ישׂראל, קהילה־לעבן

מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן זיך ווידער געעפֿנט די קלאַסן אין אַלע שולן פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר תּשס"ט. קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַכט הונדערט טויזנט תּלמידים אין 4,000 לערן־אינסטיטוציעס, פֿון קינדער־גאָרטן ביז דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס, צוריק צו זייערע שולבענק; 129,520 לערער האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער אָפּרו, צו זייער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, גרייט צו לערנען און מדריך זײַן זייערע תּלמידים אין דעם נײַעם לערניאָר.

צווישן דער גרויסער מאַסע קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך געפֿונען 134,683 אָנהייבער, וועלכע זענען צום ערשטן מאָל אין זייערע יונגע לעבנס, אַריבערגעטראָטן די שוועל פֿון זייער ערשטן, פֿאָרמעלן קלאַס פֿון דער עלעמענטאַר־שול.

בײַם אַרײַנגאַנג אין זייער שיין, יום־טובֿדיק־דעקאָרירטן קלאַס־צימער האָט זיי אַלעמען באַגריסט די גוט־באַקאַנטע באַגריסונג — "שלום כּיתּה א". עס איז געווען אַ היסטאָרישער פֿרימאָרגן, ניט נאָר פֿאַר די אָנהייבער גופֿאַ, נאָר אויך פֿאַר זייערע טאַטע־מאַמעס, פֿאַר זייערע באָבע־זיידעס, פֿאַר דער גאַנצער משפּחה.

עס דערמאָנט זיך מיר, אַז אַמאָל, אין דער "אַלטער היים" איז געווען אַ מינהג, אַז אין דעם טאָג, ווען דאָס קינד האָט אָנגעהויבן גיין אין חדר, פֿלעגט די מאַמע אויסבאַקן קיכעלעך אין דער פֿאָרם פֿון דעם ייִדישן אַלף־בית און עס אײַנטונקען אין האָניק, ווי אַ סגולה, אַז דער לימוד זאָל אים זײַן זיס און געשמאַק, און דער טאַטע פֿלעגט דאָס קליין ייִנגעלע אײַנוויקלען אין אַ טלית און אים אַוועקטראָגן אין חדר אַרײַן...

* * *

אין די הייסע חדשים פֿון דעם זומער, זענען אין דער כּנסת פֿאָרגעקומען הייסע דיסקוסיעס און וויכּוחים, וואָס שייך דעם בודזשעט פֿון דעם דערציִונגס־מיניסטעריום פֿאַר דעם קומענדיקן לערניאָר. צו גלײַך מיט די שניטן און רעדוקציעס אין דעם אַלגעמיינעם בודזשעט פֿון דער מדינה, האָט געדראָט, אַז אויך דער בודזשעט פֿון דערציִונגס־מיניסטעריום זאָל דראַסטיש געשניטן ווערן, וואָס וואָלט וועזנטלעך צו נישט געמאַכט די צוגעגרייטע פּלענער און פּראָגראַמען פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר.

באַזונדערס וואָלט עס געשטערט צו רעאַליזירן און ווײַטער צו אַנטוויקלען די נײַע רעפֿאָרם, וואָס איז אײַנגעפֿירט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק אונטערן נאָמען "אופֿק חדש" — נײַער האָריזאָנט.

יולי תּמיר, די מיניסטאָרין און אירע שטיצער, האָבן שטאַרק געקעמפֿט אין דער פֿינאַנץ־קאָמיסיע קעגן דעם דראַסטישן שניט, און מיט אַ מערהייט שטימען איז זיי געלונגען בײַצוקומען די דאָזיקע גזירה. די לערער, די עלטערן, די תּלמידים און די באַפֿעלקערונג אין לאַנד בכלל, האָבן זיך דערפֿרייט, ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער נײַער לערן־יאָר תּשס"ט וועט זיך אָנהייבן צו דער צײַט, דעם 1טן סעפּטעמבער. מען האָט פֿרײַ אָפּגעעטעמט; אַזוינס פֿאַל איז בײַ אונדז אין דער מדינה שוין ניט געשען אַ היפּשע צאָל יאָרן...

דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט האָט אויסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהייט און אין דער כּנסת פֿײַערלעך און באָמבאַסטיש, ווי זײַן שטייגער איז, באַגריסט דעם דאָזיקן פֿאַקט און דערקלערט, אַז עס איז ניט אמת און ניט ריכטיק צו זאָגן, אַז דער חינוך אין ישׂראל שטייט אויף אַ נידעריקן ניוואָ. "מיר האָבן שולן וואָס שטייען אויף דער העכסטער מדרגה, דערגרייכן די העכסטע רעזולטאַטן, וואָס מען קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן" האָט מיט קענטיקער זעלבסט־צופֿרידנקייט אויסגעשריִען אהוד אָלמערט. בײַ די אַלע יודעי־דבֿר אין זאַל האָט עס פֿאַרשטענדלעך אַרויסגערופֿן אַ שמייכל... וווּ איז ער געווען, ווען מען האָט כּסדר געשניטן דעם בודזשעט פֿון דערציִונגס־מיניסטעריום, במשך פֿון זײַן גאַנצער קאַדענץ? האָבן זיי זיך געוווּנדערט...

ער איז געווען באַשעפֿטיקט, ווי מיר ווייסן, מיט אַ סך אַנדערע זאַכן. מיט אַ מאָל האָט ער פֿאַרגעסן, און "עס איז ניט קיין סוד פֿאַר גאַנץ בראָד", אַז אין די לעצטע צענדליקער יאָרן הערשט אַ קריזיס אין דעם ישׂראל־שולוועזן, און דער אַלגעמיינער מצבֿ פֿון אַ גרויסער צאָל שולן אין לאַנד איז ניט אַזאַ "פֿויגלדיקער". גענוג צו דערמאָנען די געפּאַקטע קלאַס־צימערן מיט 35—40 תּלמידים אין יעדן קלאַס, וווּ דער לערער באַווײַזט ניט נאָענטער זיך צו באַקענען מיט דעם ניוואָ און די נויטן פֿון אַלע זײַנע תּלמידים. די רעזולטאַטן פֿון די עקזאַמענס אין פֿאַרשיידענע קעגנשטאַנדן זענען, ליידער, ניט אויפֿן העכסטן ניוואָ. די רעזולטאַטן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע עקזאַמענס אין מאַטעמאַטיק, אין פֿאַרשטיין דעם געלייענטן טעקסט, וואָס ווערן אָפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע, שטייען נידעריק אויף דער סקאַלע, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע לענדער.

די דיסציפּלין פֿון די תּלמידים, צווישן די ווענט פֿון דעם שול־בנין און אויסער אים, איז ווײַט ניט געהעריק. מיר הערן אָפֿט און מיר לייענען אין דער פּרעסע וועגן אָפֿטע פֿאַלן פֿון וואַנדאַליזם, כוליגאַניזם וכּדומה אויסגעפֿירט פֿון די יוגנטלעכע פֿון שול־עלטער.

דער מעמד פֿון דעם לערער אין אונדזער מדינה איז ליידער ניט קיין צופֿרידנשטעלנדיקער און ניט שטענדיק אַ בכּבֿודיקער, ווי עס איז צו דערוואַרטן לגבי דעם דערציִער, אָדער דערציִערין, אין וועמענס הענט עס ליגט אָנגעטרויט די אויסשולונג און אַנטוויקלונג פֿון דעם אינטעלעקט און כאַראַקטער פֿון דעם יונגן, אויפֿוואַקסנדיקן דור — בירגער פֿון ישׂראל.

* * *

מיט 4 יאָר צוריק האָט זיך שטאַרק געטומלט אין לאַנד אַרום דעם "דובֿרת־פּלאַן" פֿאַרן ישׂראלס שולוועזן. די דעמאָלטיקע דערציִונגס־מיניסטאָרין לימור ליבֿנת האָט במשך פֿון דער קאַדענץ זיך באַמיט מיט אירע אַלע כּוחות און פֿלײַס אַרײַנפֿירן דעם דאָזיקן פּלאַן אין דער לערן־פּראָגראַם און סטרוקטור פֿון דעם שולוועזן, אָבער עס איז איר ניט געלונגען.

צווישן אַנדערע רעקאָמענדאַציעס אין דעם דאָזיקן "דובֿרת־פּלאַן" איז געווען אַ פֿאָרשלאָג, אַז די הייך פֿון דעם לערערס שׂכירות זאָל זײַן אָפּהענגיק אָן דער פּעריאָדישער אָפּשאַצונג פֿון זײַן אַרבעט, זײַן דערפֿאָלג מיט די תּלמידים אין קלאַס, אָן רעזולטאַטן אין זייערע עקזאַמענס און אָן נאָך אַ צאָל מעלות־טובֿות, מיט וועלכע ניט אַלע לערער זענען ליידער געבענטשט. און לערער וועלכע פֿאַרמאָגן ניט די דאָזיקע קוואַליפֿיקאַציעס זאָל מען קענען פֿאַרבײַטן מיט אַנדערע און ייִנגערע כּוחות...

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַרבאַנד פֿון די לערער אין לאַנד האָט זיך געשטעלט קעגן און עס איז אויסגעבראָכן אַ לאַנגדויערנדיקער שטרײַק, וואָס האָט ניט דערמעגלעכט, אַז דער נײַער לערן־יאָר זאָל זיך אָנהייבן צו דער צײַט.

דערווײַל האָבן זיך געביטן די מיניסטאָרן אין דעם רעגירונגס־מיניסטעריום. די נײַע מיניסטאָרין, פּראָפֿ' יולי תּמיר, האָט מיט אַ יאָר צוריק אויסגעאַרבעט אַ שפּאָגל נײַע רעפֿאָרם, וואָס איז באַקאַנט ווי "אופֿק חדש" — נײַער האָריזאָנט.

אין דעם פֿאַרגאַנגענעם לערן־יאָר איז עס שוין אײַנגעפֿירט געוואָרן אין עטלעכע הונדערט עלעמענטאַר־שולן, און עס האָט געהאַט אַ דערפֿאָלג און פּאָזיטיווע רעזולטאַטן. אין דעם לויפֿנדיקן לערן־יאָר וועט די דאָזיקע נײַע רעפֿאָרם אַרומנעמען 325 טויזנט תּלמידים אין 813 עלעמענטאַר־שולן, אַ דריטל פֿון די דאָזיקע שולן אין לאַנד, אין וועלכע עס זענען באַשעפֿטיקט 23,500 לערער.

און וואָס זענען די הויפּט־מעלות פֿון דער "אופֿק חדש"־רעפֿאָרם?

ערשטנס, עס וועלן צוגעגעבן ווערן נאָך 5 לערן־שעהען אין דער וואָך יעדן קלאַס, בשעת וועלכע די לערער וועלן קענען אַרבעטן אינדיווידועל מיט קליינע גרופּעס תּלמידים. פֿאַר דער דאָזיקער אַרבעט וועלן די לערער קאָמפּענסירט ווערן מיט אַ הוספֿה פֿון 26 פּראָצענט צו זייער חודשלעכן לוין.

דערצו וועלן נײַע יונגע, פּראָפֿעסיאָנעלע כּוחות קענען ווײַטער ממשיך זײַן זייער פּעדאַגאָגישע אויסשולונג אין די לערער־סעמינאַרן און אויף ספּעציעלע קורסן, ווי אַ טייל פֿון זייער נאָרמאַלער אַרבעט אין די קלאַסן, און באַקומען דערפֿאַר אַ וועזנטלעכע הוספֿה צו זייער שׂכירות.

אין סך־הכּל וועט דאָס געהאַלט פֿון אַ לערער אַן אָנהייבער ווערן כּמעט פֿאַרטאָפּלט, ווי עס איז געווען ביז איצט. אַנשטאָט 2,850 שקל וועט דער לערער באַקומען 5,300 שקל יעדן חודש. ער וועט אויך באַקומען אַ לוין פֿאַר די אַרבעטן וואָס ער וועט טאָן נאָך די שעהען אין שולע, אָדער אין דער היים. ביז איצט האָבן די לערער ניט באַקומען קיין קאָמפּענסאַציע פֿאַר דעם אַלעם.

די אַלע לערער וועלכע אַרבעטן שוין אין שול העכער 10 יאָר, וועלן באַקומען שׂכירות וואָס גרייכן איבער 11 טויזנט שקלים אַ חודש, וואָס וועט קענען פֿאַרגליכן ווערן צו די שׂכירות פֿון אַנדערע אַקאַדעמיקער אין דער פּראָפֿעסיע.

לויט סבֿר פּלאָצקער, עקאָנאָמישער אַנאַליטיקער פֿון דער צײַטונג "ידיעות אַחרונות", איז די דאָזיקע וועזנטלעכע הוספֿה ממש אַן "איבערקערעניש" אין דעם עקאָנאָמישן לעבנס־סטאַנדאַרט פֿון דעם שול־לערער אין ישׂראל.

דערצו נאָך האָט די כּנסת באַשטעטיקט אַ ספּעציעלן בודזשעט פֿון גאַנצע 6 מיליאָן שקלים פֿאַר די קומענדיקע 10 יאָר, צו דערמעגלעכן און רעאַליזירן די אַנדערע וויכטיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון דער "אופֿק חדש"־רעפֿאָרם. צווישן די דאָזיקע ענדערונגען וועט פֿאַרלענגערט ווערן דער געזעץ פֿון "חינוך־חובֿה" — דער פֿליכט־לימוד פֿון די יוגנטלעכע ביז דעם 12טן קלאַס אין מיטלשול; ביז איצט איז עס געווען בלויז 10 קלאַסן.

אויך אין דעם לערן־פּלאַן גופֿא זענען אָנגענומען געוואָרן זייער וועזנטלעכע באַשלוסן. למשל, אין די מאַטריקולאַציע־עקזאַמענס וועלן די תּלמידים קענען צושטעלן פֿאָרש־אַרבעטן אויף געוויסע געביטן, ווי ליטעראַטור, געשיכטע, תּנ"ך און אַנדערע קעגנשטאַנדן, אַנשטאָט צו ענטפֿערן אויף די צאָלרײַכע "פֿראַגע און ענטפֿער"־פֿאָרמולאַרן, וואָס עס זענען גענוצט געוואָרן ביז איצט.

והעיקר: איינע פֿון די גאָר וויכטיקע ענדערונגען וועט זײַן דער שריט צו פֿאַרקלענערן די צאָל תּלמידים אין די פֿול־געפּאַקטע קלאַס־צימערן. פֿון איצט אָן וועלן דערלויבט ווערן 32 תּלמידים אין אַ קלאַס, ניט 40—42, ווי ס’איז געווען ביז איצט.

דאָס נײַע יאָר איז שוין אין פֿולן שוווּנג. עס זענען נאָך דאָ אין אַ צאָל שולן אין לאַנד, באַזונדערס אין דער פּעריפֿעריע, אַ סך טעכנישע און פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָבלעמען, וואָס וועלן, אם־ירצה־השם, געלייזט ווערן מיט דער צײַט. ווי עס ווײַזט אויס, וועט עס זײַן שוין אונטער דער נײַער רעגירונג, און אפֿשר דורך דעם נײַעם דערציִונגס־מיניסטער, אָדער מיניסטאָרין, וואָס וועלן קומען נאָך די וואַלן צו דער כּנסת, אין די קומענדיקע חדשים.

מיר ווילן האָפֿן, אַז די נײַע רעפֿאָרם "אופֿק חדש" וועט ניט פֿאַרדעקט און ניט פֿאַרשטעלט ווערן מיט שוואַרצע, פֿאַרוואָלקנדיקע האָריזאָנטן אין די קומענדיקע לערן־יאָרן, דורך די קומענדיקע אַחריותדיקע געזעצגעבער און מיניסטאָרן, און דער שולוועזן אין ישׂראל וועט ניט דאַרפֿן, חלילה, וואַרטן אויף נײַע רעפֿאָרמען און נײַע האָריזאָנטן, פֿאַר נײַע לייזער און אויסלייזער...