קהילה־לעבן

דזשעפֿרי סטריקס בײַ אַ קיאָסק פֿון זײַן פֿירמע Strikly Kosher, אינעם ״דזשײַענטס־סטאַדיאָן״;
איסט־רודערפֿאָרד, ניו־דזשערזי
דזשעפֿרי סטריקס בײַ אַ קיאָסק פֿון זײַן פֿירמע Strikly Kosher, אינעם ״דזשײַענטס־סטאַדיאָן״;
איסט־רודערפֿאָרד, ניו־דזשערזי

די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שטאַרק ליב צו גיין אויף ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, צי דאָס איז בייסבאָל, פֿוטבאָל, קוישבאָל אָדער טעניס, און די פֿרומע זענען נישט קיין אויסנאַם. נישט קיין חידוש, וואָס אַ סך רבנים הייבן אָפֿט אָן זייערע דרשות מיט אַ משל פֿון אַ באַרימטן ספּאָרט־שפּילער אָדער אַ געוויסן פֿאַרמעסט, כּדי צו מאַכן זייערע דבֿרי־תּורה מער פֿאַרשטענדלעך.

ביז לעצטנס, ווען אַ פֿרומער ייִד איז געפֿאָרן אויף אַ ספּאָרט־פֿאַרמעסט, האָט אים איין זאַך אויסגעפֿעלט: דאָס קענען קויפֿן דאָרט אַ הייס וווּרשטל און פּאָסמאַקעווען זיך דערמיט, בעתן אויסשרײַען "הוראַ" פֿאַר זײַן באַליבטער מאַנשאַפֿט. אַ צאָל סטאַדיאָנען האָבן יאָ פֿאַרקויפֿט וווּרשטלעך פֿון דער Hebrew National מאַרקע, אָבער דאָס פֿלייש איז נישט גלאַט כּשר, און איר השגחה — triangle K — איז נישט פֿאַררעכנט ווי פֿאַרלאָזלעך בײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן.

אָבער במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, האָבן זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן בײַ אַ צאָל ספּאָרט־סטאַדיאָנען אין אַמעריקע, בפֿרט אויפֿן מיזרח־ברעג, קיאָסקן פֿון גלאַט־כּשרע וווּרשטלעך און אַנדערע טראַדיציאָנעלע ספּאָרט־מאכלים. די דערשײַנונג האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם פֿרומען סעקטאָר; ערשטנס, צוליב דער גשמיותדיקער הנאה פֿון קענען "פֿאַרבײַסן" די שפּיל מיט אַ הייסן מיטאָג, אָבער אויך, ווײַל די קיאָסקן האָבן דערמעגלעכט אַרײַנכאַפּן אַ מינחה בעתן איבעררײַס. אויף די בייסבאָל־פֿאַרמעסטן קומט דער איבעררײַס נאָכן זיבעטן נײַנטל פֿונעם מאַטש; בײַ פֿוטבאָל — נאָכן סוף פֿונעם דריטן פֿערטל.

בעת די קונים האָבן הנאה, האָט זיך אָבער אַנטוויקלט אַ מחלוקת צווישן די צוויי פֿירמעס, וואָס פֿאַרקויפֿן גלאַט־כּשר עסן בײַ די סטאַדיאָנען — אַ מחלוקת, וואָס איז שוין דערגאַנגען צו אַ בית־דין.

אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט זיבן יאָר צוריק, ווען דזשעפֿרי סטריקס, אַ ניו־יאָרקער, וועלכער איז דעמאָלט געווען דער הויפּט־פֿאַרשפּרייטער פֿון "טשיקיטאַ"־באַנאַנעס, האָט געגרינדעט אַ פֿירמע, Strikly Kosher (אַ ווערטערשפּיל אויף זײַן פֿאַמיליע, סטריקס), און אָפּגערעדט מיט צוויי ניו־יאָרקער בייסבאָל־סטאַדיאָנען — "שיי" (די היים פֿון די "מעטס") און "יענקי סטיידיום" — צו פֿאַרקויפֿן דאָרט גלאַט־כּשר שפּײַז. דאָס געשעפֿט איז אים געגאַנגען אַזוי גוט, אַז הײַנט קען מען זען סטריקס קיאָסקן אויף צוויי סטאַדיאָנען אין ניו־דזשערזי — "דזשײַענטס־סטיידיום" און דעם "קאָנטינענטאַל ערלײַנס אַרענע", און אַ דריטן אין לאָנג־אײַלאַנד — "נאַסאָ־קאַליסעום". אַחוץ וווּרשטלעך, פֿאַרקויפֿט ער קנישעס, געזאַלצענע בייגעלעך, רבי־ניסלעך און געטראַנקען. אַלע קיאָסקן געפֿינען זיך אונטער דער השגחה פֿונעם "קווינסער ועד הרבנים".

מיט דרײַ יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן אַ צווייטע פֿירמע, Kosher Sports, אויך געגרינדעט פֿון אַ ניו־יאָרקער, דזשאָנאַטאַן (יונתן) קאַץ. דער מעניו דאָ, וואָס איז אונטער דער השגחה פֿון Star K, האָט אַ ברייטערן אויסקלײַב. אַחוץ די וווּרשטלעך מיט קנישעס, פֿאַרקויפֿט ער אויך פּאַסטראַמע־, טונפֿיש־ און אינדיק־שניטקעס, שאַרפֿע איטאַליענישע וווּרשטן, און הינדל־סאַלאַט. במשך פֿון די דרײַ יאָר האָט קאַץ זיך "באַזעצט" אויף די סטאַדיאָנען מחוץ דעם ניו־יאָרקער ראַיאָן: אין פֿילאַדעלפֿיע, באָלטימאָר און וואַשינגטאָן.

הײַיאָר אָבער זענען די צוויי ייִדישע פֿירמעס געוואָרן ביטערע קאָנקורענטן, נאָך דעם ווי דער ניו־יאָרקער "שיי־סטיידיום" האָט, צום ערשטן מאָל, אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט קאַצן, און נישט מיט סטריקס. אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט סטריקס דערקלערט, פֿאַר וואָס ער האָט גענומען קאַצן צום בית־דין: "איך בין שוין אין ׳שיי׳ זיבן יאָר לאַנג, און דאָרט אַרײַנגעלייגט אָן אַ שיעור אַרבעט און געלט. יענער האָט דאָס געוווּסט, און איז געגאַנגען הינטער מײַן פּלייצע צו פֿאַרהאַנדלען מיט זיי... דערבײַ נעמט ער צו בײַ אַ ייִד זײַן פּרנסה."

קאַץ, פֿון זײַן זײַט, זעט עס אין גאַנצן אַנדערש: "די ׳מעטס׳ האָבן פּשוט נישט באַנײַט זײַן קאָנטראַקט; האָבן מיר זיך אָנגעבאָטן, און זיי האָבן מסכּים געווען. אין שײַכות מיט [סטריקס׳] טענה, אַז מיר האָבן צוגענומען בײַ אים די פּרנסה, דאַרפֿט איר וויסן, אַז מיר זענען געווען די ערשטע אָנצושרײַבן אַ קאָנטראַקט מיט ׳דזשײַענטס סטיידיום׳, און בײַם סוף פֿונעם יאָר 2003 האָט יענע פֿירמע עס דווקא אויסגעכאַפּט בײַ אונדז. דערפֿאַר פֿאַרשטיי איך בשום־אופֿן נישט וואָס ער האָפֿט צו באַווײַזן אינעם בית־דין."

די אָנגעשטרענגקייט צווישן ביידע צדדים איז אַ פֿאַרשטענדלעכע. די גלאַט־כּשרע קיאָסקן זענען טאַקע פּאָפּולער — נישט בלויז בײַ די פֿרומע, נאָר אויך בײַ אַ צאָל אַנדערע ייִדן און אַפֿילו נישט־ייִדן, וואָס האַלטן, אַז כּשר פֿלייש איז געזינטער. אָבער אין דעם געשעפֿט איז דאָ אויך אַ געוויסע ריזיקע. ערשטנס, קאָסטן די כּשרע פּראָדוקטן מער ווי די נישט־כּשרע; צווייטנס, טאָרן די קיאָסקן נישט אַרבעטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת, וואָס זענען צוויי פֿון די פֿאַרנומענסטע טעג פֿון דער וואָך, און אויך נישט במשך פֿון די אַכט טעג פּסח, ראש־השנה, יום־כּיפּור און שבֿועות. בעתן בייסבאָל־סעזאָן, הייסט עס, קען מען פֿאַרדינען בײַ בלויז 30 פֿון די סך־הכּל 80 מאַטשן אַ יאָר, האָט סטריקס דערקלערט, אָבער קיין ברירה איז נישטאָ. "מיר האַלטן, אַז פּרנסה קומט פֿונעם אייבערשטן. וואָס איז באַשערט, איז באַשערט."