איין וואָך איז אַדורך, זינט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַהאַנדלט אין בריסל דעם גרוזינער־רוסלענדישן קאָנפֿליקט און אַרויסגעטראָגן זײַן פּאַרווע פּסק־דין — פֿאַראורטיילן רוסלאַנד, אָבער קיין שום סאַנקציעס קעגן מאָסקווע נישט אָננעמען. און אָט איז פֿאַרבײַ נאָך איין אייראָפּעיִשע אַסיפֿה, שוין אין אַוויניאָן, פֿראַנקרײַך, און ווידער האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער באַשלאָסן זיך אָפּצוהאַלטן פֿון האַרבע מעשׂים קעגן רוסלאַנד, אָבער פֿאָדערן פֿון מאָסקווע זיך האַלטן בײַ די 6 פּונקטן, וואָס דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט, ניקאָלאַ סאַרקאָזי, דער איצטיקער פֿאָרזיצער פֿונעם "פֿאַרבאַנד", האָט אויסגעפּועלט בײַ ביידע קריגערישע צדדים — בײַם פּרעזידענט מעדוועדיעוו און פּרעזידענט סאַאַקאַשווילי.
לאָזט זיך אויס, אַז רוסלאַנד האָט אויסגעפֿירט בלויז "צוויי מיט אַ האַלבן פּונקט", ווי עס האָט באַמערקט בערנאַר קושנער, דער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך. נאָך מער, במשך פֿון דער צײַט צווישן די אייראָפּעיִשע אַסיפֿות, כּל־זמן אין אייראָפּע האָט מען גערעדט און געדברט, האָט רוסלאַנד אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע טעריטאָריעס ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות, אָנגעקניפּט מיט זיי דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, אַז אויב עמעצער וועט זיי, חלילה, אָנרירן, וועט רוסלאַנד זיי פֿאַרטיידיקן מיט אַלע מיליטערישע מיטלען.
שיִער נישט גלײַך פֿון אַוויניאָן פֿליט אַרויס קיין מאָסקווע די הויפּט־טרויקע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, דהײַנו: פּרעזידענט סאַרקאָזי, זשאָזע מאַנועל באַראָז, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע און כאַוויער סאָלאַנאַ, דער הויפּט־פֿאָרשטייער פֿונעם "פֿאַרבאַנד" פֿאַר אויסערן־פּאָליטיק און זיכערהייט.
דאָס מאָל האָט שוין סאַרקאָזי אַרויסגעוויזן כאַראַקטער און געפֿאָדערט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע, מעדוועדיעוון, אויסצופֿירן די איבעריקע "דרײַ מיט אַ האַלבן פּונקטן," און קודם־כּל, אָפּציִען דאָס רוסלענדישע מיליטער צו די פֿריִערדיקע, פֿאַרמלחמהדיקע גרענעצן. ווי זאָגט מען: אַ קניפּ אין בעקל, אַבי די פֿאַרב זאָל שטיין! מעדוועדיעוו האָט אים צוגעזאָגט דאָס צו טאָן, אָבער ווי נאָר די "טרויקע" האָט פֿאַרלאָזט מאָסקווע און דערנאָך טביליסי, האָט דער רוסלענדישער אויסערן־מיניסטער לאַווראָוו, דערקלערט אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, אַז די רוסישע "שלום־מאַכער" וועלן טאַקע אָפּטרעטן, אָבער סײַ אין דרום־אָסעטיע און סײַ אין אַבכאַזיע וועלן אײַנקוואַרטירט ווערן בסך־הכּל 7,600 רוסישע סאָלדאַטן פֿון דער רעגולערער אַרמיי — "אויף מאַלע וואָס!". אַנדערש געזאָגט, ס‘וועלן דאָרט אויפֿגעשטעלט ווערן מיליטערישע באַזעס, ווי אַ שטאַרק־באַוואָפֿנטער פֿאָרפּאָסט קעגן "נאַטאָ", וואָס האָט בדעה צו פֿאַרשפּרייטן איר השפּעה אין דעם ראַיאָן.
ווער עס האָט נאָך געצווייפֿלט אין די אמתע צוועקן פֿון דעם "ברודערלעכן זשעסט" מצד מאָסקווע אַרויסצוהעלפֿן אירע בירגער אין דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, קאָן זיך איצט אין דעם איבערצײַגן.
דאָס איצטיקע רוסלאַנד, ווי אַ יורש פֿון דער סאָוועטישער עקספּאַנסיע־פּאָליטיק, דאַרף אַפֿילו נישט אויסטראַכטן קיין נײַע טריק, כּדי בכּוח אַרײַנצודרינגען און פֿאַרכאַפּן פֿרעמדע טעריטאָריעס. דער קרעמל נוצט אויס די זעלבע "הומאַניסטישע תּירוצים", וואָס אַמאָל, פֿאַר דער צווייטער מלחמה, בײַם אָקופּירן די בײַבאַלטישע לענדער, די מערבֿדיקע שטחים פֿון אוקראַיִנע און שפּעטער, שוין נאָך דער קריג — בשעתן אָנבינדן דעם קאָמוניסטישן רעזשים דעם אַזוי גערופֿענעם "סאָציאַליסטישן בלאָק".
ערשט איצט וועלן די צוויי נײַ־פּראָקלאַמירטע "אומאָפּהענגיקע מלוכות" אַרונטערפֿאַלן אונטער רוסלאַנדס אָקופּאַציע און דערפֿילן איר אמתע "ברודערלעכע האַנט".