פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען אין דער פּאָסט אַ שנה־טובֿה, וואָס האָט מיך שטאַרק גערירט.
די משפּחה וואָס האָט עס אונדז געשיקט איז מיר דווקא נישט אַזוי נאָענט. מיר האָבן זיך באַקענט דורך אונדזערע זין, וועלכע זענען געוואָרן גוטע חבֿרים בעת די קאַלעדזש־יאָרן. צוליב העפֿלעכקייט, האָב איך פֿאַרבעטן די עלטערן אויף אַ שבת־מיטאָג, און זיי אונדז — אויף אַ חנוכּה־שׂימחה. קיין שטאַרקן רושם האָבן זיי אויף מיר נישט געמאַכט, און ווען איך וואָלט זיי הײַנט געזען אויף דער גאַס, איז מעגלעך, אַז איך וואָלט זיי אַפֿילו נישט דערקענט.
די שנה־טובֿה אַליין איז אויך נישט געווען עפּעס אויסערגעוויינטלעכס. אַ סטאַנדאַרט ווינטשקאַרטל, ווי צענדליקער אַנדערע, וואָס מע קאָן הײַנט געפֿינען צווישן די געבוירן־טאָג־ און רפֿואה־שלימה־קאַרטלעך אין כּמעט יעדן ניו־יאָרקער פּאַפּירקראָם. פֿון פֿאָרנט — אַ קאָלירט בילד פֿון אַן אָרון־קודש; אינעווייניק — אַ סענטימענטאַלער געדרוקטער טעקסט, און איבער דעם, געשריבן מיט דער האַנט די נעמען פֿון מיר, מײַן מאַן "און משפּחה"; און נאָכן טעקסט — זייערע נעמען "און משפּחה".
פֿונדעסטוועגן, האָב איך, באַקוקנדיק דאָס קאַרטל פֿון אַלע זײַטן, זיך נישט־וועלנדיק צעשמייכלט, און ס׳האָט מיך אַרומגענומען אַ וואַרעמקייט און אַ בענקשאַפֿט נאָך אַ צײַט, ווען כּמעט אַלע ייִדישע פֿרויען פֿלעגן פֿאַר, און בעת די ימים־נראים פֿאַרברענגען שעהען לאַנג, בײַם שרײַבן די אַדרעסן און אַוועקשיקן דורך דער פּאָסט צענדליקער שנה־טובֿות צו זייערע קרובֿים און פֿרײַנד; און במשך פֿון די פּאָר וואָכן האָבן זיי אויך באַקומען ווינטשקאַרטלעך דורך דער פּאָסט, וואָס זיי האָבן געזאַמלט און אויפֿגעהאָנגען.
הײַנטיקע צײַטן, ווען איך באַקום שוין יאָ אַ קאַרטל דורך דער פּאָסט, איז עס פֿון אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע אָדער פּאָליטיקער. די געציילטע פֿרײַנד און באַקאַנטע וואָס שיקן מיר ווינטשווערטער לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר טוען עס בלויז דורך בליצפּאָסט. אָפֿט מאָל צעשיקט עס דער שרײַבער צו צענדליקער אָדער אַפֿילו הונדערטער מענטשן מיט איין מאָל, דורך אַ קוועטש מיטן "מײַזל". אַמאָל קומט די ווינטשעוואַניע באַגלייט מיט אַ בילד, אַ לידעלע אָדער אַפֿילו מיט אַ קורצער אַנימאַציע. ס׳איז אַ סך גרינגער ווי צו שיקן מיט דער פּאָסט.
דערפֿאַר, צום טייל, האָט אַן עלעקטראָנישע שנה־טובֿה טאַקע נישט דעם זעלבן מיין, ווי די שנה־טובֿות פֿון אַמאָל. יענע האָט מען געדאַרפֿט ספּעציעל גיין קויפֿן אין קראָם, אָדער באַשטעלן דורך אַ דרוקער; מע האָט מיט דער האַנט צוגעשריבן דעם נאָמען פֿונעם אַדרעסירטן, אַ מאָל אויך אַ בריוועלע; דערנאָך פֿלעגט מען אָנשרײַבן די אַדרעסן, לעקן די מאַרקעס און די קאָנווערטן, און אַרויסגיין, זיי אַרײַנצוּוואַרפֿן אין אַ פּאָסטקעסטל. אַז איך האָב באַקומען אַ שנה־טובֿה, האָב איך דערפֿילט, אַז איך בין דעם מענטשן וויכטיק, אַנישט, פֿאַר וואָס וואָלט יענער זיך אַזוי מטריח געווען?
די שנה־טובֿות וואָס מײַן מאַמע פֿלעג צעשיקן זענען געווען אויף ייִדיש, פּראָדוצירט בײַם בראָנקסער דרוקער הערשל קופּפֿערשטיין, שוואַרץ אויף ווײַס, פּערסאָניליזירט מיט די נעמען פֿון טאַטע־מאַמע און אַלע פֿיר קינדער. יעדן טאָג פֿלעגן צו אונדז אָנקומען דורך דער פּאָסט אַ דרײַ־פֿיר קאַרטלעך וואָס מיר, קינדער, האָבן אויפֿגעהאָנגען אויף די טירן פֿונעם עסצימער און גאַסטצימער. ביז סוכּות האָבן מיר שוין דערגרייכט נאָענט צו 40 שנה־טובֿות.
בעת איך האָב זיי אויפֿגעהאָנגען, פֿלעג איך זיי איבערלייענען, בפֿרט, אויב די אָפּשיקער האָבן מיט דער האַנט צוגעשריבן אַ פּערזענלעכע באַגריסונג. איך האָב שטילערהייט געהאַלטן אַ חשבון, ווער ס׳האָט אונדז געשיקט, ווײַל דאָס האָט מיר דערמאָנט, ערשטנס, ווער סע זענען אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים, אָבער אויך, ווער סע זענען געווען די מענטשן פֿון מײַן טאַטנס ייִדיש־וועלט.
אַ גרויסער טייל פֿון די קאַרטלעך זענען געווען פֿון ייִדישע שרײַבער און ייִדיש־ליבהאָבער. דערזען זייערע נעמען, האָט מיך אויך דערמאָנט ווער סע זענען געווען מײַן טאַטנס אידעאָלאָגיש אַליִיִרטע. דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען עס האָבן עפֿנטלעך געקעמפֿט פֿאַרשידענע פֿראַקציעס אין דער ייִדיש־וועלט, און מײַן טאַטע איז אויך נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט.
ווי אַ לינגוויסט, האָט ער געהאַט, און האָט נאָך הײַנט, אַ געוויסע וויזיע, ווי אַזוי ייִדיש וואָלט געדאַרפֿט אויסזען (אַן איינהייטלעכן אויסלייג; אַ לשון פֿרײַ פֿון דײַטשמעריזמען; צופּאַסן אָדער שאַפֿן נײַע טערמינען פֿאַר אַלע זאַכן אין דער מאָדערנער וועלט), און הגם ער האָט געהאַט נישט ווייניק חסידים, האָט ער אויך געהאַט אַ צאָל מתנגדים, וואָס זענען געווען פּונקט אַזוי אײַנגעשפּאַרט אין זייערע מיינונגען, ווי ער אין זײַנע. אין די ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן האָט מען איינער דעם צווייטן שאַרף קריטיקירט, מיט כּעס, און אין געוויסע פֿאַלן איז מען געוואָרן אַזוי ברוגז, אַז מע האָט יאָרן לאַנג זיך קוים באַגריסט, אַפֿילו ווען מע האָט זיך געזען אויף ייִדישע אונטערנעמונגען. קיין דיפּלאָמאַטיע האָט מען אויף דער ייִדישער גאַס נישט געפֿירט, ווײַל צו פֿאַרהאַנדלען מיט אַ קעגנער וואָלט געמיינט מקריבֿ זײַן די אייגענע פּרינציפּן.
ווען איך האָב געזען אַ שנה־טובֿה פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז אויף מײַן טאַטנס צד; וואָס האָט אָפֿט מאָל געמיינט, אַז ער האָט זיך באַמיט אויסצומײַדן דײַטשמעריזמען, אַז ער האָט מסכּים געווען צו נוצן אַ דרוקער וואָס קען דעם ייִוו״אָ־אויסלייג, אָבער דער עיקר — אַז ער האָט אָפּגעשאַצט די שווערע אַרבעט, וואָס מײַן טאַטע האָט געפּרוּווט דורכצופֿירן.
(אַוודאי איז אויך מעגלעך, אַז געוויסע פֿון די שרײַבער זענען געווען גראַפֿאָמאַנען, וואָס האָבן אים געחנפֿעט, כּדי זייערע ביכער זאָלן רעצענזירט ווערן אין "אויפֿן שוועל", וווּ מײַן טאַטע איז געווען דער שעף־רעדאַקטאָר...)
געוויסע שנה־טובֿות זענען געווען פֿון מײַן טאַטנס סטודענטן און אויך געוועזענע סטודענטן, אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט אָדער אין ייִדישן לערער־סעמינאַר. אויפֿן קאַרטל פֿלעגן זיי אויסדריקן וויפֿל פֿאַרגעניגן זיי האָבן געהאַט אין זײַנע קלאַסן, וויפֿל זיי האָבן זיך אויסגעלערנט, און זייערע גוטע ווינטשן, אַז ער זאָל מצליח זײַן אין זײַן אַרבעט לטובֿת ייִדיש. נישט ביז יאָרן שפּעטער איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר האָבן אַ טייל פֿון די סטודענטן אים געשיקט אַ שנה־טובֿה, כּדי צו באַקומען אַן "A" אינעם קלאַס, אָדער אַ גוטע רעקאָמענדאַציע פֿאַר אַ גראַדויִר־שול? אָדער אַז אפֿשר זענען געוויסע סטודענטקעס וואָס האָבן אים געשיקט אַ שנה־טובֿה שטילערהייט געווען פֿאַרליבט אין אים? ווער ווייסט?
אָט דאָס אַלץ איז מער געקומען אין זינען, ווען ס׳איז מיר אַרײַן אין די הענט די אומגעריכטע שנה־טובֿה ... אַ בענקשאַפֿט נאָך די פּערזענלעכע שנה־טובֿה־קאַרטלעך, וואָס מע פֿלעגט זיך טאַקע מוטשען זיי אַרויסצושיקן, און דערבײַ האָבן זיי צווישן די שורות צוגעוווּנקען: יאָ, דו ביסט מיר ליב...