ליטעראַטור, שטעטלעך

ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע.

איך האָב דאָך געקענט קוזמיר פֿון איר שבת־יומטובֿדיקייט, ווען די ברעגעס פֿון דער ווײַסל זענען פֿול געווען מיט ייִדישער צעפּילדעטער יוגנט; ווען פֿון די כוואַליעס פֿון טײַך האָבן אַרויסגעגלאַנצט די קופּער־ברוינע גופֿים, אָפּגעברענטע פֿון זון און לופֿט, און איצט איז דאָס פּוסט. אַזוי שוידערלעך פּוסט. אין קוזמיר איז דאָך אַפֿילו דער בית־עולם צעטראָטן און פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן איבונגס־פּלאַץ פֿאַרן פּוילישן מיליטער. פֿון דעם גאַנצן רוישיקן לעבן איז דאָך אַפֿילו קיין מצבֿה נישט געבליבן.

ווען איך בין געגאַנגען צום קוזמירער סוחר טאַדעוּש אולאַנאָווסקי זען צי ער האָט ייִדישע בילדער, האָב איך אָפּגעטראָטן אין שכנותדיקן מאָנאַסטיר. אומזיסט וועט איר דאָ זוכן אַ סימן פֿון צעשטערונג, הגם דער מאָנאַסטיר געפֿינט זיך אויף אַ באַרג און איז געווען אויסגעשטעלט אויף האַרמאַטן־קוילן און באָמבאַרדירונגען בעת די דײַטש־רוסישע קאַמפֿן איבער דער ווײַסל. אָבער ווײַזט אויס, אַז רויבערישע הענט זענען מסוגל גרינטלעכער צו צעשטערן, ווי האַרמאַטן־קוילן. דער מאָנאַסטיר איז נישט באַוווינט. די דײַטשן האָבן פֿאַרטריבן די נזירים און דאָ געמאַכט זייער היים און פּײַניקונגס־קאַמערן פֿאַר טשעכאָסלאָוואַקישע ייִדן, וואָס זענען געבראַכט געוואָרן אויף צוואַנגס־אַרבעט בײַם פֿאַרפֿעסטיקן די ווײַסל. פֿון דעמאָלט אָן געפֿינט זיך דאָ נישט קיינער. און קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אַ ציגל צו רירן פֿון דאַנען, אָדער אַ שטיקל האָלץ. רויִק און ציכטיק איז דאָ, לענג־אויס דעם לאַנגן הויף זענען אויסגעלייגט ייִדישע מצבֿות, וואָס האָבן געדאַרפֿט בלײַבן לזכר אויף די קבֿרים פֿון ייִדישע דורות...

דער פּאָליאַק, וואָס רודערט מײַן שיפֿל, איז אָנגעכמורעט, דאָס לעבן אין פּוילן איז אים שווער — זאָגט ער. אַפֿילו צו רודערן דאָס שיפֿן איז הײַנט שווערער ווי אַמאָל. אַלץ איז אין פּוילן שווערער געוואָרן.

— דו זינדיקסט — באַמערק איך — דו דאַרפֿסט ליב האָבן פּוילן ווי מיר האָבן ליב אונדזער ענגלאַנד... האָסט אַ פֿרײַ פֿאָטערלאַנד, וואָס בויט זיך שנעל אויף, צו עסן האָסטו אַ סך און בכלל...

— אונדזער פֿאָטערלאַנד איז נישט פֿרײַ — זאָגט ער — פֿרעמדע הערשן איבער אונדז...

— נישט אמת — רײַס איך אים איבער — ס׳איז דײַן קוזמיר, דײַן ווײַסל, דײַן שיפֿל און דײַנע קינדער גייען זיכער אין אַ פּוילישער שול.

— יאָ, אָבער די רעגרונג איז דאָך אַ... ייִדישע און באָלשעוויסטישע.

— ביסט נישט גערעכט — שלאָג איך אים איבער — ייִדן זענען כּמעט ווי נישטאָ אין פּוילן און די, וועלכע זיצן הײַנט אין דער רעגירונג אַרבעטן דאָך פֿאַר דײַנעטוועגן און פֿאַר דײַנע קינדער.

דער גוי האָט אויף מיר אַ קוק געטאָן מיט פֿאַרדאַכט. עפּעס איז אים מײַן ענגלישקייט נישט געפֿעלן. ער האָט געשוויגן. כ׳האָב מורא באַקומען ער זאָל מיך נישט חושד זײַן, אַז איך בין אַ ייִד און איך האָב סתּם אַ זאָג געטאָן:

— איר האָט אַ פּרעכטיקן טשערטש...

— וואָס איז דאָס?

ווײַז איך אים אויפֿן האָריזאָנט די קירך און לייג איבער צוויי פֿינגער אין אַ צלם.

— אַ קאָשׂציאָל, מיינסטו?

— בײַ אונדז אין ענגלאַנד הייסט עס "טשערטש"...

— "ציאַטש, ציאַטש" — חזרט איבער דער גוי און שמייכלט — גוט צו פֿאַרגעדענקען אַן ענגליש וואָרט "ציאַטש", און שיינע ציאַטשס זענען בײַ אײַך אין ענגלאַנד?

— יאָ, פּלענטי אָוו שיינע טשערטשס — פֿאַרזיכער איך אים און פֿיל, אַז איך האָב שוין צוריק געוווּנען זײַן צוטרוי.

מיר האָבן צוגעשלאָגן צום ברעג און ער איז דער ערשטער אַרויס פֿון שיפֿל. ער איז געלאָפֿן פֿאָרויס און די אָנגעטראָפֿענע יונאָווצער פּויערים מבשׂר געווען, זיי זאָלן מאַכן אַ וואַרע, ער פֿירט אַן אמתן ענגלענדער, וואָס וויל זען דעם "ציאַטש" אין יונאָווצע.

די פּויערים האָבן געקוקט אויף מיר, אויף מײַן הולך און אַראָפּגענומען די היטלען און איך האָב געענטפֿערט דווקא אויף ענגליש, וווילעריש — "העלאָו", אָבער פֿון דערווײַטנס האָב איך שוין געזען דאָס אומגליק, וואָס קומט מיר אַנטקעגן אין יונאָווצע.

כ׳האָב יונאָווצע געקענט פֿון פֿאַר דער מלחמה. אין די זומערס פֿלעג איך אַהער קומען אויף אויספֿלוגן, וואָרעם יונאָווצע האָט פֿאַרמאָגט איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטסטע שילן אין פּוילן און זי איז געווען אין איין עלטער מיט דער שיל אין קוזמיר, אָבער ליכטיקער, גרוימיקער, ווי איר קוזמירער שוועסטער.

מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, איז יונאָווצע געווען אַ גרויסע ייִדישע קהילה, אָבער זי איז במשך פֿון דורות שטאַרק פֿאַראָרעמט געוואָרן און זיך אײַנגעשרומפּן ביז עטלעכע צענדליק פֿאַמיליעס. קיין גרויסע גבֿירים זענען די יונאָווצער ייִדן קיינמאָל נישט געווען. וואָס מ׳שטיינס געזאָגט פֿאַר אַ רײַכטימער קענען האָבן ייִדן, וואָס דינגען סעדער בײַ פּויערים אויף זומער, וואָס לייגן לאַטעס אויף פּויערישע שטיוואַלעס, אָדער קויפֿן און פֿאַרקויפֿן אַ קעלבל. האָבן זיי צוויי צילן געהאַט אין זייער לעבן: אויסגעבן די קינדער אין נחת און אָפּהיטן די שיל, זייער בת־יחידה.

צופֿוסנס פֿון אַ גרויסן ריטערלעכן שלאָס, אין טאָל וואָס איז אַמאָל געווען דער געלעגער פֿון דער ווײַסל, ליגט די שיל. ערשט אַ יאָר פֿאַרן אויסברוך פֿון דער מלחמה האָבן די אָרעמע יונאָווצער ייִדן אויפֿגעפֿרישט זייער שטאָלץ. פֿון די ליכטיקע זויבערע ווענט האָבן אַראָפּגעקוקט איידעלע ייִדישע אָרנאַמענטן דורכגעפֿלאָכטן מיט לויבגעזאַנגען פֿאַרן רבונו של עולם. אַלע פֿאַרבן פֿון רעגנבויגן האָבן אַראָפּגעשפּילט פֿון די ווענט אין צאַרטע פֿידלען, אין צימבלען און טראָמפּײטן. אויפֿן יונאָווצער אָרון־קודש האָבן לייבן און לעמפּערטן געגעסן ווײַנטרויבן און אַראָפּגעקוקט צו די מתפּללים מיט אַזעלכע מילדע בליקן, ווי זיי וואָלטן מיטגעפֿילט מיט די יונאָווצער ייִדן, וואָס ווען זיי אַליין עסן פֿולע הענגלס מיט ווײַנטרויבן, מוזן די ייִדן שווער האָרעווען אויף פּרנסה...

די יונאָווצער ייִדן האָבן זיך בשום אופֿן נישט געוואָלט רעכענען מיט געשיכטע. זיי האָבן געהאַלטן, אַז זייער שיל איז די עלטסטע אין פּוילן און זי הייבט זיך אַרויס העכער איבער די הײַזער; וואָרעם די קוזמירער שיל איז געשטאַנען נידעריקער, כּדי מען זאָל זי נישט אַרויסזען פֿון צווישן די געסלעך און פּשוטע הײַזער, בעת דאָ אין יונאָווצע האָט זי זיך אויפֿגעהויבן מיט אַ שטאָק העכער פֿון אַלע דעכער. די יונאָווצער ייִדן האָבן געהאַלטן, אַז זיי האָבן די ערשטע אין פּוילן אַרונטערגעפֿירט דעם רבונו של עולם אונטער אַ דאַך. איז פֿאַר וואָס איז זיך גאָט ברוך הוא אַזוי ביטער באַגאַנגען מיט זײַנע יונאָווצער שאָף?

פֿאַר וואָס?! פֿאַר וועלכע זינד?!

ווען די פּויערים האָבן געפֿירט "זייער ענגלענדער" ווײַזן די יונאָווצער אַלטערטימלעכקייטן, האָבן זיי פֿאַרקערעוועט צום ריטערלעכן שלאָס, אָבער דער "ענגלענדער" האָט פֿונדערווײַטנס דערזען די חורבֿות פֿון דער שיל און איז געגאַנגען אַהין. די פּויערים האָבן זיך איבערגעקוקט: עפּעס אַן אויסטערלישער ענגלענדער, האָבן זיי מסתּמא געטראַכט; ער גייט נישט וווּ מען פֿירט אים, נאָר ער גייט אַליין, ווי ער וואָלט געקענט יונאָווצע.

בלײַב איך שטיין בײַ דער חרובֿער שיל און פֿרעג:

— ווהאַט איז דהיס?

פֿאַרשטייען נישט די פּויערים און איך פֿרעג אויף אַ צעבראָכענעם פּויליש:

— וואָס איז דאָס?

— דאָס איז גאָרנישט — טוט איין פּויער אַ מאַך מיט דער האַנט — דאָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישע "בוזשניצע".

פֿאַרברענט געוואָרן? — פֿרעג איך.

— ניין, נישט פֿאַרברענט — זאָגט דער פּויער — ייִדן זענען אַוועק האָט מען די שיל אַזוי צו ביסלעך...

— צענומען — העלף איך אונטער.

— יאָ, אַזוי זיך, ווער אַ שטיק בלעך, ווער אַ שטיקל האָלץ, אַזוי זיך... סײַ־ווי דאַרף מען זי נישט, שטייט אין וועג.

— אַ שאָד די שטיינער — מישט זיך אַרײַן אַן אַנדער פּויער — נעמט יעדער וואָס ער דאַרף, געבליבן בלויז דאָס־אָ.

— אַ שיינע געווען?

— שיין, נישט־שיין, אַזוי ווי זייער אַ "בוזשניצע" מיט "ציצעלעך" מיט זילבערנע מכשירים — שאָקלט זיך מײַן אינפֿאָרמאַטאָר, ווי דאָס שאָקלען זיך וואָלט געדאַרפֿט דערקלערן דעם "ענגלענדער" וואָס ער מיינט מיט "ציצעלעך" און מיט זילבערנע מכשירים.

— און וווּ זענען די אַלע זאַכן?

— ווער ווייסט? — טוט דער פּויער אַ קוועטש מיט די פּלייצעס — מ׳האָט צעכאַפּט. סײַ־ווי איז קיין סך נישט געווען, האָט מען עס צעכאַפּט.

די אַרומיקע שטייען און לאַכן דיסקרעט.

— און וווּ זענען די ייִדן?

— אָ, מיט זיי איז געווען נאָך ערגער. מען האָט זיי אויסגעשאָסן, ווי מען שיסט קראָען — זאָגט דער זעלבער פּויער — די דײַטשן זענען געקומען, אַרויסגעפֿירט און צעשאָסן; אַרום אויפֿן פֿעלד ליגן אַ סך באַגראָבן.

— און די דײַטשן האָבן צוגענומען זייערע זאַכן? — פֿרעג איך.

— יאָ, אַ ביסל זיי און אַ ביסל האָט מען צעכאַפּט, ווי געווײַנטלעך: דער באַלעבאָס איז נישטאָ, דאָס לעבן אים צוגענומען, האָט מען צעכאַפּט, ווי געווײנטלעך.

ווי געוויינטלעך האָב איך זיך געמוזט האַלטן, צוזאַמענשרומפּן זיך, נישט אַרויסווײַזן דעם מינדסטן סימן, אַז פֿאַר זיי שטייט אַ ייִד, וואָס האָט מורא צו זאָגן דעם אמת, אַז ער איז איינער פֿון די, וואָס די דײַטשן האָבן צעשאָסן איבער די יונאָווצער פֿעלדער און וואָס די שכנים האָבן צערויבט זייער אָרעמקייט און זיי פֿאַרראַטן.

איך האָב זיך נאָך שטאַרקער באַהאַלטן אונטער מײַן ענגלישער מאַסקע און געפֿרעגט:

— ס׳איז געווען דאָ "פֿריילעך", וואָס?

— נו, אַזוי פֿריילעך איז נישט געווען — זאָגט איינער — די דײַטשן זענען געקומען זוכן די ייִדישע זאַכן, זיי האָבן זיי געוואָלט, ווי אין קוזמיר, צונעמען און זיי שפּעטער אונדז פֿאַרקויפֿן. אָבער די באַנדיטן האָבן גאָרנישט געפֿונען... בײַ קיינעם נישט...

נו, זאָג איך צום גוי פֿונעם שיפֿל — קום, מיר פֿאָרן צוריק.

און דעם "ציאַטש" וועסטו נישט זען? און אָט דעם שלאָס? אַ ריטערלעכער שלאָס!

ניין, איך וועל מער גאָרנישט זען.

מיר זענען געגאַנגען צוריק. די פּויערים זענען אונדז נאָכגעגאַנגען און ווידער מסתּמא געטראַכט וועגן דעם אויסטערלישן ענגלענדער, וואָס קומט קיין יונאָווצע און וויל מער נישט זען ווי די חורבֿות פֿון דער ייִדישער "בוזשניצע".

די זון האָט זיך אָנגעהויבן זעצן, ווען איך האָב זיך געפֿונען אויפֿן טײַך. אַ שווערער, ביטערער אומעט האָט מיך געקלעמט, דעם אָטעם פֿאַרשפּאַרט. ווען אַ ברעקעלע זאַמד פֿאַלט אַרײַן אין אויג — עקט זיך די וועלט, ענדיקן זיך אַלע פֿאַראינטערעסירונגען. און דאָ בין איך אַן עדות פֿון אַזאַ ריזיקן אומגליק. צוויי ייִדישע חרובֿע שטעט ליגן אויף ביידע ברעגן ווײַסל, צוויי אַלטע פֿאַרשניטענע ייִדישע קהילות און צוויי אַלטע שילן, רעשטלעך פֿון נאַציאָנאַלע מאָנומענטן, וואָס האָבן באַגלייט אַ טויזנט־יעריקע געשיכטע אינעם טראַגישן לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק.

און עס בלײַבט מיר נאָך כּוח צו דערשלאָגן זיך צום ברעג...