רעצעפּטן

ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ.

אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט.

1 לעפֿל צעמאָלענע קעמיניק (cumin)
3 טעפּלעך נאַהיט
2 רויטע אָדער געלע פֿעפֿערלעך
1 רויטע ציבעלע
1 שטיקל אינגבער, בערך 1 אינטש (2.54 צענטימעטער) די גרייס
1 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל
3 לעפֿל פֿרישער לימענע־זאַפֿט
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע

שווענקט אויס דעם נאַהיט, און לאָזט אָפּרינען דאָס וואַסער.

נעמט אַרויס די קערעלעך פֿון די פֿעפֿערלעך. צעשנײַדט די פֿעפֿערלעך און די רויטע ציבעלע אויף קליינע שטיקלעך. שיילט אָפּ און צעהאַקט דאָס שטיקל אינגבער.

הייצט אָן אַ פּאַטעלניע און ברוינט צו די קעמיניק בערך 10 סעקונדעס.

מישט צונויף אַלע אינגרעדיענטן, אַחוץ דער פּעטרישקע, אין אַ גרויסער שיסל. גאַרנירט אים מיט דער פּעטרישקע.