- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איין וואָך איז אַדורך, זינט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַהאַנדלט אין בריסל דעם גרוזינער־רוסלענדישן קאָנפֿליקט און אַרויסגעטראָגן זײַן פּאַרווע פּסק־דין — פֿאַראורטיילן רוסלאַנד, אָבער קיין שום סאַנקציעס קעגן מאָסקווע נישט אָננעמען. און אָט איז פֿאַרבײַ נאָך איין אייראָפּעיִשע אַסיפֿה, שוין אין אַוויניאָן, פֿראַנקרײַך, און ווידער האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער באַשלאָסן זיך אָפּצוהאַלטן פֿון האַרבע מעשׂים קעגן רוסלאַנד, אָבער פֿאָדערן פֿון מאָסקווע זיך האַלטן בײַ די 6 פּונקטן, וואָס דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט, ניקאָלאַ סאַרקאָזי, דער איצטיקער פֿאָרזיצער פֿונעם "פֿאַרבאַנד", האָט אויסגעפּועלט בײַ ביידע קריגערישע צדדים — בײַם פּרעזידענט מעדוועדיעוו און פּרעזידענט סאַאַקאַשווילי. לאָזט זיך אויס, אַז רוסלאַנד האָט אויסגעפֿירט בלויז "צוויי מיט אַ האַלבן פּונקט", ווי עס האָט באַמערקט בערנאַר קושנער, דער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך. נאָך מער, במשך פֿון דער צײַט צווישן די אייראָפּעיִשע אַסיפֿות, כּל־זמן אין אייראָפּע האָט מען גערעדט און געדברט, האָט רוסלאַנד אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע טעריטאָריעס ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות, אָנגעקניפּט מיט זיי דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, אַז אויב עמעצער וועט זיי, חלילה, אָנרירן, וועט רוסלאַנד זיי פֿאַרטיידיקן מיט אַלע מיליטערישע מיטלען. שיִער נישט גלײַך פֿון אַוויניאָן פֿליט אַרויס קיין מאָסקווע די הויפּט־טרויקע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, דהײַנו: פּרעזידענט סאַרקאָזי, זשאָזע מאַנועל באַראָז, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע און כאַוויער סאָלאַנאַ, דער הויפּט־פֿאָרשטייער פֿונעם "פֿאַרבאַנד" פֿאַר אויסערן־פּאָליטיק און זיכערהייט. דאָס מאָל האָט שוין סאַרקאָזי אַרויסגעוויזן כאַראַקטער און געפֿאָדערט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע, מעדוועדיעוון, אויסצופֿירן די איבעריקע "דרײַ מיט אַ האַלבן פּונקטן," און קודם־כּל, אָפּציִען דאָס רוסלענדישע מיליטער צו די פֿריִערדיקע, פֿאַרמלחמהדיקע גרענעצן. ווי זאָגט מען: אַ קניפּ אין בעקל, אַבי די פֿאַרב זאָל שטיין! מעדוועדיעוו האָט אים צוגעזאָגט דאָס צו טאָן, אָבער ווי נאָר די "טרויקע" האָט פֿאַרלאָזט מאָסקווע און דערנאָך טביליסי, האָט דער רוסלענדישער אויסערן־מיניסטער לאַווראָוו, דערקלערט אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, אַז די רוסישע "שלום־מאַכער" וועלן טאַקע אָפּטרעטן, אָבער סײַ אין דרום־אָסעטיע און סײַ אין אַבכאַזיע וועלן אײַנקוואַרטירט ווערן בסך־הכּל 7,600 רוסישע סאָלדאַטן פֿון דער רעגולערער אַרמיי — "אויף מאַלע וואָס!". אַנדערש געזאָגט, ס‘וועלן דאָרט אויפֿגעשטעלט ווערן מיליטערישע באַזעס, ווי אַ שטאַרק־באַוואָפֿנטער פֿאָרפּאָסט קעגן "נאַטאָ", וואָס האָט בדעה צו פֿאַרשפּרייטן איר השפּעה אין דעם ראַיאָן. ווער עס האָט נאָך געצווייפֿלט אין די אמתע צוועקן פֿון דעם "ברודערלעכן זשעסט" מצד מאָסקווע אַרויסצוהעלפֿן אירע בירגער אין דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, קאָן זיך איצט אין דעם איבערצײַגן. דאָס איצטיקע רוסלאַנד, ווי אַ יורש פֿון דער סאָוועטישער עקספּאַנסיע־פּאָליטיק, דאַרף אַפֿילו נישט אויסטראַכטן קיין נײַע טריק, כּדי בכּוח אַרײַנצודרינגען און פֿאַרכאַפּן פֿרעמדע טעריטאָריעס. דער קרעמל נוצט אויס די זעלבע "הומאַניסטישע תּירוצים", וואָס אַמאָל, פֿאַר דער צווייטער מלחמה, בײַם אָקופּירן די בײַבאַלטישע לענדער, די מערבֿדיקע שטחים פֿון אוקראַיִנע און שפּעטער, שוין נאָך דער קריג — בשעתן אָנבינדן דעם קאָמוניסטישן רעזשים דעם אַזוי גערופֿענעם "סאָציאַליסטישן בלאָק". ערשט איצט וועלן די צוויי נײַ־פּראָקלאַמירטע "אומאָפּהענגיקע מלוכות" אַרונטערפֿאַלן אונטער רוסלאַנדס אָקופּאַציע און דערפֿילן איר אמתע "ברודערלעכע האַנט". אַרונטערפֿאַלן אונטער רוסלאַנדס אָקופּאַציעSubmitted by Srulik on Sat, 2008-09-13 21:06.
Dos iz nisht gantz var. Farges nisht az di ossetiner un abhazer hobn gekemft kegen Gruzie in di 1990-e yoren un zei hobn nisht kein vinsh tzu zain a teil fun Gruzie. Tomer du gleibst mir nisht for kein Abhazie un Ossetie un freg di hige lait. Tzu zogn az Ossetie zol gehern tzu Gruzie iz glaich vi tzu zogn az Isroel zol gehern tzu Sirie. |