִש, חומש און די דינים פֿון דער תּורה. זיי האָבן דעמאָלט שוין געהאַט אַ קינד, און געוווינט אין נאַנטעס, מערבֿ־פֿראַנקרײַך, וווּ זייערע שכנים — פּוילישע ייִדן — האָבן זיי וואַרעם אויפֿגענומען. ווען די שכנים האָבן זיי געוואָלט מיטנעמען אין שיל, האָט דער רבֿ זיי אָבער נישט אַרײַנגעלאָזט.

"בערך אין יענער צײַט האָבן מיר אָנגעהויבן היטן ייִדישקייט," האָט דעני דערציילט. "מיר האָבן געקויפֿט כּשר פֿלייש אין פּאַריז, און געפֿאָרן פֿינעף שעה לאַנג מיט פֿולע רענצלעך, עס אַהיימצוברענגען." ווען זייער צווייט קינד, דוד, איז געבוירן געוואָרן אין 1996, האָט מען אים געמוזט מלן אין שפּיטאָל, ווײַל די מאַמע איז נאָך אַלץ נישט געווען קיין ייִדישע.

במשך פֿון דער צײַט האָט זייער משפּחה זיך צעוואַקסן, און אין 2004, ווען זיי האָבן שוין געהאַט פֿינעף קינדער, האָט דער חב״ד־רבֿ אין דער שטאָט טולוז, ר׳ משה חן, סוף־כּל־סוף, מסכּים געווען צו לערנען מיט זיי פּריוואַט, און זיי האָבן זיך אויך פֿאַרשריבן אינעם אַלגעמיינעם גיור־קלאַס. "די לערערין איז געווען אַ מיידל פֿון 20 יאָר — איך האָב שוין געוווּסט מער פֿון איר," האָט דעני באַמערקט. נאָך דעם האָט דער בית־דין זיי געגעבן אַ געשריבענעם עקזאַמען פֿון 280 פֿראַגעס און געהייסן זיי אָנשרײַבן אַ לאַנגן מאמר; דעניס האָט דערגרייכט 80 זײַטן. אָבער ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געפֿרעגט, צי זיי קענען שוין מאַכן דעם בעל־פּה־טייל פֿונעם עקזאַמען (די לעצטע סטאַדיע פֿון לערנען), האָט מען זיי געענטפֿערט: "נאָך נישט."

"דאָס האָט אונדז אין גאַנצן אַרויסגעבראַכט פֿון די כּלים," האָט איזאַבעל געזאָגט. "מיר האָבן שוין דעמאָלט געהאַט געקראָגן אַ וויזע צו פֿאָרן קיין אַמעריקע, און מיר האָבן בשום־אופֿן נישט געקענט מער וואַרטן." אַנטוישטע, האָבן זיי געמאַכט אַ באַשטעלונג מיטן בית־דין אין פּאַריז — אַ שריט, וואָס איז גאָר נישט געפֿעלן געוואָרן די רבנים איז טולוז. דער פּאַריזער בית־דין האָט דענין געשטעלט פאַרשידענע פֿראַגעס (ווי אַזוי, למשל, מאַכט מען הבֿדלה, אויב שבת קומט גלײַך פֿאַר אַ יום־טובֿ?) און אין 2005 האָבן די רבנים באַשטימט, אַז די משפּחה איז שוין גרייט פֿאַר דער מיקווה. זיי האָבן אָבער געפּסקנט, אַז מאַן־און־ווײַב זאָלן פֿריִער זיך שיידן אויף דרײַ חדשים.

דעני און איזאַבעל האָבן פּראָטעסטירט, אַז זיי קענען נישט וואַרטן דרײַ חדשים, ווײַל זיי דאַרפֿן זיך שוין איבערציִען קיין אַמעריקע, און מע האָט עס געביטן אויף איין חודש. סוף־כּל־סוף, אין יוני 2005 האָבן אַלע זיבן מיטגלידער פֿון דער משפּחה סופּערסאַק זיך געטובֿלט אין דער מיקווה, און גלײַך נאָך דעם האָט מען געשטעלט אַ חופּה. "איך בין געשטאַנען אונטער דער חופּה מיט נאַסע האָר," האָט איזאַבעל באַמערקט.

דער "פֿאָרווערטס" האָט געפּרוּווט זיך פֿאַרבינדן מיט די רבנים אין טולוז, אָבער ס׳איז נישט געלונגען.

הײַנט לעבן דעני און איזאַבעל מיט זייערע קינדער דוד, 11 יאָר; מרים 10; אלי, 8 און רבֿקה, 6, אין זייער נײַער היים — דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִשובֿ אין טינעק, ניו־דזשערזי — וווּ זיי זענען זייער צופֿרידן. אויף דער פֿראַגע, צי האַלטן זיי, אַז זייער צוזאַמענלעבן איז אַנדערש ווי דאָס זיווג־לעבן פֿון אַ גר מיט אַ ייִד, האָט דעני געענטפֿערט: "פֿאַרשטייט זיך. צוליב דעם וואָס מיר זענען נישט קיין געבוירענע ייִדן, האָבן מיר נישט געהאַט קיין קולטורעלן אָריענטיר־פּונקט. אָבער דערפֿאַר האָבן מיר ליב צו גיין צוזאַמען אויף קאָנפֿערענצן וועגן ייִדישקייט, צו אַנאַליזירן די לינגוויסטישע נואַנסן אין חומש און לייענען פּירקי־אָבֿות.

"מיר פֿאַרשטייען אָבער נאָך אַלץ נישט, פֿאַר וואָס עס האָט געדאַרפֿט נעמען 11 יאָר זיך מגייר צו זײַן, פּשוט ווײַל מיר האָבן נישט געקאָנט געפֿינען קיין רבֿ וואָס זאָלן אונדז העלפֿן," האָט דעני געזיפֿצט. "אונדזערע קינדער האָבן געהאַלטן אין איין פֿרעגן: ׳זענען מיר שוין ייִדן?׳ עס טאָר נישט זײַן אַזוי."