- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויסצוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד. אין אייניקע ישיבֿות מיט נאָר ענגליש־רעדנדיקע תּלמידים אָדער תּלמידות ווערן די לימודים געפֿירט אויף ענגליש; די אַנדערע נעמען אַרײַן סײַ אַמעריקאַנער, סײַ ישׂראלים, און דאָרט רעדט מען אַ סך מער העברעיִש. ס׳רובֿ אינסטיטוציעס געפֿינען זיך אין ירושלים, אָבער מע זעט זיי אויך אין אַנדערע ערטער. די פּאָפּולערע "ישיבֿת מעלי־גלבוע", למשל, געפֿינט זיך צוויי שעה צפֿון פֿון ירושלים, אינעם עמק־יזרעאל (דאָס ביבלישע אָרט, וווּ די פּלישתּים האָבן אומגעבראַכט דעם קעניג שאול און זײַן זון יונתן). דאָס "יאָר אין ישׂראל", ווי מע רופֿט עס, איז אָבער אין תּוך אַרײַן אַ רעלאַטיוו נײַער פֿענאָמען. אין זײַן בוך, "Flipping Out? Myth or Fact: The Impact of the Year in Israel" (פֿאַרפֿרומט געוואָרן? דער עפֿעקט פֿונעם ׳יאָר אין ישׂראל׳ — וואָס איז אמת, וואָס איז נישט), שרײַבט הרבֿ שלום ז. בערגער, אַז דאָס לערנען זיך פֿול־צײַטיק אין אַ ישׂראלדיקער ישיבֿה איז מיט דרײַסיק יאָר צוריק באַטראַכט געוואָרן ווי "אַן עקזאָטישע איבערלעבונג" פֿאַר אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן מיטלשול־גראַדואַנט. ווען דער אָרטאָדאָקסישער זשורנאַל Tradition האָט אין 1972 געפֿרעגט בײַ די ייִדישע פּעדאַגאָגן: "ווי אַזוי קען אַ ייִדישע מיטלשול פֿאַרטיפֿן די רעליגיעזע אידענטיטעט פֿון אירע תּלמידים, איידער זיי הייבן אָן שטודירן אין אוניווערסיטעט?" האָט מען געגעבן פֿאַרשידענע ענטפֿערס — בײַטן דעם קוריקולום; שאַפֿן ספּעציעלע יוגנט־גרופּעס, און ברענגען די תּלמידים אויף עקסקורסיעס קיין ישׂראל בעת די מיטלשול־יאָרן. מע האָט אַפֿילו נישט דערמאָנט די מעגלעכקייט פֿון לערנען אַ יאָר אין ישׂראל, ווײַל די פּעדאַגאָגן האָבן משער געווען, אַז כּמעט קיינער פֿון די גראַדואַנטן וואָלט נישט געוואָלט אָפּלייגן דאָס לערנען אין קאָלעדזש, כּדי צו פֿאַרלענגערן זײַן ייִדישע דערציִונג. "הײַנט איז דער מצבֿ גאָר אַנדערש," שרײַבט הרבֿ בערגער. "דורך אַן אַנקעטע פֿון די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די גרעסטע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשולן אין ניו־יאָרק, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יעדעס יאָר פֿאָרן בערך 90% פֿון זייערע גראַדואַנטן — איבער אַ טויזנט יונגע־לײַט — זיך לערנען אַ יאָר אין ישׂראל." דעריבער געפֿינט מען הײַנט אין כּמעט יעדער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול אַ ספּעציעלן באַראַטונג־אָפּטייל לטובֿת דעם יאָר אין ישׂראל (ענלעך צום באַראַטונג־אָפּטייל פֿאַר קאָלעדזש), וואָס העלפֿט די תּלמידים מיטן אַפּליקיר־פּראָצעס, מיט געפֿינען פֿינאַנציעלע שטיצע, און מיטן איבערפֿירן די אַקאַדעמישע קרעדיטן צו די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן.
אַ מאָל טרעפֿט, אַז נאָך דעם ווי דער בחור אָדער מיידל לערנט זיך אַ יאָר אין ישׂראל, באַרעכנט מען זיך און מע בלײַבט נאָך אַ צווייט יאָר — באַקאַנט ווי "שנה בית" — און אַ מאָל אַפֿילו אַ דריטס. אַ טייל באַשליסן עולה צו זײַן, און קומען בכלל נישט צוריק. די אַנדערע קומען אַהיים מיט אַ מער ערנסטן, פֿרימערן צוגאַנג. דער אופֿן ווי אַזוי טאַטע־מאַמע רעאַגירן אויף דער ענדערונג ווענדט זיך אין פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן; למשל, ווי גוט זענען געווען די באַציִונגען צווישן דעם קינד און די עלטערן, איידער דאָס קינד האָט פֿאַרלאָזט די היים? ווי ווײַט האָט ער זיך געביטן? ווי טאָלעראַנט באַציט זיך דאָס געענדערטע קינד צו זײַנע נישט־געענדערטע עלטערן און אַנדערע קרובֿים? טאַקע צוליב דעם וואָס די פּראָגראַמען זענען אַזוי פּאָפּולער, קומט אָן שווער יענעם טאַטן אָדער מאַמען, וואָס פֿילט זיך אומבאַקוועם וועגן דעם, אַז דאָס קינד זאָל לעבן אַ גאַנץ יאָר אַזוי ווײַט פֿון דער היים. "אונדזער משפּחה איז אַ ציוניסטישע, אָבער איך האָב געפֿילט, אַז 18 יאָר איז צו יונג," האָט דערקלערט אַ פֿרוי, וואָס האָט אירע צוויי טעכטער, תּלמידות אין דער "רמז"־מיטלשול, אין מאַנהעטן, נישט געשיקט קיין ישׂראל. "בײַ אַ סך פֿון די ישׂראלדיקע מיידל־סעמינאַרן, למשל, מוטיקט מען די תּלמידות אַוועקצוגיין אויף שבת, פּראַווען עס מיט אַ משפּחה, כּדי צו דערפֿילן דעם טעם פֿונעם ישׂראלדיקן לעבן־שטייגער. נו, אַז מע האָט אין ישׂראל נאָענטע קרובֿים — איז גוט; אָבער אויב נישט, ווי קען מען לאָזן די מיידלעך אויף הפֿקר? זיי, די מיידלעך האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ליב אַזאַ פֿרײַהייט, און אויך די עלטערן זאָגן, ס׳איז גוט פֿאַר זיי, ס׳מאַכט זיי מער זעלבסטשטענדיק. אָבער מיך וואָלט עס געמאַכט נערוועז." "דאַן הערט מען וועגן קינדער וואָס ווערן דאָרט זייער פֿרום," האָט די מאַמע צוגעגעבן. "בײַ מײַנער אַ נאָענטער חבֿרטע זענען אַלע קינדער צוריקגעקומען פֿרום, און דאָס זעלבע איז געווען בײַ מײַנע פּלימעניקעס אין ענגלאַנד. די רבנים רעדן זיי אײַן אַרויסצוּוואַרפֿן זייער מוזיק (קאָמפּאַקט־דיסקן), און זיי זאָגן די קינדער, אַז צו זײַן מאָדערן־אָרטאָדאָקס איז נישט גענוג פֿרום. ׳דײַנע עלטערן זענען נישט אויף דער מדרגה,׳ זאָגן זיי. נו, אויב אַזוי, זאָלן די רבנים רעדן דירעקט מיט די עלטערן, נישט דורך די קינדער!" קעטי און עליאָט הערצבערג האָבן יאָ געשיקט זייער טאָכטער, אַנאַ, קיין ישׂראל, אין דער "מדרשת הרובע" — אַ סעמינאַר אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים. דאָס מיידל האָט זיך אַזוי גוט געפֿילט דאָרט, אַז זי איז פֿאַרבליבן אויף צוויי יאָר. זי איז פֿרימער געוואָרן און אויפֿגעהערט צו טראָגן הויזן. ווען קעטי איז געפֿאָרן אַהין פֿאַרברענגען אַ וואָך מיט דער טאָכטער, האָט זי, אויס סענסיטיווקייט, אַליין צוגעדעקט די האָר מיט אַ טיכל, כאָטש בדרך־כּלל גייט זי מיט אַ הוילן קאָפּ.
ווען דאָס צווייטע יאָר האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אַנאַ איבערגעגעבן די עלטערן די בשׂורה, אַז זי וויל זיך דאָרט באַזעצן. "קיין גרויסער חידוש איז עס נישט געווען, ווײַל אַנאַ האָט שוין צו דרײַ יאָר גערעדט וועגן וווינען אין ישׂראל," האָט קעטי דערציילט. "פֿון דעסטוועגן, האָבן מיר געוואָלט, אַז זי זאָל כאָטש אויסשטודירן אירע 4 יאָר אין NYU (ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט), און דערנאָך עולה זײַן. מיר האָבן זיך שטאַרק געבעטן בײַ איר זי זאָל צוריקקומען, אָבער זי האָט געענטפֿערט: ׳אויב איך וועל ווײַטער שטודירן אין NYU, ווער איך נאָך מער אַמעריקאַניזירט און דערנאָך וועט מיר זײַן אַ סך שווערער עולה צו זײַן.׳" הײַנט וווינט אַנאַ מיט צוויי אַנדערע מיידלעך אין ירושלים און לערנט זיך גראַפֿישע קונסט אינעם העברעיִש־שפּראַכיקן "אמונה־קאַלעדזש". "וואָס קען איך זאָגן, זי זעט אויס זייער גליקלעך," האָט די מאַמע געזיפֿצט. נתן און זײַן פֿרוי, רבֿקה (זיי האָבן געבעטן נישט אָנגעבן זייערע אמתע נעמען) האָבן שוין געשיקט צוויי פֿון זייערע פֿינף קינדער, אַ ייִנגל און אַ מיידל, זיך לערנען אַ יאָר אין ישׂראל. זייער זון, משה, וואָס האָט זיך געלערנט אין "ישיבת דרך התּלמוד", אין ירושלים, האָט זיך אַזוי שטאַרק פֿאַרטיפֿט אינעם לערנען, אַז ער איז דאָרט פֿאַרבליבן אויף גאַנצע דרײַ יאָר. "פֿאַר משהן, איז עס געווען זייער אַ וויכטיקע איבערלעבונג," האָט נתן דערקלערט. "ווען ער האָט גראַדויִרט פֿון דער מיטלשול בײַ 17 יאָר איז ער פּשוט נישט געווען גרייט פֿאַר קאַלעדזש; ער איז נאָך געווען אַ קינד. נאָך דרײַ יאָר זעט מען, אַז ער איז שוין אַ מאַן." משהס איבערגעגעבנקייט צום לערנען האָט געמאַכט אויפֿן טאַטן אַ געוואַלדיקן רושם. "איך פֿאַרגלײַך אים מיט זיך אַליין, ווען איך בין צו נײַנצן יאָר געפֿאָרן זיך לערנען אַ יאָר אין ישׂראל. איך און מײַנע פֿרײַנד האָבן פּשוט געפּטרט די צײַט." הגם משה לערנט זיך הײַנט אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, ווײַזט ער אַרויס ווייניק אינטערעס צו די סעקולערע לימודים, אַפֿילו צו זײַן הויפּט־לימוד, געשיכטע. "בײַ אים איז געשיכטע בלויז אַ זײַטיקע זאַך," האָט רבֿקה באַמערקט. "ער גייט צו די קלאַסן, אָבער טוט נישט די לייען־אַרבעט. אַנשטאָט דעם פֿאַרברענגט ער די איבעריקע צײַט — 10 שעה אַ טאָג — בײַם לערנען תּורה." נאָכן גראַדויִרן, זאָגט זי, וועט ער מסתּמא זיך לערנען אויף סמיכה, און ווערן אַ גמרא־לערער. "בײַ מײַן טאָכטער, מרים, איז אָבער געווען גאָר אַנדערש," האָט רבֿקה דערציילט. "איר איז נישט געגאַנגען צו פֿאָרן קיין ישׂראל צוליבן לערנען; זי האָט געוואָלט פֿאַרברענגען דאָרט אַ יאָר." מרים האָט עס געטאָן אין דער "מדרשת מוריה", וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם "שערי־צדק־שפּיטאָל", אין ירושלים. לויט דער וועבזײַט פֿונעם סעמינאַר, דינט די נאָענטקייט פֿונעם שפּיטאָל ווי אַ שטענדיקע געלעגנהייט פֿאַר די תּלמידות צו טאָן חסד און ביקור־חולים.
"אין פֿאַרגלײַך מיט משהן, איז מרים אפֿשר נישט געשטיגן אינעם אינטעלעקטואַלן זינען, אָבער זי איז יאָ פֿרימער געוואָרן — זי טראָגט מער נישט קיין הויזן און דאַוונט אָפֿטער. ביידע קינדער האָבן טענות צו מיר, וואָס איך קויף קײַ־גומע אָן אַ הכשר. מסתּמא זענען זיי אויך נישט צופֿרידן, וואָס איך טראָג קורצע הויזן ווען איך גיי לויפֿן אין דער פֿרי, אָבער זיי זאָגן עס מיר נישט. די איינציקע צײַט וואָס משה בעט מיך טראָגן אַ קלייד איז ווען מיר גייען ערגעץ צוזאַמען." "איין זאַך שטערט מיך יאָ," האָט רבֿקה צוגעגעבן. "איך האָב אַ ייִנגערע טאָכטער, אַרילה, וואָס קאָן גוט לייענען תּורה. איצט האָט מרים אָנגעהויבן איר אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ, אַז אַ מיידל דאַרף עס נישט טאָן. אַרילה האָט שווער געאַרבעט זיך דאָס אויסצולערנען, און איך האָף, אַז זי וועט נישט אויפֿהערן, בלויז ווײַל מרים וויל אַזוי." סעם סאָסווײַן, אַ געשעפֿטסמאַן, און זײַן פֿרוי, מלכּה, אַ פּסיכאָטעראַפּעווט, האָבן געשיקט זייער זון, בענדזשי, אין "ישיבֿת שערי מבֿשׂרת־ציון", אין ירושלים, און האָבן בכלל נישט קיין חרטה. "מיר לעבן זיך זייער גוט דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אפֿשר צו גוט," האָט סאָסווײַן באַמערקט. "אָבער ווען אַן אַמעריקאַנער בחור אָדער מיידל לעבט אַ יאָר אין ישׂראל, זעט ער פֿון דער ערשטער האַנט די דראָונגען וואָס ישׂראל מוז אויסשטיין. פֿאַרשטייט זיך, איז זייער איבערלעבונג נישט אַזוי אײַנגעוואָרצלט ווי בײַ די ישׂראלדיקע יונגע לײַט, אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ סך נעענטער ווי עס וואָלט געווען אין אַ קאָלעדזש־אינטערנאַט דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן." אַן אַנדער מעלה פֿון בענדזשיס יאָר אין דער ישיבֿה איז געווען דער טראָפּ וואָס די ישיבֿה האָט געלייגט אויף טאָן חסד, האָט סעם באַמערקט. "יעדן צווייטן דאָנערשטיק האָט בענדזשי זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ פּאַיאַץ און פֿאַרווײַלט די שווער קראַנקע קינדער אינעם ׳הדסה־שפּיטאָל׳." אויף דער פֿראַגע, צי וואָלט בענדזשי דאָס נישט געטאָן, אַפֿילו אָן דעם לערנען אַ יאָר אין ישׂראל, האָט סעם געענטפֿערט: "אפֿשר וואָלט ער גערעדט וועגן טאָן אַזאַ זאַך, און עס טאַקע געוואָלט טאָן, אָבער די פּראָגראַם האָט אים געגעבן די מעגלעכקייט עס טאַקע דורכצופֿירן." Di religie hot idn nisht geholfnSubmitted by leonlab on Mon, 2008-01-14 02:41.
Di frume idn alemol zainen geven di ershte vos di ukrainer hobn ongegrifn verend di pogromen vail di frume idn hobn dem rum gehat als di "feiglinge". Zei hobn zich tzi unter di beten farshtekt tzi avekgeloifn fun di ukrainer ober nisht kein mol mit di ukrainer gekemft. Ich veis nisht vi azoi, ober di idishe religie macht idn verloz kegen di fainde. Ich ken nisht farshtein vi azoi 16 milionen idn hobn nisht gekont shafn zeier eigene armei um zich tzu farteidiken kegen di ukrainer un andere fainde. |