קהילה־לעבן
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בוכאַרישע משפּחות בורוכאָוו און יאַגודאַיעוו, בוכאַראַ, 1934
די בוכאַרישע משפּחות בורוכאָוו און יאַגודאַיעוו, בוכאַראַ, 1934

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט די חסידים פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק, וואָס שטאַמען, על-פּי-רובֿ, פֿון אונגאַרן, פּוילן אָדער גאַליציע — האָבן אַן איינזײַטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן דער שפּראַך און מינהגים פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ טייל ייִדן ווערן שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען די "רוסישע" ייִדן דערציילן זיי, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן געלעבט כּמעט אַ צענדליק פֿאַרשיידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס, מיט אינגאַנצן באַזונדערע שפּראַכן און טראַדיציעס.

דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט אין זיך אַרײַנגענומען אַ היפּשן טייל פֿונעם געוועזענעם "ייִדישלאַנד", אַרײַנגערעכנט ליטע, ווײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאַוויע. אינעם יאָר 1946, נאָך דער מלחמה, איז אַ טייל פֿונעם געוועזענעם עסטרײַך־אונגאַרישן שטח געוואָרן אַ טייל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד; אין אַ טייל פֿון קורלאַנד, די מערבֿדיקע געגנט אין לעטלאַנד, האָבן אויך געוווינט אַ סך "דײַטשישע" ייִדן. דערפֿאַר, ווען מע הערט אַ ייִד רעדן אויף רוסיש, קען מען נישט וויסן פֿון פֿאָרויס, צי ער איז אַ ליטוואַק, אַ בעסאַראַבער, אַן אונגאַרישער, אַ וואָלינער, צי גאָר אַ פּוילישער אָדער אַ "יעקישער".

הגם דער ראַטן-פֿאַרבאַנד איז געווען, על-פּי-רובֿ, אַן אַשכּנזיש לאַנד, וווּ די רעגירונג האָט, נישט קוקנדיק אויף די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, אַפֿילו אָנערקענט אַמאָל ייִדיש ווי די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן, זענען ווײַט נישט אַלע רוסיש-רעדנדיקע ייִדן אַשכּנזים. דער צווייט-גרעסטע ייִדישע גרופּע אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, זענען די בוכאַרישע ייִדן. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן אַרום 100,000 בוכאַרישע ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל, און נאָך 50,000 — קיין אַמעריקע; בלויז אַ פּאָר-דרײַ טויזנט וווינען נאָך אַלץ אין די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. די בוכאַרישע ייִדן גלייבן, אַז זיי שטאַמען פֿון די שבֿטים פֿון נפֿתּלי און ישׂשכר, וואָס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון ארץ-ישׂראל מיט איבער 2,700 יאָר צוריק. אַ סך היסטאָריקער האַלטן אָבער, אַז זיי האָבן, אַזוי ווי ס׳רובֿ אַנדערע ייִדן, פֿאַרלאָזט ארץ-ישׂראל נאָכן חורבן פֿונעם צווייטן בית-המיקדש, מיט 1900 יאָר צוריק. די בוכאַרישע קהילה איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די פּערסישע ייִדן און די באַרג-ייִדן, הגם די דאָזיקע דרײַ גרופּעס האָבן זיך צעטיילט נאָך אין די אוראַלטע צײַטן.

ֿון רעכטס: הרבֿ יצחק יהושע, דער הויפּט-רבֿ פֿון דער אַמעריקאַנער בוכאַרישער קהילה; מײַקל בלומבערג, דער מעיאָר פֿון ניו-יאָרק; באָריס קאַנדאָוו, דער פּרעזידענט פֿונעם
ֿון רעכטס: הרבֿ יצחק יהושע, דער הויפּט-רבֿ פֿון דער אַמעריקאַנער בוכאַרישער קהילה; מײַקל בלומבערג, דער מעיאָר פֿון ניו-יאָרק; באָריס קאַנדאָוו, דער פּרעזידענט פֿונעם

ביז לעצטנס, האָבן ס׳רובֿ בוכאַרישע ייִדן געוווינט אויף דער טעריטאָריע פֿונעם אַמאָליקן בוכאַראַ-עמיראַט — אַ מוסולמעניש לאַנד אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן. במשך פֿון דער צײַט האָבן זיי אַנטוויקלט אַן אוניקאַלע קולטור און אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון פּערסיש, אָדער, ווי אַ טייל פֿון זיי רופֿן אים אָן — פֿאַרסי אָדער "פֿאָרסי". נאָך דער מאַסן-עמיגראַציע קיין ישׂראל און אַמעריקע, האָבן אַ סך בוכאַרישע ייִדן אָנגעהויבן צו לערנען זייער שפּראַך סיסטעמאַטיש אין די שולן, און אָנצורופֿן אים דווקא בוכאַריש, און נישט פּערסיש, און צו אַנטוויקלען זייער עטנישע קולטור און טראַדיציעס.

אין אַ סך אַספּעקטן, איז די הײַנטיקע בוכאַרישע קולטור-אַקטיוויטעט ענלעך צו דער אַמאָליקער ייִדישיסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע. די "בוכאַריסטישע" טעטיקייט איז באַזונדערס שטאַרק אין קווינס — אַ ראַיאָן פֿון ניו-יאָרק, וווּ עס וווינען בערך 40,000 בוכאַרישע ייִדן. אַ טייל פֿרומע אַקטיוויסטן פֿון דער שפּראַך ווערן אויך נתפּעל פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע חסידים, און פּרוּוון צו שאַפֿן אַן ענלעכן בוכאַריש-רעדנדיקן קוואַרטאַל. אַגבֿ, אַ טייל מלמדים אין די ישיבֿות פֿון קווינס זענען טאַקע חסידים, דעריבער קאָנען אַ טייל בוכאַרישע יונגע-לײַט סײַ זייער מאַמע-לשון, סײַ ייִדיש, סײַ ענגליש, סײַ רוסיש. אויף דער ניו-יאָרקער וועבזײַט bukharianjews.com ווערן כּסדר געדרוקט לימודים פֿון דער בוכאַרישער שפּראַך, אַנאָנסן וועגן קולטור-אונטערנעמונגען און אַנדערע קהילה-נײַעס.

מיט 6 יאָר צוריק האָט אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" באַטאָנט, אַז די בוכאַרישע ייִדן האָבן פֿאַרוואַנדלט אַ טייל פֿון קווינס אין אַ מין "קוויניסטאַן" — אַן אינדזל פֿון צענטראַל-אַזיאַטישער קולטור. אַ סך רעסטאָראַנען און געשעפֿטן אַרום קווינס-בולוואַר, פֿון ריגאָ-פּאַרק ביז קיו-גאַרדענס, טראָגן אַזעלכע נעמען, ווי "די שיינע בוכאַראַ", "טאַדזשיקיסטאַן", "טאַשקענט" און "סאָגדיאַנאַ".

אַהרן אַראָנאָוו, דער גרינדער פֿונעם "בוכאַריש-ייִדישן מוזיי" אין קווינס
אַהרן אַראָנאָוו, דער גרינדער פֿונעם "בוכאַריש-ייִדישן מוזיי" אין קווינס

מיט אַ וואָך צוריק האָט אַ גרופּע פֿאָרשטייער פֿון דער קווינסער בוכאַרישער קהילה, אַרײַנגערעכנט דעם הויפּט-רבֿ יצחק יהושע און באָריס קאַנדאָוו, דער פּרעזידענט פֿונעם אַמעריקאַנער "בוכאַריש-ייִדישן קאָנגרעס", צוזאַמען מיטן אוזבעקישן אַמבאַסאַדאָר אין אַמעריקע, אַבדול אַזיז קאַמילאָוו, זיך געטראָפֿן מיט אַ צאָל סענאַטאָרן אין "קעפּיטאָל היל". צוליב אַ צאָל רײַכע געשעפֿטס-לײַט און נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט צענטראַל-אַזיע, האָט די בוכאַרישע קהילה אין קווינס אַ מערקווירדיקע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע השפּעה.

איינער פֿון די באַרימטסטע בוכאַרישע געשעפֿטסלײַט אין דער וועלט איז לוי לעוואַיעוו — אַ ישׂראלדיקער מיליאַרדער און מעצענאַט. לעוואַיעוו איז אַ ליובאַוויטשער חסיד און אַ גרויסער שטיצער פֿון די חב״ד-אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד. אַן אינטערעס אין ליובאַוויטשער, בראַצלעווער און סאַטמאַרער חסידות איז נישט קיין זעלטנקייט צווישן די בוכאַרישע ייִדן; ס׳רובֿ דאַוונער אין אַ טייל קווינסער חב״ד-שילן זענען בוכאַרער.

אין קווינס ווערן כּסדר דורכגעפֿירט בוכאַרישע קאָנצערטן, קולטור-פֿעסטיוואַלן און אַנדערע אונטערנעמונגען, ווי אויך פֿונקציאָנירן אַרום 20 בוכאַרישע שילן, אַרבעט אַ פֿאָלקס-טעאַטער, אַ "מוזיי פֿון בוכאַרישע ייִדן", געגרינדעט דורך אַהרן אַראָנאָוו, אַ פּראָמינענטן קהילה-אַקטיוויסט, און אַנדערע קולטור-אָרגאַניזאַציעס. די אָרטיקע שרײַבער פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר היסטאָרישע ביכער און ראָמאַנען וועגן דעם לעבן פֿון די בוכאַרישע ייִדן.

אַן אַנסאַמבל פֿון דער בוכאַרישער קהילה בײַם "פֿעסטיוואַל פֿון קולטורן" אין ניו־יאָרק
אַן אַנסאַמבל פֿון דער בוכאַרישער קהילה בײַם "פֿעסטיוואַל פֿון קולטורן" אין ניו־יאָרק

די בוכאַרישע קהילה איז, בדרך-כּלל, אַ סך מער אַקטיוו טראַדיציאָנעל, ווי די גרעסערע אַשכּנזישע רוסיש-ייִדישע קהילה אין ברײַטאָן־ביטש און אַנדערע ראַיאָנען פֿון ניו־יאָרק; דערפֿאַר, זענען אַ סך רוסיש-שפּראַכיקע ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו-יאָרק פֿאַרבונדן דווקא מיט די בוכאַרער. אין פֿאַרגלײַך מיט ישׂראל, וווּ עס וווינען הײַנט ס׳רובֿ ייִדן פֿון די געוועזענע צענטראַל־אַזיאַטישע סאָוועטישע רעפּובליקן, פֿירן זיך די אַמעריקאַנער בוכאַרישע ייִדן זייער אומאָפּהענגיק, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן זייער שפּראַך און קולטור; די ישׂראלדיקע צענטראַל-אַזיאַטישע ייִדן ווערן אָפֿט אײַנגעשלונגען אינעם העברעיִש-רעדנדיקן ספֿרדיש־מיזרחדיקן הויפּט-שטראָם. אין אַ סך אַספּעקטן, איז קווינס געוואָרן הײַנט דער וועלט-צענטער פֿון דער בוכאַרישער קהילה.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די בוכאַרער זענען נישט געווען די איינציקע ניט-אַשכּנזישע ייִדן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. אַחוץ די בוכאַרער, שטאַמען פֿון צענטראַל-אַזיע אויך די גרוזינישע און די באַרג-ייִדן (ביידע גרופּעס באַטרעפֿן אַרום 100,000 נפֿשות), און אַ קליינע צאָל לאַכלוכן — קורדישע ייִדן. אין קאַלאַראַש, אַ שטעטל אין מאָלדאַוויע, איז אַמאָל אויך געווען אַ קליינע ספֿרדישע לאַדינאָ-רעדנדיקע קהילה; יורי צאַלענקאָ, וועלכער האָט איבערגעזעצט יחיאל שרײַבמאַנס ווערק פֿון ייִדיש אויף רוסיש, שטאַמט פֿון די בעסאַראַבער ספֿרדים. און אין קרים, דער האַלבֿ-אינדזל אויפֿן סאַמע דרומדיקן טייל פֿון אוקראַיִנע, לעבן נאָך אַלץ עטלעכע הונדערטער קרימטשאַקעס — אַן אורלאַלטער ייִדישער עטנאָס מיט אַן אייגענער שפּראַך, נאָענט צו טאָטעריש.