ייִדיש־וועלט, טעאַטער
אַ סצענע פֿון "געקויפֿט און באַצאָלט", 1920ער יאָרן, ניו־יאָרק
אַ סצענע פֿון "געקויפֿט און באַצאָלט", 1920ער יאָרן, ניו־יאָרק

דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן. דער פֿענאָמען האָט זיך נישט באַגרענעצט מיט מיזרח־אייראָפּע, נאָר, ווי באַקאַנט, זיך פֿאַרשפּרייט אויף אַלע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות אין דער וועלט. אין ניו־יאָרק, איז די ייִדישע טעאַטער־וועלט געוואָרן אַ פֿילפֿאַרביקע, קאָמפּליצירטע, און תּמיד, אַ באַליבטע בײַ אַלעמען.

אין נאָוועמבער האָט דער ייִוו״אָ אַרויסגענומען הונדערטער עקספּאָנאַטן פֿון פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס אינעם אַרכיוו, מיטן טראָפּ אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער און געעפֿנט אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד די נײַע, וויכטיקע מאַטעריאַלן וואָס מע האָט באַקומען אינעם אַרכיוו בײַ דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן פֿאַר אַ יאָרן.

פֿאַר דער אויסשטעלונג האָט די קוראָטאָרין, קרישאַ פֿישער, געקענט אויסקלײַבן מאַטעריאַלן פֿון עטלעכע וויכטיקע אַרכיוו־זאַמלונגען, וואָס געהערן צו די אַקטיאָרן, קאָמפּאָזיטאָרן, און טעאַטראַלן: פֿון יעקב גאָרדינס וויכטיקע זאַמלונג האָט מען אויסגעשטעלט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס און כּתבֿ־ידן; פֿון דער גרויסער זאַמלונג פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן אַרנאָלד פּערלמוטער און הערמאַן וואָהל קען מען זען די אָריגינעלע פּאַרטיטורן פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. מע זעט, אַז אין די דעמאָלטיקע ייִדישע טעאַטערס פֿון ניו־יאָרק האָט מען זיך פֿאַרגונען גרויסע בודזשעטן, און געדונגען גרויסע אָרקעסטערס מיטן גאַנצן קניאַק.

ווי ווײַט מעגלעך, האָט מען זיך באַמיט אַרײַנצונעמען מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרשיידענע מינים: פֿאָרשטעלונג־פּראָגראַמען מיט וווּנדערלעכע שיינע קונסט־בילדער אויף די הילעס; מאָלערײַען און צייכענונגען פֿון בינע־דעקאָראַציעס; צײַטונג־אויסשניטן, פּלאַקאַטן, מאַנוסקריפּטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, בריוו און פּערזענלעכע דאָקומענטן. סײַ דער סעקאָנד־עוועניו טעאַטער, סײַ די "קונסט־טעאַטערס" פֿון יעקבֿ בן־עמי און מאָריס שוואַרץ, ווערן פֿאָרגעשטעלט אויף דער אויסשטעלונג.

בכלל ווײַזט די אויסשטעלונג, אַז די וועלט פֿון ייִדישן טעאַטער האָט אין זיך געהאַט אַ סך קליינע וועלטעלעך — די אַקטיאָרן־וועלט, די פּובליקום־וועלט, די אויפֿפֿירער־וועלט. איין אַנאָנס שטאַמט פֿון אַ יוניאָן נאָר פֿאַר די ייִדישע אַפֿישן־אויפֿהענגער און טעאַטער־אָרדענערס ("אָשערס", בלע״ז) — גיי ווייס, אַז ס‘זענען אַמאָל געווען אַזוי פֿיל ייִדישע טעאַטערס אין ניו־יאָרק, אַז מע האָט זיך גענייטיקט אין אַ יוניאָן נאָר פֿאַר די אַרבעטער!

דאָס איז אַן אויסשטעלונג וווּ מע דאַרף פֿאַרברענגען אַ לענגערע צײַט, און זיך נישט אײַלן. אַז מע אײַלט זיך נישט, און מע שטעלט זיך אָפּ צו לייענען די פּריוואַטע בריוו און די פֿולע טעקסטן פֿון די דאָקומעטן, וועט מען זיכער מער הנאה האָבן. למשל, גאַנצע דראַמעס שפּילן זיך אָפּ אין די טעלעגראַמען און בריוו, ווען די באַלעבאַטים פֿון פֿאַרשיידענע טעאַטערס האָבן זיך געקריגט צו באַקומען די "שטערנס" פֿון דער בינע.

געוויסע הויכפּונקטן אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער ווערן אַרויסגעבראַכט אויף דער אויסשטעלונג, ווי די בראָדוויי־פֿאָרשטעלונג פֿון שייקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעציע", אין וועלכער בלויז דוד קעסלער אין דער ראָלע פֿון שײַלאָק האָט גערעדט אויף ייִדיש, בשעת אַלע אַנדערע אַרום אים האָבן גערעדט אויף ענגליש. די קריטיקער האָבן געשריבן אין די רעצענזיעס, וועלכע מע קען לייענען אויף דער אויסשטעלונג, אַז זיי זענען געוואָרן פּרישמעליעט פֿון קעסלערס בינע־קונסט, און די שפּראַך פֿון שײַלאָקן האָט קיינעם נישט געאַרט.

עס איז אויך שוין לאַנג באַקאַנט, אַז אינעם ייִדישן טעאַטער האָבן די פֿרויען דערגרייכט אַ סטאַטוס אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זעלטן ווען פֿריִער געטראָפֿן. בפֿרט אינעם אַמעריקאַנער טעאַטער האָבן די פֿרויען פּונקט אַזוי צוגעצויגן אַן עולם, ווי די מענער. אין די וויטרינעס קען מען זען עקספּאָנאַטן פֿון אַזוינע לעגענדאַרע פּערזענלעכקייטן ווי קעני ליפּצין, בעסי טאָמאַשעווסקי און בערטאַ גערסטין.

אַלע ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער וועלן האָבן וואָס צו זען אויף דער דאָזיקער אויסשטעלונג אין די קאָרידאָרן פֿונעם ייִוו״אָ, 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן.