- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איין וואָך איז אַדורך, זינט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַהאַנדלט אין בריסל דעם גרוזינער־רוסלענדישן קאָנפֿליקט און אַרויסגעטראָגן זײַן פּאַרווע פּסק־דין — פֿאַראורטיילן רוסלאַנד, אָבער קיין שום סאַנקציעס קעגן מאָסקווע נישט אָננעמען. און אָט איז פֿאַרבײַ נאָך איין אייראָפּעיִשע אַסיפֿה, שוין אין אַוויניאָן, פֿראַנקרײַך, און ווידער האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער באַשלאָסן זיך אָפּצוהאַלטן פֿון האַרבע מעשׂים קעגן רוסלאַנד, בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן. דאָס יאָר איז דער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל געוואָרן אַ ביסל מער היימישער ווי געוויינטלעך. מע קען "דאַנקען" דעם פֿינאַנציעלן קריזיס פֿאַר דעם — עטלעכע צענדליק מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן מיט חדשים פֿריִער, האָבן אין דער לעצטער מינוט באַשלאָסן, אַז זיי קענען זיך נישט פֿאַרגינען צו קומען און בלײַבן אין דער היים. וווּ מען איז געגאַנגען, האָט מען געקאָנט הערן, ווי מע ברומט אונטער מיט כּעס אויף די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען "שולדיק" אין דעם שלעכטן מצבֿ, וואָס ווירקט אויף אַלע קולטור־אונטערנעמונגען די טעג. אין 1973, ווען ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס מײַסטערווערק — די פֿיר בענדיקע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט מען באַלד אײַנגעזען, אַז דאָס איז נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון ייִדיש, נאָר אַ געשיכטע פֿון דער גאַנצער אַשכּנזישער קהילה, און נאָך מער — עס האָט אויך אַנאַליזירט די באַציִונג צווישן שפּראַך און געזעלשאַפֿט און די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון שפּראַכן אין אַלגעמיין. ווײַנרײַכס "געשיכטע" האָט תּיכּף פֿאַרנומען דעם אויבן אָן אין דער ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק. מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן זיך ווידער געעפֿנט די קלאַסן אין אַלע שולן פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר תּשס"ט. קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַכט הונדערט טויזנט תּלמידים אין 4,000 לערן־אינסטיטוציעס, פֿון קינדער־גאָרטן ביז דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס, צוריק צו זייערע שולבענק; 129,520 לערער האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער אָפּרו, צו זייער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, גרייט צו לערנען און מדריך זײַן זייערע תּלמידים אין דעם נײַעם לערניאָר. "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", ווען דו גייסט אַרויס אויף אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, בײַ געוויסע תּנאָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן געגעבן אַ סך מיצוות, אַרײַנגערעכנט די פליכט אומצוקערן די בעלי-בתּים פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער אינעם הויז פֿון מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף; דער פֿאַרבאָט פֿון ריבית (וואָכערײַ); צו באַערן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב, און אַנדערע אַקטועלע ענינים. אַ קאָמפּליצירטן מאָמענט לעבט הײַנט איבער די וועלט בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. די עקאָנאָמיע אַנטוויקלט זיך גאָר ניט אַזוי, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. באַזונדערס שטורעמט אין דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר, וואָס שטעלט אַ שטעמפּל אויף אַלע איבעריקע געביטן. ס'איז דאָך גאָר אַ שלעכטער סימן, אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג מישט זיך אַרײַן און הייבט אָן ראַטעווען, דורך אַ פֿאַקטישער נאַציאָנאַליזאַציע, ריזיקע פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען. און דאָס טוט דווקא די רעגירונג, וואָס באַרימט זיך מיט איר פֿילאָסאָפֿיע פֿון מינימיזירן די מלוכישע ראָלע אין וויכטיקע עקאָנאָמישע ענינים. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די ישׂראלדיקע "אינסטאַנץ פֿון אַנטיקן" איבערגעגעבן, אַז זי פּלאַנירט אַרויסצושטעלן די באַרימטע מגילות פֿון ים־המלח אויף דער אינטערנעץ. לויט דעם פּלאַן, וועלן די אינטערנעץ-באַנוצער באַקומען אין צוויי יאָר אַרום אַן אָפֿענעם צוטריט צו טויזנטער בילדער פֿון די מגילות, סקאַנירט מיט אַ הויכער קוואַליטעט אינעם געוויינטלעכן און אינפֿראַ-רויטן ליכט; די אינפֿראַ-רויטע בילדער ווײַזן צומאָל אַרויס אומזעעוודיקע אותיות און אַנדערע צוגאָב-פּרטים אין די 2000־יעריקע כּתבֿ־ידן. (פֿערטער קאַפּיטל) ביז אַהער איז דאָס לעבן פֿון די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע געפֿלאָסן געמיטלעך. די שארית־הפּליטה האָבן זיך אויסגעשפּאַנט פֿון יענע טרויעריקע טעג און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם אַמעריקאַנעם לעבן מיט אַלע אבֿרים. עס האָט אויסגעזען אַז נאָכן חורבן וועט די וועלט אויפֿהערן האַלטן מלחמות, און דאָ האָט זיך אונטערגערוקט קאָרעע, און די מאַמעס האָבן גענומען זאָרגן וועגן זייערע זין וואָס וועלן גענומען ווערן אין מיליטער. דערווײַל פֿאַרזאַמלען זיך די ווײַבער אין דערבײַיִקן פּאַרקל אין דער בראָנקס און האַלטן גאַנצע וויכּוחים וועגן שפּינאָזען. דעם שמועס האָט אַרײַנגעברענגט טאָליע. אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט. טײַערע חזנטע, זאָל איך שענקען אונדזער טעלעוויזאָר ווי אַ צדקה, און אַזוי אַרום זיך פּטרן פֿון אים אויף אייביק? מײַנע קינדער, יוגנטלעכע, קוקן צו פֿיל טעלעוויזיע! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא, אַז זיי וועלן זיך פֿילן אַנדערש ווי זייערע חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן? ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ. אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט. |