"כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", ווען דו גייסט אַרויס אויף אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, בײַ געוויסע תּנאָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן געגעבן אַ סך מיצוות, אַרײַנגערעכנט די פליכט אומצוקערן די בעלי-בתּים פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער אינעם הויז פֿון מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף; דער פֿאַרבאָט פֿון ריבית (וואָכערײַ); צו באַערן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב, און אַנדערע אַקטועלע ענינים.
די הײַנטיקע סדרה שליסט זיך מיט פּרשת-עמלק, וווּ די תּורה הייסט צו געדענקען די צרות, וועלכע עמלק האָט געבראַכט די ייִדן אויף זייער וועג פֿון מצרים, און אָפּצומעקן דעם אָנדענק פֿון עמלק "מתּחת השמים" — "פֿון אונטערן הימל". די שלוס-פּסוקים פֿון אונדזער פּרשה ווערן ספּעציעל געלייענט עטלעכע מאָל אַ יאָר, פּרשת-זכור און פּורים, כּדי מע זאָל נישט פֿאַרגעסן אָפּצומעקן עמלקס נאָמען.
די חז״ל האָבן געזאָגט, אַז די מיצווה פֿון "יפֿת-תּואר" איז געגעגעבן געוואָרן "כּנגד יצר-הרע". ס׳איז נישטאָ, חלילה, קיין פֿליכט צו פֿאַרכאַפּן פֿרעמדע פֿרויען בעת אַ מלחמה; אַדרבה, ווערט עס באַטראַכט ווי אַן עקלדיקער טאַט. פֿונדעסטוועגן, ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, האָט דער אייבערשטער געגעבן אַ טעאָרעטישע דערלויבעניש דאָס צו טאָן, ווײַל געוויסע ייִדן איז געווען באַשערט צו דערזען "ייִדישע פֿינקלעך" אין די פֿרויען פֿונעם פֿײַנדלעכן פֿאָלק, און דווקא חתונה צו האָבן מיט זיי, ווי עס ווערט דערציילט אין עטלעכע ערטער אין תּנ״ך.
ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע אַרטיקלען, וועלן אין משיחס צײַטן נישט זײַן קיין פֿיזישע מלחמות; אַ צאָל חסידישע רביים זענען מסביר, אַז די "מלחמה קעגן עמלק" וועט טראָגן אַ גײַסטיקן כאַראַקטער, און וועט באַשטיין אינעם קאַמף קעגן געוויסע נעגאַטיווע טענדענצן אין דער געזעלשאַפֿט, ווי אויך אינעם אינערלעכן ווידערשטאַנד קעגן יצר־הרע. אַחוץ דעם, ווי עס שטייט אין אַ צאָל ספֿרים, איז הײַנט סײַ־ווי-סײַ נישט געבליבן אין דער וועלט אַזאַ פֿאָלק — עמלק.
ווען מע לייענט די הײַנטיקע פּרשה, מאַכט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן — חתונה, אַרבעט, דאָס אויסבויען אַ הויז, באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן און טויט — "דרייט זיך" דווקא צווישן די דאָזיקע מיצוות, "יפֿת-תּואר" און "מחית-עמלק", הגם זיי האָבן שוין לאַנג פֿאַרלוירן זייער בוכשטעבלעכן באַדײַט.
אין דער אמתן, האַלט דער מענטש טאַקע אין איין "דרייען זיך" צווישן "יפֿת-תּואר" און "מחית-עמלק", אינעם גײַסטיקט זין. די באַציִונגען מיט דער אַרומיקער וועלט זענען תּמיד אַ "מלחמה" — דער עיקר, אַן אינערלעכער קאַמף צווישן סתּירותדיקע לײַדנשאַפֿטן, אינטערעסן און פּאָזיציעס. אַמאָל קומט דער מענטש צו אַ געדאַנק, אָדער דערפֿילט אַ חשק צו אַ זאַך, וואָס זעט אויס מיטאַמאָל, שיין און באַלערנדיק, אָבער אויך פֿרעמד און ספֿקדיק.
אין געוויסע פֿאַלן קאָן מען גרינג באַשטימען די גרענעץ צווישן די ריכטיקע און נישט-ריכטיקע ענינים. וואָס טוט מען אָבער, ווען מע קומט, צום בײַשפּיל, צו אַן ענין פֿון אַן אַנדער קולטור אָדער פֿילאָסאָפֿיע? צווישן די אָנגענומענע און קלאָר-אומדערלאָזלעכע זאַכן איז פֿאַראַן דער "גרויער" שטח פֿון כּלערליי צווייפֿלהאַפֿטיקע זאַכן. מע וואָלט געקאָנט זיך אָפּזאָגן פֿון אַלע ספֿקות; די תּורה זאָגט אונדז אָבער, אַז נישט תּמיד איז עס אַזוי פּשוט. צומאָל קאָן אַ זאַך, וואָס זעט אויס בפֿירוש פֿרעמד און ווילד, אַזוי ווי דער ענין פֿון "יפֿת-תּואר", אויך פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מיצווה.
כּדי נישט געשטרויכלט צו ווערן, נישט צו פֿאַלן אַ קרבן אין דער אינערלעכער "מלחמה", מוז יעדער מענטש שטרעבן צו אַנטוויקלען אַן אָביעקטיווע פּערספּעקטיוו, אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך, כּדי צו באַשליסן, וווּ עס ליגט די גרענעץ צווישן יצר-הרע און דעם חשק צו דעם באַהאַלטענעם "ג-טלעכן פֿונק" פֿון דער זאַך.
דאָס וואָרט "ספֿק" האָט די זעלבע גימטריא, ווי "עמלק". די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז דאָס עצם-שלעכטס פֿון עמלק באַשטייט אין ספֿקות, אינעם חשק אָפּצולייקענען אַלץ; דער "אינערלעכער עמלק" ברענגט די נשמה אַרײַן אינעם חושך פֿון ניהיליזם.
די פּרשה פֿון "יפֿת-תּואר" ווײַזט אונדז אָבער אָן, אַז נישט תּמיד קאָן מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן ספֿקות — דערפֿאַר מוזן זיי שפּילן אויך אַ פּאָזיטיווע ראָלע. ווען מע נעמט אָן, אַז די צווייפֿלהאַפֿטיקע זאַכן און פּאַראַדאָקסן זענען אַ נייטיקער טייל פֿונעם לעבן, אַז מע קאָן נישט צעטיילן די וועלט קאַטעגאָריש אויף שוואַרץ און ווײַס, ווערט בטל דער נעגאַטיווער כּוח פֿון די ספֿקות, און עס ווערט אַנטפּלעקט די לעבעדיקייט, ליכטיקייט פֿון דער וועלט.