פֿאָרווערטס - 115

דער שוועדישער קעניג קאַרל דער 16טער גוסטאַף און יצחק באַשעוויס זינגער, נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור, דעם 10טן דעצעמבער 1978, אין שטאָקהאָלם

(פֿון "פֿאָרווערטס", דעצעמבער 24, 1978)

דער ביז איצט נישט אָפּגעשאַצטער פֿאַרדינסט פֿון יצחק באַשעוויס איז דער וואָס שוין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן דערשײַנען פֿון זײַן "דער שׂטן אין גאָרײַ", האָט ער צעבראָכן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און טאַבוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך האָט אין דער קלאַסישער ייִדישער פּראָזע אויך ביז באַשעוויסן געשפּילט די קאָמפּאָזיציע פֿון נאַטור און מענטש, גענוי אַזוי ווי אין אַלע ליטעראַטורן. אָבער בנוגע דעם מענטש, ביז וועלכער גרענעץ צו שילדערן אים אין זײַנע לײַדנשאַפֿטן און שטאַרקע באַגערן, האָבן געהערשט צוימען און אָפּגערעדטע פֿאָרמעס. אַזוי איז אויך ווי פֿאַרמענטשלעכט געוואָרן די נאַטור אין זיסלעכקייט.
מענדעלע איז געווען דורכויס אַ סאַציאַלער שרײַבער, אַ וועקער און שטראָפֿער. לגבי דעם מענטש, אַפֿילו ווען ער שטראָפֿט אים, איז ער ייִדישלעך־מאָראַליש אַזוי ווי ער איז ייִדישלעך־פּאַטעטיש אין זײַנע נאַטור־שילדערונגען? "די ביימער אין וואַלד דאַווענען מינחה", "די גרעזער רוישן אַ תּפֿילה", "די נאַכט דעקט איבער (די שטאָט) מיט אַ טונקל־בלויען שאַל, געשפּרינקלט מיט גאָלדענע שטערן, און די לבֿנה, אַ מײַסטערין אין ליבעס, פֿאַרקוקט זיך אויף איר מיט אַ זיס־שײַנענדיקער צורה... דער סאָלאָוויי שפּילט צו אַ ליבעס־לידל" (פֿון "ווינטשפֿינגערל"). "דער וואַלד שטייט און שלאָפֿט, איבערגעדעקט פֿון אויבן עפּעס מיט אַ טונקעלן פֿאָרהאַנג. אַרום איז שטיל, נאָר צײַטנווײַז הערט מען ווי צוויי הויכגעוויקסיקע ביימלעך, נאָענטע שכנים, שושקען זיך מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ צווישן זיך, איינער דעם אַנדערן אַ קיצל געבנדיק הינטערווײַלעכץ מיט די צווײַגן... דאָס רעדט דער וואַלד פֿון שלאָף.

פּובליציסטיק

אַ קולטור־פֿאָלק, אָדער צעשפּליטערטע רעליגיעזע סעקציעס?

איך וויל דאָ רעדן וועגן איינער אַן אידעאָלאָגיע, וואָס האָט געזאָלט ענדערן — און געגלויבט, אַז זי האָט די אַבסאָלוטע שליטה דערויף — אונדזער קולטורגאַנג און צעפּאַלמעסן אונדזער געשיכטע, ווי מען צעפּאַלמעסט אַ לעבעדיק נפֿש. איך מיין דאָ די אידעאָלאָגיע פֿון כּנעניזם, וואָס האָט געוואָלט אָנהייבן פֿון דאָס נײַ גאָר אַן אַנדערע ייִדישע געשיכטע און פֿאַרניכטן דאָס ביז איצט געשאַפֿענע, ווי אַ מינדערווערטיקן אַפּענדיקס.

ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי צאַנין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָנטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן זיך ווידער געעפֿנט די קלאַסן אין אַלע שולן פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם נײַעם לערניאָר תּשס"ט. קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַכט הונדערט טויזנט תּלמידים אין 4,000 לערן־אינסטיטוציעס, פֿון קינדער־גאָרטן ביז דעם 12טן קלאַס פֿון די מיטלשולן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס, צוריק צו זייערע שולבענק; 129,520 לערער האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער אָפּרו, צו זייער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, גרייט צו לערנען און מדריך זײַן זייערע תּלמידים אין דעם נײַעם לערניאָר.

ליטעראַטור, שטעטלעך

די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿורסם געמאַכט איבער דער וועלט.

ליטעראַטור, שטעטלעך

ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע.