|
דער יונגער בערי פֿאָרמאַן מיטן זיידן, דזשייק גאָלדבערג, אין בראָנקס, 1945 |
|
ווען בערי פֿאָרמאַן איז געווען אַ יונגער בחור, האָט זײַן טאַטע, אַ ייִדישער אויפֿזעער פֿון אַ רימען־פֿאַבריק אין מאַנהעטן, אים געפּרוּווט איבערצוצײַגן דווקא נישט צו גיין אין זײַנע וועגן. האָט ער איין מאָל מיטגענומען זײַן זון, און אים אַוועקגעזעצט בײַ אַ שטעכמאַשין, וווּ דאָס ייִנגל האָט, נעבעך, אַכט שעה אַ טאָג, געמאַכט לעכלעך אין די פּאַסיקן. נאָך עטלעכע טעג האָט דער טאַטע אים געפֿרעגט: "נו, ווי געפֿעלט דיר די אַרבעט?" "ס׳איז אַן ערלעכע פּרנסה — האָט דאָס ייִנגל אים געענטפֿערט — אָבער איך וויל קיין מאָל מער נישט אַרבעטן אין קיין פֿאַבריק!"
פֿונדעסטוועגן, האָט בערי פֿאָרמאַנס גורל אים יאָ געפֿירט אין זײַן טאַטנס וועגן, און הײַנט פֿאַרמאָגט ער אַ הצלחהדיקע פֿירמע אין קאַליפֿאָרניע מיט אַ טשיקאַווער שליחות: "פֿאַרשענערן און פֿאַרבעסערן" אימפּאָרטירטע מלבושים מיט אַ דעפֿעקט, ווען ס׳איז נישטאָ קיין צײַט זיי צוריקצושיקן. צוליב דעם וואָס אַזוי פֿיל פֿון די באַקלייד־פֿאַבריקן געפֿינען זיך הײַנט אין אויסלאַנד, בפֿרט אין כינע, און אַ דאַנק די אָן אַ שיעור דעפֿעקטן בײַ דער פּראָדוקציע, האָט פֿאָרמאַנס פֿירמע, Santa Fe Finishing, מער ווי גענוג באַשטעלונגען. פֿאַראַיאָרן האָט איר פּערסאָנאַל פֿון 100 מענטשן באַאַרבעט 7 מיליאָן בגדים, און פֿאַרדינט 4 מיליאָן דאָלאַר. די פֿירמע איז הײַנט אַזאַ סוקצעס, אַז די אָנגעזעענע צײַטונג "וואָל סטריט דזשוירנאַל" האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט וועגן איר אַן אַרטיקל.
פֿאָרמאַן באַטראַכט זײַן קאָמפּאַניע ווי אַ מין "פּקוח־נפֿש־אָפּטייל" פֿאַר מלבושים. ווען עס קומט אַרײַן די קרום־געמאַכטע, אָדער קאַליע־געוואָרענע סחורה, קוקט ער, צי עס זענען אויף איר דאָ פֿלעקן, פֿעלנדיקע שטעך, קנעפּלעך פֿונעם נישט־ריכטיקן קאָליר — און באַשליסט תּיכּף, וואָס מע קאָן ראַטעווען, און ווי גיך. אַ מאָל באַאַרבעט מען עטלעכע טויזנט מלבושים אַ טאָג, כּדי זיי זאָלן זײַן גרייט אין 3—4 טעג.
|
בערי מיט זײַן פֿרוי, אַנדרעאַ פֿלוג (לינקס) און טאָכטער, עמאַ, 2004 |
|
וואָס זענען בדרך־כּלל די דעפֿעקטן? מיט צוויי יאָר צוריק, למשל, האָט אַ פֿאַבריקאַנט פֿון מענערישע גאָלף־קליידער זיך געוואָנדן צו אים צו פֿאַרריכטן 20,000 רעגן־רעקלעך מיט אַרבל, וואָס זענען געווען מיט 6 אינטשעס לענגער, ווי מע דאַרף. "בלויז אַ גאָרילע האָט עס געקענט טראָגן," האָט פֿאָרמאַן באַמערקט. אין אַ צווייטן פֿאַל, פֿאַרגאַנגענעם יוני, האָט די פירמע געקראָגן 15,000 פּאָר הויזן, וואָס זענען על־פּי־טעות געלעגן עטלעכע וואָכן אײַנגעווייקט אין ים־וואַסער, אין אַ פֿראַכטשיף. אַ דריטל פֿון די הויזן האָט מען געמוזט אַרויסוואַרפֿן, אָבער די אַנדערע האָט מען באַשפּריצט מיט אַן אַנטי־ריח־מיטל, אויסגעפּרעסט, אײַנגעפּאַקט און געמאַכט גרייט צום שיקן ווײַטער.
אין אויגוסט האָט דער אַמעריקאַנער צאָל־אַמט פֿאַרהאַלטן 17,000 פּאָר דזשינס־הויזן פֿון כינע, נאָך דעם ווי די צאָל־באַאַמטע האָבן באַמערקט, אַז די 'זיפּערס’ זענען פֿאַלשע, נאָכגעמאַכט דער יאַפּאַנעזישער 'זיפּער’־פֿירמע YKK. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער כינעזישער פֿירמע האָט זיך גלײַך פֿאַרבונדן מיט פֿאָרמאַנען, וועלכער האָט איבערגעשיקט אינעם סקלאַד 15 פֿון זײַנע אַרבעטער, ווי אויך לאָמפּן, טישן און מכשירים, און דאָרט צונויפֿגעשטעלט אַ נויט־פֿאַבריק. במשך פֿון פֿינף טעג האָבן זיי, ניצנדיק קליינע האַנט־בויערס, אָפּגעמעקט די געפֿעלשטע YKK־מאַרקע. די אַמעריקאַנער צאָל־באַאַמטע האָבן אָנערקענט דעם בײַט, און דערלויבט אַרײַנצוברענגען די דזשינס־הויזן אין לאַנד — בלויז אַ וואָך שפּעט.
אין אַ בליצפּאָסט־אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט פֿאָרמאַן דערציילט, אַז זײַן זיידע, פֿונעם טאַטנס צד, האָט אין דער אַלטער היים געאַרבעט ווי אַ שנײַדער, און נאָכן באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק איז ער געבליבן בײַ דעם פֿאַך. ער איז אָבער געשטאָרבן יונגערהייט, אין 1919 אָדער 1920. "מײַן טאַטע, וועלכער איז דעמאָלט געווען בלויז 6 יאָר אַלט, ווייסט אַליין נישט, צי די סיבה פֿון זײַן טויט איז געווען די באַקאַנטע גריפּע־עפּידעמיע, אָדער אַן אַקצידענט מיט אַ פֿערד־און־וואָגן. די מעשׂה האָט זיך איבער די יאָרן עטלעכע מאָל געביטן."
די באָבע האָט חתונה געהאַט צום צווייטן מאָל, ווידער מיט אַ שנײַדער. "מײַן צווייטער זיידע — קיינער האָט אים נישט גערופֿן 'שטיף־זיידע’ — האָט געהייסן דזשייק גאָלדבערג. ער איז געווען אַן ערנסטער מענטש, וואַרעם צו דער משפּחה, און אַן אמתער 'דזשענטלמען’, וואָס האָט זיך תּמיד שיין געקליידט — דער שנײַדער אין אים האָט עס געפֿאָדערט. ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן, האָט מײַן טאַטע אַהיימגעבראַכט פֿונעם זיידן צענדליקער זײַדענע קראַוואַטן, פֿון וועלכע איך און מײַנע צוויי ברידער האָבן אויסגעקליבן אונדזער טייל 'ירושה’.
מײַן טאַטע, ברידער און איך האָבן זיך געלערנט בײַ 'זיידע דזשייק’, ווי אַזוי אויפֿצופּאַסן אויף אונדזערע קליידער: זיי שיין אויפֿהענגען, זיך תּמיד באַניצן מיט שוך־קלעצלעך — געוווינשאַפֿטן, וואָס זענען געבליבן בײַ מיר ביזן הײַנטיקן טאָג.
דער 'פֿאָרווערטס’ איז געווען אַ שטענדיקע זאַך אין אונדזער שטוב, וואָס סײַ מײַנע באָבע־זיידע, סײַ מײַנע עלטערן האָבן אים געלייענט," האָט פֿאָרמאַן געזאָגט. "מיך האָט מען געשיקט לערנען אין דער תּלמוד־תּורה פֿונעם 'דזשויִש סענטער פֿון הילקרעסט מענאָר’, אין קווינס, וווּ מײַן טאַטע איז געווען אַ שטיקל מאַכער — געדאַוונט דאָרט יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת אין דער פֿרי, געזעסן אין דער פֿאַרוואַלטונג, געזונגען מיטן כאָר." פֿאָרמאַן אַליין איז אָבער נאָך דער בר־מיצווה "אַנטלאָפֿן" פֿונעם לערנען, און האָט זיך ערשט אומגעקערט צו אַן אַקטיוו ייִדישלעך לעבן מיט 14 יאָר צוריק. הײַנט זענען ער, זײַן פֿרוי און טאָכטער אַקטיווע מיטגלידער אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין לאָס־אַנדשעלעס.
פֿאָרמאַנס באַאַרבעטן קליידער איז אין דער אמתן זײַן צווייטע קאַריערע. פֿאַר דעם האָט ער געאַרבעט כּמעט 30 יאָר אינעם קליידונג־ביזנעס, און אַפֿילו געגרינדעט זײַן אייגענע מאָדע־פֿירמע, Laundry, וואָס איז איצט אַ טייל פֿון דער וועלט־באַרימטער Liz Claiborne Inc. אין די 1970ער יאָרן האָט ער פּראָדוצירט הויזן־אָנצוגן, געמאַכט פֿון פּאָליעסטער, פֿאַר פֿרויען, און אין די 1980ער — קליידער פֿון קונסטזײַד. אָבער ווען ער האָט, מיט 14 יאָר צוריק, באַמערקט, אַז די אַרבעט ווערט אַלץ אָפֿטער געמאַכט אין אויסלאַנד, צוליב די נידעריקע אַרבעטער־הוצאָות דאָרט, האָט ער פֿאַרקויפֿט דאָס קליידער־געשעפֿט און פּענסיאָנירט אין עלטער פֿון 50 יאָר.
במשך פֿון די קומענדיקע אַכט יאָר, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט דערציִען זײַן טאָכטער, וועלכע איז איצט 16 יאָר אַלט, אָנגעהויבן שפּילן גאָלף, געקויפֿט אַן אויטאָ־וואַש־געשעפֿט און אינוועסטירט אין גרונט־מיסחר. מיט דער צײַט האָט ער זיך אָבער פֿאַרבענקט נאָכן קליידונג־געשעפֿט, און אינעם יאָר 2000 אָפּגעקויפֿט Santa Fe Finishing. ער האָט זיכער נישט קיין חרטה. "ס׳איז אַ געשעפֿט, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ," זאָגט פֿאָרמאַן. "דער טאָג הייבט זיך אָן אַפֿילו נאָך איידער איך שטיי אויף אין דער פֿרי, אָבער פֿונדעסטוועגן — האָב איך עס ליב."