ליטעראַטור
האַרי מוליש
האַרי מוליש

האַרי מוליש, דער באַקאַנטער האָלענדישער שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1927, אין דער פֿאַמיליע פֿון אַ געוועזענעם עסטרײַכישן אָפֿיציר און אַ פֿראַנקפֿורטער ייִדישקע. זײַן פֿאָטער, קאַרל וויקטאָר מוליש, איז אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע (1945— 1940) געווען דירעקטאָר פֿון דער באַנק וואָס האַט אַדמיניסטרירט די קאָנפֿיסקאַציעס פֿון דעם ייִדישן אייגנטום. אין זײַנע זכרונות שרײַבט מוליש: "איך האָב געלעבט בײַם פֿאָטער אין האַרלעם, צוואַנציק קילאָמעטער פֿון אַמסטערדאַם, און מײַן מאַמע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם און האָט געטראָגן אַ געלן מגן-דוד. נאָך דעם קריג האָט מען דעם פֿאָטער אײַנגעזעצט אויף דרײַ יאָר אין לאַגער. אָבער אויב ער וואָלט נישט געהאַט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציסטן, וואָלט מײַן מאַמע ניט געבליבן לעבן. די נאַציס האָבן זי אַרעסטירט, נאָר אַזוי ווי דער פֿאָטער האָט געהאַט גוטע פֿאַרבינדונגען מיט די מיליטער-מאַכטן אין אַמסטערדאַם, האָט ער זיך דערשלאָגן, מ'זאָל זי אַרויסלאָזן. אַנדערש וואָלט מען זי דעפּאָרטירט אין אוישוויץ, ווי ס'איז פֿאָרגעקומען מיט איר מוטער".

אָט די גורלדיקע פֿאַרקלעמונג צווישן דעם ייִדישן אָפּשטאַם, פֿון דער מאַמעס זײַט, און דער פֿאַרבינדונג מיט די נאַציס, פֿון דעם פֿאָטערס זײַט, האָט זיך שפּעטער אויסגעווירקט אויף זײַן גאַנץ לעבן און די ליטעראַרישע ווערק, און טאַקע דעם דאָזיקן עקזיסטענציעלן קניפּ, וואָס לאָזט זיך נישט אויפֿקניפּן, האָט דער שרײַבער געהאַט אין זינען, ווען ער האָט זיך איין מאָל אַרויסגעזאָגט, אַז ער גופֿא איז "דער צווייטער וועלטקריג".

אין די 50ער יאָרן האָט האַרי מוליש, דעמאָלט אַ סטודענט, געהערט צו דער פּאָליטיש אַקטיווער אַמסטערדאַמער "פּראָוואָ-באַוועגונג", זיך אַנגאַזשירט קעגן דעם קאַלטן קריג און "האָט פּראָוואָצירט זײַנע לאַנדסלײַט מיט אַ וויץ און שאַרפֿער איראָניע", ווי ס'האָט געשריבן דער האַמבורגער "Spiegel".

אין 1961 איז מוליש געקומען קיין ישׂראל ווי אַ קאָרעספּאָנדענט, בײַצוזײַן אויפֿן אײַכמאַן-פּראָצעס, און זײַן רעפּאָרטאַזש "קרימינעל-תּבֿיעה 4061/" איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער האָלענדישער צײַטשריפֿט Elseviers Weekblad, אין איינעם מיט זײַנע נאָטיצן פֿון דעם טאָגבוך, וועלכן ער האָט געפֿירט אין שײַכות מיט דעם פּראָצעס אין ירושלים און אומעטום, וווּ ער איז שפּעטער געווען אויף שפּורן פֿון דעם ענין — אין בערלין, וואַרשע, אוישוויץ, טרעבלינקע א.אַ.וו.

פֿון האַרי מולישס "קרימינעל-תּבֿיעה 4061/":

מיט אַפּלאָדיסמענטן באַגריסט מען אויפֿן פּאָדיום די וואַרשעווער העלדן. צען שוין ניט אַזוי יונגע מענער, וואָס באַטראַכטן, אַ ביסל אָפּגעפֿרעמדט, דעם פֿײַערלעכן עולם.

אַ פֿינף-און-פֿערציק-יעריקער ליסעוואַטער מאַן מיט אַ שוואַרצער בינדע אויפֿן לינקן אויג. דאָס איז דער לעגענדאַרער גענעראַל משה דיין, דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי אין דער סועץ-קאַמפּאַניע, דער אָפּגאָט פֿון זײַנע סאָלדאַטן.

דער ערשטער טאָג פֿון דעם פּראָצעס.

* * *

בשעת מיר זופּן אונדזער וויסקי, דערציילט וועכטענברוך, דער אַסיסטענט פֿון אײַכמאַנס פֿאַרטיידיקער סערוואַטיֽוס, וועגן אײַכמאַנס אומגלייבלעכן זכּרון, ווען די רייד גייט וועגן מאכלים. ער געדענקט אַפֿילו די באַנקעטן, אויף וועלכע מען פֿלעגט אים אײַנלאַדן נאָך אין אָנהייב פֿון זײַן SS-קאַריערע, אין די 1935-1934 יאָרן; ער קען אָנרופֿן, וואָס פֿאַר אַ זופּ, וואָס פֿאַראַ פֿלייש-מאכל האָט מען דאָרט דערלאַנגט, און גענוי זאָגן, צי איז דער דעסערט באַשטאַנען פֿון פֿרוכטן אָדער פֿון געבעקס. נאָר אַז די רייד פֿאַרגייט וועגן דעפּאָרטאַציעס, וועגן ייִדן, קען ער זיך ניט דערמאַנען: "אַ מין הונדערט פֿופֿציק צי צוויי הונדערט פֿופֿציק טויזנט, כ'געדענק שוין נישט, אַזוי פֿיל יאָר צוריק...".

* * *

יום־העצמאות.

דער שענסטער מאָמענט: ווען ס'האָט זיך באַוויזן דער קאָרטעזש פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער בן־גוריון, באַגלייט פֿון מאָטאָציקליסטן, האָט זיך דאָרטן, איבער עפּעס אַ טעכנישן פֿאַרקער-טעות, אַרײַנגעפּלאָנטערט אַ טאַקסי, וואָס האָט זיך אַלץ ניט געקאָנט אַרויסרײַסן פֿון דער פּראָצעסיע דורך די צוויי מענטשן-ווענט פֿון ביידע זײַטן. די שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן, אַדרעסירט דער איבערגעשראָקענער פֿאַמיליע, וואָס איז געזעסן אין דעם טאַקסי, און דעם בלאַס געוואָרענעם שאָפֿער, האָבן פֿאַרהילכט דאָס פּאַטשן בראַוואָ דעם באַגרינדער פֿון דער מדינה.

[...]

עס וועט אַמאָל קומען אַ טאָג, ווען מען וועט קענען זאָגן, אַז די ייִדן האָבן ווידער עפּעס ניט אַזוי געטאָן, ווי עס געהערט צו זײַן, צום בײַשפּיל — צעשטערט דאָס אַראַבישע דאָרף כּפֿר-קאַסם... אָבער ערשט דעמאָלט, ווען ס‘וועט קומען אַזאַ טאָג, ווען מ'וועט קענען רעדן וועגן די ייִדן אַזוי, ווי מען רעדט וועגן אַנדערע פֿעלקער, צווישן וועלכע עס זײַנען פֿאַראַן גוטע מענטשן און שלעכטע מענטשן, רעדן — ניט זײַענדיק קיין אַנטיסעמיט, קיין פֿילאָסעמיט...

אין דער האָלענדישער נאָכקריג-ליטעראַטור ווערן אָפֿטמאָל דערמאַנט "די דרײַ גרויסע" — ווילהעלם פֿרעדעריק הערמאַנס (Willem Frederik Hermans), געראַרד רעווע (Gerard Reve) און האַרי מוליש.

האַרי מולישס ליטעראַרישע שאַפֿונג נעמט אַרום אַ ברייטן ספּעקטער פֿון זשורנאַליסטישע שריפֿטן, דערציילונגען, ראָמאַנען, דראַמען, דיכטונג, אָפּערע-ליברעטאָס און פֿילאָסאָפֿישע עסייען. וועלטבאַקאַנט אָבער האָבן דעם שרײַבער געמאַכט זײַנע ראָמאַנען "דער אַטענטאַט" (1982) און, דער עיקר, "די אַנטדעקונג פֿון הימל" (1992), אין וועלכן עס ווערן באַהאַנדלט אויף אַ מיסטישן אופֿן די פֿאַרהעלטענישן צווישן דער וויסנשאַפֿט און רעליגיע.

צו אַנדערע וויכטיקע ווערק פֿון מוליש געהערן "אַרטשיבאַלד שטראָמאַן" (1951), "זעלבסט-פּאָרטרעט אין אַ טורבאַן" (1961), "צוויי פֿרויען" (1975), "די עלעמענטן" (1998) און איינער פֿון זײַנע שטאַרקסטע ראָמאַנען פֿאַר די לעטצע יאָרן — "זיגפֿריד" (2001).

דער ראָמאַן "זיגפֿריד" איז אַ מיסטיפֿיקאַציע, אין וועלכער צוויי שרײַבער — דער מחבר אַליין און זײַן פּערסאָנאַזש, דער שריפֿטשטעלער רודאָלף הערטער — מאַכן אַ פּרוּוו, זיך אויף אַזוי פֿיל צו דערנענטערן צו דעם גזלנישן אויסוואָרף אַדאָלף היטלער, אַז אין דער אויפֿפֿאַסונג פֿון דעם לייענער זאָל ער זיך פֿאַרוואַנדלען אין עפּעס אַן אומפּערזענלעכע גזירה רעה, צרה אויף דער וועלט — אין טאָג־טעגלעכן, פֿילאָסאָפֿישן און קאָסמאָלאָגישן זין.

רודאָלף הערטער, אַ דערפֿאָלגרײַכער שריפֿטשטעלער, קומט צו פֿאָרן קיין ווין מיט אַ פֿאָרלייענונג פֿון זײַן בוך "די דערפֿינדונג פֿון ליבע". נאָך דער לייענונג קומט צו צו אים אַן אַלט פּאָרפֿאָלק פֿאַלקס און לאַדן אים אײַן אויף מאָרגן צו זיך, מחמת זיי האָבן אים מיטצוטיילן עפּעס אַזוינס, וואָס קיינער אויף דער וועלט ווייסט עס הײַנט נישט.

אויפן צווייטן טאָג טרעפֿן זיי זיך...

די פֿאַלקס האָבן אַמאָל, נאָך אין די 30ער יאָרן, געדינט ווי באַאַמטע אין אָבערזאַלצבערג, היטלערס רעזידענץ אין די בײַרישע אַלפּן, ניט ווײַט פֿון מינכן.

— אין אַ טאָג, — דערציילן זיי, — מײַ אַכט-און-דרײַסיק, אין גיכן נאָכן אַנשלוס, זײַנען קיין אָבערזאַלצבערג אָנגעקומען געסט, און מיר ביידע, צוזאַמען מיט פֿראַו מיטלשטראַסער, דער פֿרוי פֿון דעם הויזמײַסטער, האָבן צוגעגרייט דעם טיש צום מיטאָג...

און ווײַטער נעמט דאָס פּאָרפֿאָלק באַשרײַבן, ווי אַזוי און וואָס ס'איז פֿאָרגעקומען בשעת דער סעודה, צו וועלכער אויך זיי זײַנען אײַנגעלאַדן געוואָרן, וואָס אַזוינס עפּעס האָט זיך פֿריִער קיינמאָל ניט געטראָפֿן.

— האַלטנדיק איין האַנט אויפֿן נאַקן פֿון בלאָנדי, דעם איבערגעגעבענעם הונט, וואָס איז געזעסן לעבן זײַן פֿאָטעל מיט אויפֿגעשפּיצטע אויערן, טוט היטלער אַ זאָג צו אונדז, אַז הײַנט איז דער וויכטיקסטער טאָג אין אונדזער לעבן, ווײַל ער האָט באַשלאָסן, אויפֿצולייגן אויף אונדזערע אַקסלען אַ וועלט-היסטאָרישע אויפֿגאַבע.

אַ קורצע ווײַלע האָט ער געשוויגן, און אַרײַנגעקוקט אונדז אין די אויגן.

— הער פֿאַלק, און איר, גנעדיקע פֿראַו, — האָט ער דאַן פֿאָרגעזעצט, שוין אויף עפּעס אַ פֿאָרמעלן אופֿן, — איך פֿאַרטרוי אײַך דאָ אַ סוד פֿון מלוכישער וויכטיקייט: פֿרוילײַן עוואַ בראַון וואַרט אַ קינד. און איר, הער און פֿראַו פֿאַלק, וועט ווערן זײַנע אָפֿיציעלע עלטערן...

דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז דאָס קינד געבוירן געוואָרן, און אַ נאָמען האָט ער באַקומען, פּאַסיק פֿאַר אַ זון פֿון אַ פֿאָלקס-פֿירער — זיגפֿריד.

...אַן אידיליע אין אָבערזאַלצבערג — אַ פריילעך און שיין קינד, דער קריג פֿילט זיך דאָ כּמעט ניט, אפֿשר נאָר וואָס היטלער קומט אַהער שוין גאָר-גאָר זעלטן... און אין אַ טאָג רופֿט ער אַרויס עוואַ ערגעץ צו זיך, און דאָרט בֿאַקומט זי פּלוצעם פֿון אָבערזאַלצבערג אַ שרעקלעכע בשׂורה: אַן אומגליק-צופֿאַל, דאָס קינד איז טויט...

דאָס האָבן זיי, דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַלק, דערהאַלטן פֿון היטלערן דעם געהיימען אויפֿטראָג: זײַן זון צו ליקווידירן.

* * *

אַזוי שפּילט האַרי מוליש מיט דער אָביעקטיווער רעאַליטעט און מיט זײַן סוביעקטיוון כּוח-הדמיון. אַזוי נעמט ער נקמה פֿון זײַן אייגענעם גורל — אַ גורל פֿון אַ מישלינג, געבוירן פֿון אַ ייִדישער פֿרוי און אַ באַדינער בײַ די נאַציסטן.