שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

זאָל איך שענקען אונדזער טעלעוויזאָר ווי אַ צדקה, און אַזוי אַרום זיך פּטרן פֿון אים אויף אייביק? מײַנע קינדער, יוגנטלעכע, קוקן צו פֿיל טעלעוויזיע! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא, אַז זיי וועלן זיך פֿילן אַנדערש ווי זייערע חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן?

פֿאַרזאָרגטע מאַמע


טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,

איידער מע גייט פּטור ווערן פֿונעם טעלעוויזאָר, וואָלט איך אײַך געעצהט אײַנצופֿירן שטרענגע כּללים פֿאַר די קינדער. קודם־כּל, מעג מען נאָר קוקן טעלעוויזיע נאָך דעם ווי מע טוט די היים־אַרבעט; אָדער נאָר סוף־וואָכן. אויב די קינדער האַלטן זיך בײַ די כּללים, קען מען לאָזן דעם טעלעוויזאָר. אויב זיי פֿאָלגן נישט די כּללים, דאַרפֿן זיי פֿאַרשטיין, אַז ווי אַ רעזולטאַט, וועלן זיי נישט האָבן קיין טעלעוויזאָר אין גאַנצן. גיט זיי די געלעגנהייט צו באַווײַזן, אַז זיי קענען זיך אויפֿפֿירן מיט אַחריות.


טײַערע חזנטע,

מײַן פֿרוי דערגייט מיר די יאָרן, איך זאָל תּמיד אויפֿראַמען און האַלטן די שטוב ריין. פֿרעג איך: וווּ איז יושר, אַז איך דאַרף זיך האַלטן בײַ אירע סטאַנדאַרטן? נאָך אַלעמען, די אומאָרדענונג אין שטוב אַרט מיך נישט!

אַ פֿריילעכער זשלאָב


טײַערער פֿריילעכער זשלאָב,

וואָס שייך אַ ריין הויז, הערט זיך בעסער צו צו אײַער פֿרוי!

* * *


טײַערע חזנטע,

איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער סאָציאַליסטישער משפּחה, וועלכער האָט נישט געגלייבט אין גאָט און נישט אין קיין שום רעליגיע. הײַנט, אַז כ׳בין שוין אין מײַנע 70ער יאָרן, זענען געשען געוויסע זאַכן, וואָס האָבן דערפֿירט צו דעם, איך זאָל באַטראַכטן מײַן אמונה און ייִדישקייט.

איך בין קיין מאָל נישט געגאַנגען דאַווענען אין שיל בעת די יום־טובֿים, און מסתּמא וועל איך דאָס יאָר אויך נישט. מײַן פּראָבלעם באַשטייט אין דעם — איך ווייס נישט, וווּ איך קאָן זיך אַרײַנפּאַסן. איך פֿאַרשטיי נישט קיין לשון־קודש. איך וווין אין ניו־יאָרק און עס זענען פֿאַראַן אַ סך ברירות, אָבער — וווּהין זאָל איך גיין?

אַ זוכנדיקער


טײַערער זוכנדיקער,

איר האָט נאָך אַ פּאָר וואָכן פֿאַר די יום־טובֿים. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט מאַכן אַ רשימה פֿון פֿאַרשיידענע שילן און יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת דאַווענען אין אַן אַנדער שיל. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע שילן און מנינים אין ניו־יאָרק און איך בין זיכער, אַז איין שיל וועט אײַך סוף־כּל־סוף פֿאַראינטערעסירן. אפֿשר וועט אײַך געפֿעלן ווי עס דאַוונט דער חזן, אָדער ווי עס דרשנט דער רבֿ, אָדער ווי דער מנין איז אַ פֿרײַנדלעכער. זײַט אַזוי גוט און לאָזט אונדז וויסן נאָך די יום־טובֿים וואָס איר האָט באַשלאָסן און ווי איר האָט איבערגעלעבט די טעג. זאָל זײַן מיט מזל און אַ גוט־יאָר.

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024