- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 1973, ווען ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס מײַסטערווערק — די פֿיר בענדיקע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט מען באַלד אײַנגעזען, אַז דאָס איז נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון ייִדיש, נאָר אַ געשיכטע פֿון דער גאַנצער אַשכּנזישער קהילה, און נאָך מער — עס האָט אויך אַנאַליזירט די באַציִונג צווישן שפּראַך און געזעלשאַפֿט און די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון שפּראַכן אין אַלגעמיין. ווײַנרײַכס "געשיכטע" האָט תּיכּף פֿאַרנומען דעם אויבן אָן אין דער ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק. אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון ד״ר שלמה נאָבל מיט דער הילף פֿון פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן איז אויך דערשינען אין 1973, און די גאַנצע וועלט האָט דעמאָלט געקענט אָפּשאַצן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון ווײַנרײַכן. אָבער די דאָזיקע אויסגאַבע האָט נאָר אַרײַנגענומען די ערשטע צוויי בענד אויף ייִדיש, אָבער דער דריטער און פֿערטער בענד, וועלכע האָבן אַרײַנגענומען די הערות צו די ערשטע צוויי בענד, האָבן געוואַרט אויף זייער פּובליקאַציע. קען מען מאַכן מיט דער האַנט — נו, נישקשה, ווער דאַרף האַבן די הערות, די "זײַטיקע באַמערקונגען", ווער לייענט זיי סײַ־ווי־סײַ? אין דעם פֿאַל קען מען ענטפֿערן, אַז מע פֿאַרפֿעלט גאָר אַ סך אינפֿאָרמאַציע, אַנאַליזן, און אײַנזעעניש, אויב מע לייענט נישט די הערות פֿון מאַקס ווײַנרײַכן. ער איז געווען אַ געלערנטער נישט נאָר אין דער לינגוויסטיק, זײַן וויסן האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע פֿעלדער, ווי פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור, קולטור־געשיכטע, פּסיכאָלאָגיע. דעריבער איז כּדאַי צו לייענען און צעקײַען זײַנע באַמערקונגען. דעם חודש האָבן דער ייִוואָ און יעיל־אוניווערסיטעט אַרויסגעלאָזט אַ דערגאַנצטע אויסגאַבע פֿון "דער געשיכטע". נאָבל און פֿישמאַן האָבן געהאַט צוגעגרייט אַ מאַשין־שריפֿט פֿון די הערות אין 1973, אָבער מע האָט זיי נישט געדרוקט מיט דער ערשטער אויסגאַבע. האָט מען איבערגעגעבן ד״ר הערשל גלעזער, אַסאָציִיִר־דעקאַן פֿונעם "מאַקס ווײַנרײַך־צענטער" בײַם ייִוואָ, די עובֿדה צו רעדאַקטירן דעם כּתבֿ־יד, און 35 יאָר נאָך דער ערשטער אויסגאַבע, האָט מען אַרויסגעלאָזט די פֿאַרגרעסערטע "געשיכטע". ד״ר גלעזערס אַרבעט איז נישט געווען קיין לײַכטע. אַ סך פֿון ווײַנרײַכס הערות און ביבליאָגראַפֿישע נאָטיצן זענען געווען אומקלאָר און נישט פֿאַרענדיקט. לסוף האָט מען באַשלאָסן אַרויסצוגעבן דאָס גאַנצע ווערק אין צוויי בענד: אינעם ערשטן באַנד קען מען לייענען דעם טעקסט פֿונעם ערשטן אַמאָליקן באַנד מיט די שײַכותדיקע הערות צום טעקסט, און אינעם צווייטן באַנד, געפֿינט זיך דער טעקסט פֿונעם אַמאָליקן צווייטן באַנד מיט די הערות פֿאַר דעם טעקסט. דערצו האָט מען צוגעגרייט אַן אינדעקס פֿאַרן גאַנצן ווערק, וואָס האָט קיין מאָל פֿריִער נישט עקזיסטירט. צום באַדויערן וועט אַזאַ אינדעקס אויף ייִדיש נישט געדרוקט ווערן, אָבער מיטן ענגלישן אינדעקס קען מען זיך געבן אַן עצה. מע האָט אויך צוגעגרייט אַן אינדעקס פֿון די ייִדישע פּאַראַגראַף־נומערן און פֿאַרגליכן מיט די ענגלישע פּאַראַגראַף־נומערן וואָס וועט זייער קומען צו הילף (לינגוויסטן שרײַבן אין אַזאַ סטיל, אין וועלכן מע גיט יעדן פּאַראַגראַף אַ נומער). דעם זונטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, 2:00 בײַ טאָג, וועט מען אין ייִוואָ דורכפֿירן אַ סימפּאָזיום וועגן ווײַנרײַכס "געשיכטע", לכּבֿוד דער נײַער ענגלישער אויסגאַבע, אין וועלכן עס וועלן זיך באַטייליקן פּראָפֿ׳ ראָבערט קינג פֿון טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, פּראָפֿ׳ ניסן דזשייקאָבס פֿון אָהײַאָער אוניווערסיטעט, קלמן ווײַזער פֿון טאָראָנטער אוניווערסיטעט און ד״ר הערשל גלעזער. "דאָס, וואָס עס ווערן צום ערשטן מאָל געדרוקט די הערות אויף ענגליש וועלכע האָבן פֿאַרנומען די לעצטסע צוויי בענד פֿון דער ׳געשיכטע" ,איז אַ גרויסער צושטײַער צו דער ייִדישער שפּראַך־וויסנשאַפֿט" — האַלט ד״ר קינג — "ד״ר גלעזער האָט מיט קאָפּ און מיט אַ געפֿיל פֿאַר ענגליש, ייִדיש און לינגוויסטיק געטאָן זײַן אַרבעט. די וויסנשאַפֿטן פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע און ייִדישע געשיכטע, נישט נאָר ייִדישע לינגוויסטיק, זענען באַרײַכערט געוואָרן." ד״ר מאַקס ווײַנרײַך איז געבוירן געוואָרן אין לעטלאַנד אין 1894 און זײַן מאַמע־לשון איז געווען דײַטש. ער איז געוואָרן אַקטיוו אין "בונד" און זיך אויסגעלערנט ייִדיש. שוין צו 13 יאָר האָט ער געשריבן אַרטיקלען אויף ייִדיש פֿאַר דער בונדישער פּרעסע. אין 1917 האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע נאָך דעם ווי ער האָט שטודירט אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער געשריבן זײַן דאָקטאָראַט בײַם מאַרבורגער אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער שפּראַך־פֿאָרשונג. ער האָט חתונה געהאַט מיט רעגינאַ שאַבאַד פֿון דער אָנגעזעענער ווילנער שאַבאַד־משפּחה און געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר און זשורנאַליסט (אויך פֿאַרן "פֿאָרווערטס"). אין 1925 האָט ער געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם ייִוואָ און געוואָרן זײַן פֿירער. זײַנע פֿאָרש־אַרבעטן פֿאַר דער צווייטער וועלט מלחמה דעקן אַ סך טעמעס בתוכם די וויכטיקע פֿאָרשונג וועגן דער ייִדישער יוגנט. ער האָט איין יאָר פֿאַרבראַכט אין יעיל־אוניווערסיטעט צו שטודירן די טעמע פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן קוקווינקל אונטער דער אויפֿזע פֿונעם לינגוויסט עדוואַרד סאַפּיר. ווײַנרײַך האָט זיך געפֿונען אין קאָפּענהאַגען בײַם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה מיט זײַן זון, אוריאל, און זיי זענען אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1940. זײַן מפּשחה אין ווילנע איז שפּעטער אויך אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק. "קיין איינער פֿון די אַנדערע געדרוקטע געשיכטעס פֿון די דײַטשע, ענגלישע אָדער פֿראַנצויזישע שפּראַכן קען זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיט ווײַנרײַכס ׳געשיכטע׳" — האַלט ד״ר קינג — "די ברייטקייט און טיפֿקייט פֿונעם ווערק קען מען נישט געפֿינען אין קיין אַנדער ענלעכער געשיכטע... וווּ האָט ער געפֿונען צײַט דאָס אויפֿצוטאָן? אַן ערך 400 ביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס האָט ער אָפּגעדרוקט, נישט אַרײַנגערעכנט זײַן שעדעווער ׳די געשיכטע׳." ד״ר ניסן דזשייקאָבס האַלט, אַז ד״ר ווײַנרײַך האָט געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע אין פֿאָרמירן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון ייִדיש־שטודיעס, ווי אויך פֿון אַשכּנזישע שטודיעס. דאָס אָפּדרוקן די הערות איז זייער וויכטיק, "נישט נאָר פֿאַר דער ביבליאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע, נאָר דווקא פֿאַר די זײַטיקע באַמערקונגען, וועלכע קענען פֿירן צו אָן אַ שיעור ווײַטערדיקע פֿאָרש־אַרבעטן". אַ מוסטער פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן עשירות וואָס ליגט אין די הערות, קען מען געפֿינען אויף יעדן זײַטל — אַ שלל פֿון אינפֿאָרמאַציע און געדאַנקען. אינעם דריטן באַנד אויף ייִדיש, זײַט 177 לייענט מען, למשל, וועגן דעם מינהג פֿון תּשליך: "דער מינהג פֿון גיין דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה פֿאַר נאַכט צום טײַך און אַרײַנוואַרפֿן אַהין די זינד, ווערט הײַנט מאָטיווירט מיטן פּסוק מיכה, ז, 19 ׳ותּשליך במצולות ים כל חטאתם׳ — און וועסט אַרײַנוואַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿון ים אַלע זייערע חטאים — נאָר רמזים אויפֿן מינהג קען מען געפֿינען אין תּנ״ך און אין דער גמרא... אָבער עס איז אָנגענומען, אַז מחוץ אַשכּנז איז דער מינהג ניטאָ און אַז דער ערשטער וואָס דערמאָנט וועגן אים איז דער מהרי״ל אַרום 1400. שפּעטער קומט וועגן תּשליך צו רייד בײַ ר׳ מרדכי יפֿה פֿון פּויזן (1530 — 1612), "לבֿוש מלכות", און בײַ ישעיה הורוויץ (1588 — 1628), "שני לוחות הברית"...שפּאַניער האַלט, אַז די התחלה האָט מען געמאַכט אין איין אָרט, און אפֿשר איז גאָר דער איניציאַטאָר געווען איין מקובל. אָבער בײַ ניט־ייִדן האָט שוין אַן ענלעכער מינהיג געגאָלטן נאָך אין דער ערשטער העלפֿט 14טן יאָרהונדערט. און דווקא אויך אין רײַן־לאַנד, וווּ דער מהרי׳ל איז געווען אין דער היים. איז דעריבער גרײַלעך מיגלעך, אַז מיר האָבן דאָ אַן איבערנעם אָדער, אַז על־כּל־פּנים, זײַנען ייִדן ניט נתפּעל געוואָרן פֿון דעם וואָס בײַ קריסטן איז אויך פֿאַראַן אַזאַ מינהג. אָבסערווירט אים האָט פּעטראַרקאַ, אַרום 1235, דעם אָוונט פֿון 24סטן יוני (יאָן־טאָג), ווער ער איז אָנגעקומען אין קעלן; מען האָט אים געזאָגט, אַז דאָס איז אַן אַלטער מינהג און מען פּראַוועט אים אַלע יאָר." מע דאַרף געדענקען, אַז ווײַנרײַך איז געווען דער ראָש נישט נאָר פֿון דער לינגוויסטישער קאָמיסיע בײַם ייִוואָ, נאָר אויך פֿון דער עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע, און אַ דאַנק זײַן קענטעניש און אָרגאַניזיר־כּוחות, האָט די קאָמיסיע געקענט זאַמלען טויזנטער איינסן פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אין דער הערה אויבן, זעט מען, אַז ווײַנרײַך איז געווען מסוגל צוזאַמענצוברענגען מקורות פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן און תּקופֿות און מיט זיי מאַכן אַ סינטעז און אַנאַליזירן דעם פֿאָלקלאָריסטישן פֿענאָמען. אַוודאי מיט ריין שפּראַכיקע ענינים איז זײַן קענטעניש געווען אַ זעלטענער, ווי מע זעט אויף דער זעלבער זײַט פֿון דער ייִדישער אויסגאַבע, וווּ ער שרײַבט וועגן דעם מאַכל "קרעפּלעך". דער מוסטער איז נאָר אויסגעקליבן געוואָרן סתּם פֿון הונדערטער אַזוינע טשיקאַווע שטעלן. אַנדערע לינגוויסטישע טעאָריעס וועגן דעם בראשית פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָט מען פֿאָרגעשלאָגן אין דער צווישנצײַט זינט דעם אַרויסקום פֿון ווײַנרײַכס "געשיכטע", מיט 35 יאָר צוריק. ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז די רײַן־געגנט אין דײַטשלאַנד איז געווען דאָס וויגעלע פֿון ייִדיש, אָבער אַנדערע לינגוויסטן האַלטן שוין הײַנט אַנדערש — פּראָפֿ׳ ראָבערט קינג און דוד קאַץ האַלטן, אַז דאָס געבוירן־אָרט געפֿינט זיך ערגעץ אַנדערש אין דײַטשלאַנד; ד״ר פּאָל וועקסלער האַלט גאָר, אַז ייִדיש איז געקומען פֿון מיזרח, אַרײַן אין דײַטשלאַנד און דערנאָך אַרויסגעוואַנדערט צוריק אויף מיזרח. אַנדערע האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויף ייִדיש ווי אַ "קרעאָלישע שפּראַך". ד״ר גלעזער זאָגט, אַז נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידענע טעאָריעס איז מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע" געבליבן דאָס איינציקע ווערק וועגן ייִדיש, מיט וועלכן מע מוז זיך רעכענען, איידער מע אַנטוויקלט נײַע טעאָריעס. מיט דער נײַער דערגאַנצטער אויסגאַבע וועט אַ ברייטער עולם זיך קענען פֿאַרטיפֿן אין דער אינטערעסאַנטער געשיכטע פֿון מאַמע־לשון און דעם גאונישן קאָפּ פֿון ד״ר מאַקס ווײַנרײַך. Paul VekslerSubmitted by Srulik on Sat, 2008-09-13 22:03.
Ich hob geleient vos prof.Veksler hot geshribn un loit im idish shtamt fun Rheinland in Daitchland. Er hot nisht kein mol geshribn az idish iz gekumn kein Daitchland fun Osten un dan tzurik kein Osten. |