אין דער שיל אין סאָסואַ |
אין די סוף 1930ער יאָרן, ווען די לענדער פֿון דער וועלט האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט די גערודפֿטע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם נאַציזם און אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך געפֿונען איין לענדעלע, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, וואָס האָט יאָ געעפֿנט אירע גרענעצן פֿאַר זיי. אין אַן אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג, וואָס עפֿנט זיך די וואָך אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿאַר דער ייִ דישער ירושה", קען מען זען פֿאַרשיידענע פֿאָטאָגראַפֿיעס און עקספּאָנאַטן אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק; אַ געשיכטע וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין גן־עדן, אויף אַ שטח, וווּ שׂינאה צו די ייִדן איז געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט און עס האָט געהערשט אַ ברידערלעכע האַרמאָניע צווישן דער דאָרט־געבוירענער שפּאַניש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג און די דײַטש־ און ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן.
אין 1938 אויף דער עוויאַן־קאָנפֿערענץ האָבן 32 לענדער זיך געטראָפֿן אַרומצורעדן די אימיגראַנטן־פּראָבלעם, אָבער נאָר די דאָמיניקאַנער רעפּובליק האָט צו יענער צײַט באַשלאָסן אַרײַנצונעמען די ייִדן. דער דיקטאַטאָר פֿונעם לאַנד, ראַפֿאַעל טרוכיאָ, איז געווען גרייט אַרײַנצולאָזן 100,000 ייִדן, אָבער נאָר 5000 וויזעס האָט מען צעטיילט און אַן ערך 700 ייִדן האָבן זיך באַזעצט אויף אַ טעריטאָריע, וווּ ווייניק מענטשן האָבן דעמאָלט געוווינט: אַ גרויסע פֿאַרלאָזטע באַנאַנע־פּלאַנטאַציע — סאָסואַ. מסתּמא האָט טרוכיאָ אַרויסגעוויזן אַזאַ ברייטהאַרציקייט, ווײַל מיט אַ יאָר פֿריִער, אין 1937, האָט ער אומגעבראַכט 25,000 האַיִטאַנער און געהאָפֿט, אַז די מערבֿ־וועלט וועט פֿאַרגעסן וועגן דעם מיט זײַן "מיצווה" (ווי באַקאַנט טיילן זיך האַיִטי און די דאָמיניקאַנער רעפּובליק מיט איין אינדזל). דאָס געלט צו באַזעצן די ייִדן האָט געגעבן דער אַמעריקאַנער "דזשוינט".
מע פֿאָרט אין שול (פֿאָטאָ: דזשאַן דויטש) |
אין סאָסואַ האָבן די ייִדן אויפֿגעשטעלט אַן אַגריקולטערעלע קאָלאָניע, און כאָטש קיינער האָט נישט געהאַט קיין פּראַקטישע דערפֿאַרונג צו פֿעלד־אַרבעט, האָט מען מיט הצלחה און מיט דער הילף פֿון די דאָמיניקאַנער, אין גיכן פּראָדוצירט מילך, קעז און פֿלייש און דאָס פֿאַרקויפֿט דעם גאַנצן לאַנד. נאָך הײַנט עסט מען די קעז־ און פֿלייש־פּראָדוקטן פֿון סאָסואַ.
יעדער נײַער ייִדישער תּושבֿ האָט באַקומען 80 אַקער לאַנד, צען קי, אַ מוילאייזל און אַ פֿערד. ס‘רובֿ אימיגראַנטן האָבן געשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך און שוין געהאַט פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערעס אין דער אַלטער היים. עס זענען אויך געווען ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע און איין ייִד דערציילט אין אַ ווידעאָ־אינטערוויו אויף דער אויסשטעלונג, אַז מע האָט פֿאָרגעשטעלט פּיעסעס אויף ייִדיש צו פֿאַרווײַלן די קהילה.
פֿון דער פּלאַנטאַציע סאָסואַ האָט זיך אַנטוויקלט דאָס שטעטל, וואָס מע קען נאָך הײַנט עס באַזוכן. אין 2005 האָט דער "אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס" בשותּפֿות מיט דער "סאָסואַ"־קהילה לאַנצירט אַ פּראָיעקט אויפֿצוהאַלטן אַלע דאָקומענטן, עקספּאָנאַטן און אַרטיפֿאַקטן אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון סאָסואַ. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז אַ רעזולטאַט פֿון דער אונטערנעמונג.
נאָכן חורבן האָט אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק זיך באַזעצט אין אַמעריקע אָדער עולה געווען קיין ישׂראל. עס זענען געבליבן אַן ערך דרײַסיק ייִדישע משפּחות אין סאָסואַ ביזן הײַנטיקן טאָג. זיי האָבן אויפֿגעבויט אַ מוזיי און אַ שיל, וווּ מע דאַוונט יעדן שבת. אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען נישט נאָר פֿאָטאָגראַפֿיעס, נאָר אויך מאָלערײַען וועגן דעם לעבן דאָרטן, אַ מאַנדאָלין וואָס האָט זיי פֿאַרווײַלט נאָך דער אַרבעט, פּאַספּאָרטן און אַנדערע דאָקומענטן פֿון די אימיגראַנטן. אין אַן אינטערעסאַנטן קורצן פֿילם הערט מען ווי די ערשטע ייִדישע באַזעצערס און זייערע קינדער האָבן געמאַכט אַ נײַ לעבן פֿאַר זיך.
דער אַדרעס פֿונעם "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה" איז 36 באַטערי־פּלייס, מאַנהעטן. קלינגט: 4200־437־646 צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע .www.mjhnyc.org.
ייִדישע תּושבֿים פֿון סאָסואַ |