- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿינף יאָר איז אַוועק, זינט יענעם שרעקלעכן טאָג פֿון 11טן סעפּטעמבער, ווען די גאַנצע וועלט, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם בײַ די טעלעוויזיע־עקראַנען, האָט נאָך אַלץ נישט געגלייבט, אַז אַזוינס קאָן געשען. אַזוי טרעפֿט יעדעס מאָל מיט דער מענטשהייט, ווען ס׳געשעט עפּעס אַזוינס אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט, וואָס ביז אַהער האָט עס נישט עקזיסטירט אין אונדזער היסטאָרישן זכּרון; זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל — צי דאָס זאָל זײַן צום גוטן, צי צום שלעכטן. צום וווילן, צי צום בייזן. צום פּראָגרעס אָדער רעגרעס... װי עס זעט אויס, איז אויך דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט באַשערט, אַזוי װי דעם גרעסטן רובֿ פֿון די 30 פֿריִערדיקע רעגירונגען, אַ קורץ לעבן. אפֿשר נאָך אַ יאָר, און אפֿשר אַפֿילו נאָך װײניקער. פֿון װאַנען נעם איך די דאָזיקע השערה? פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער "אַרבעטער־טאָג", האָט פּרעזידענט בוש פֿאַרטיידיקט זײַנע שטײַערשניטן, ווי דאָס בעסטע מיטל צו העלפֿן די אַמעריקאַנער אַרבעטער. "מיר דאַרפֿן אײַנפֿירן די שטײַערשניטן ווי אַ פּערמאַנענטע זאַך," האָט בוש באַמערקט. "כ׳האָב ליב צו זען ווי מענטשן פֿאַרדינען, און קענען אַרײַנלייגן מער געלט אין קעשענע, אַ דאַנק די שטײַערשניטן." דער אָנהייב פֿון דער פּרשה לערנט אונדז וועגן דער מצוה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פֿרוכטן פֿון זײַנע גערטנער און פֿעלדער, האָט אַ ייִד געדאַרפֿט ברענגען אין בית־המקדש. "ביכּורים להשם" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פּירות דאַרף אַ ייִד אַוועקגעבן צו השם. ווען איז אַ ייִד מחויבֿ צו מקיים זײַן אָט־די מצוה? — זאָגט דער ערשטער פּסוק פֿון דער פּרשה: "והי׳ כי תּבֿוא אל הארץ וגו׳ וירישתּה וישבֿת בה" — און ס׳וועט זײַן, אַז דו וועסט קומען אין לאַנד (ארץ־ישׂראל) און דו וועסט זי באַהערשן און זיך באַזעצן אין איר (דעמאָלט, פֿירן אויס די פּסוקים) זאָלסטו ברענגען "ביכּורים". דאָס זאַמלבוך נעמט אַרײַן 261 דאָקומענטן, װעלכע שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אין דעם צײַט־גערעם, װאָס װערט באַשטימט װי "פֿון אָנהײב ביז דער קולמינאַציע". דער נאָמען פֿונעם רוסישן געלערנטן גענאַדי קאָסטירטשענקאָ איז גוט באַקאַנט אין דער װעלט פֿון סאָװעטישער היסטאָריאָגראַפֿיע, אַ דאַנק זײַנע פֿילצאָליקע פּובליקאַציעס אױף רוסיש און ענגליש. אַ בקי אין אַרכיװאַלע מקורים, איז קאָסטירטשענקאָ דער ערשטער פֿאָרשער, װעלכער האָט באַזירט זײַן אַרבעט אױפֿן ברײטן קוואַל פֿון סאָװעטישע מלוכישע דאָקומענטן. דאָס נײַע בוך איז אַ װערטפֿולער צוגאָב צו זײַנע פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען פֿון סאָװעטישן אַנטיסעמיטיזם: "אין געפֿענגעניש בײַם רױטן פּרעה" (1994) און "סטאַלינס געהײמע פּאָליטיק׃ מאַכט און אַנטיסעמיטיזם" (2004). ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע.
דער זומער קומט שוין צום סוף, אָבער פֿון אַ ביסל זומערלעב האָט מען נאָך געקענט געניסן אין די לעצטע וואָכן פֿון אויגוסט אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל, די "קאַנאַדישע קעטסקילס". דאָרטן, אין אַ זומער־קאָלאָניע פֿון "בני־ברית", קומען זיך צונויף יאָר־אײַן, יאָר־אויס, כּמעט 500 ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור און פּראַווען דעם יערלעכן "קלעזקאַנאַדע"; אַ זיבן־טאָגיקע אונטערנעמונג אָנגעפֿילט מיט וואַרשטאַטן, לעקציעס און קאָנצערטן. דאָס יאָר — צווישן אַנדערע סורפּריזן — איז דער זינגער טעאָדאָר ביקעל אויפֿגעטראָטן, צוזאַמען מיט אַ צוויי טוץ מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען געקומען קיין קאַנאַדע צום צווייטן יאָר אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד. צווישן דער גרופּע געפֿינען זיך אַזוינע באַקאַנטע און נאָוואַטאָרישע זינגערס, ווי פּסוי קאָראָלענקאָ און וואַניע זשוק פֿון מאָסקווע; די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק און דער פֿידלער סטאַניסלאַוו רײַקאָ פֿון כאַרקאָוו, דער זינגער און ייִדיש־לערער מאָטל גאָרדאָן פֿון מאָסקווע. די בינע־טעטיקייט פֿון מינאַ בערן דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף עטלעכע תּקופֿות — פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ביז איר אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג: — אַ יונגע ייִדישע אַקטריסע אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן, ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה; — די מלחמה־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אוגאַנדע; — איר אַרבעט אין ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין ארץ־ישׂראל — 1944־1949; — איר בינע־טעטיקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זי לעבט און שפּילט ייִדיש טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג. הגם דאָס באַוווּסטע לידל, "אוי, אוי, אוי, שיכּור איז אַ גוי", חזרט איבער דעם סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן טרינקען נישט, איז דאָס שוין אַ היפּש ביסל פֿאַרעלטערט. די אַלקאָהאָל־פּראָבלעם איז הײַנט פּונקט אַזוי נוגע די ייִדישע משפּחות, ווי די גוייִשע, און איז אַפֿילו אַן אָנגעווייטיקטער ענין בײַ פֿרומע ייִדן, בפֿרט אין די יום־טובֿים שׂימחת־תּורה און פּורים. הגם אַ הער־אַפּאַראַט קען ממשותדיק פֿאַרבעסערן דאָס געהער, איז עס נישט תּמיד גרינג זיך צוצוגעוווינען צו אים. אָט זענען דאָ עטלעכע רעקאָמענדאַציעס פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט וועגן טויבקייט און אַנדערע הער־פֿעלערן": מײַן זון, נפֿתּלי, וועלכער שטודירט אין "בראַנדײַס־אוניווערסיטעט", האָט לעצטנס געמאַכט אַ געשמאַקן קוגל פֿון מערן און אָפֿענעס (blueberries), וואָס ער האָט פֿאַרזוכט בײַם אָרטיקן חב״ד־הויז. אָט איז דער רעצעפּט: |